12 דאלאר א פונט.
ווער עס קויפט א חלקה אין פאלאק'ס, באקומט אויטאמאטיש 10 פונט פאר 100 דאלאר.
_________________
_________________
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/03/2011 21:17:19
ספעציעל פאר 'אידישע געדאנק':
דער איד, די היינטיגע וואך, איז בארייכט מיט א ספעציעלע ביילאגע "מדור מיוחד — אריזאנע מצות", וואו עס ווערט אויסגעלייגט אויף 36 זייטן אלע בריוון, בירורים און תשובות פון די גדולי הרבנים שליט"א וועלכע זענען שוין דערווייל ערשינען איבער די ערנסטע און הארבע חששות חמץ אין די ווייץ פון די אריזאנע מצות, און איבער די בייזע פעלטשונגען אויף די לאברעטארי באריכטן, צום ליינען אום צום שטוינען!
דא איז א דירעקט לינק צו דאונלאודן דעם פייל:
דער מדור מיוחד איז בייגעלייגט אין 'דער איד' פון די וואך, און איז צושטאנד געקומען בהשתדלותו פון דעם גבור ואיש מלחמה, הרהגה"צ רבי אברהם לויפער שליט"א אבד"ק דאראג יצ"ו, אין צוגרייטונג צו דער ערשיינונג פונעם קונטרס "האשל ברמה — מצה מלוחה" וואס וועט ארויסגיין לאור עולם אין די נאנטע טעג בעז"ה.
פאלגענד איז א טייל פון דער אינהאלט אין די 36 זייטן פונעם "מדור מיוחד":
מכתב כ"ק הגה"צ ראב"ד קהל יטב לב שליט"א / מכתב הגה"צ ראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מדברי הגה"צ מוה"ר אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א / מכתב כ"ק הרהגה"צ משארמאש שליט"א / מכתבים והעתקות שקבלנו מהפראפעסארן / מכתב הגה"צ אבד"ק תולדות רפאל קאשוי שליט"א / מכתב הראשון שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (א') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב הסברה (ב') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (ג') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מאמר למי החותמת ולמי הפסילים / בירור הלכה מאת תלמוד חכם /
דער מדור מיוחד איז אין לשה"ק, רייך און באלערנד געשריבן, געבנדיג א קלארע בליק אויף די גאנצע שערורי' און איבער די ערנסטקייט דערפון.
איך האף אין די נאנטע טעג, נאכן גרונטליך איבערליינען דעם גאנצן קונטרס, צו קענען שרייבן א שטיקל ארטיקל אין דער אידישער שפראך דא אויף 'אידישע געדאנק', צו געבן א געלעגנהייט פאר יעדן צו פארשטיין און ארויסהאבן די קלארע פאקטן .
תוקן על ידי אדמיראל ב- 24/03/2011 17:40:35
_________________
_________________
_________________
_________________