דעם קומענדיגן שושן פורים הבעל"ט גייט אי"ה פארקומען דער ריזיגער יערליכער פארמעסט, נאר דאסמאל טאקע בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג נישט ממש לעיני כל העולם כולו.
ניין. דער פארמעסט וועט נישט זיין ווער עס האט מער מענטשן. ווייל דאס ווייסט יעדער פון פאראויס.
דער פארמעסט וועט זיין איבער די 2 טישן וועלכע ווערן געפירט ווערן.
דער טיש דורך רבינו שליט"א אין ראדני - מקום שהתפללו בו רבותינו: 5 שעה בדברי תורה, וניגוני התעוררות, ובדחנות כמנהג ווי עס איז אלע יארן געווען.
דער טיש דורך דעם תלמיד פון רבי שימעלע אין הופפער: 5 שעה ליצנות און דזשאוקס!
דער דזשיגאן וועט שניידן האר פאר בעל תשובה'ס, מען וועט ארויפריפען די זאלצערס אויפן טיש, מ'וועט פרעגן אויב מאיר הירש איז דא, ווען דזשיגאן'ס בעקיטשע וועט שוין זיין באגאסן פון וויין אין עס וועט זיין נכנס יין יצא סוד וועט ער אנהייבן רעדן פון אייגענע געלעגערס דאן וועט אים דאקטאר פישער מיט די גרויסע ציין געבן א ציפ אין ער וועט אנהייבן וויינען הגלה נא אויפן מייק, דערנאך וועט די נייע דור פון די חלה דעקלעך אויסניצן די געלעגענהייט בעפאר פסח אין וויינען אויפן טיש אז דער דזשיגאן זאל זיך שוין אריינציען קיין וומסב"ג אין נישט נאר קומען איינמאל א וואך שפילן קוויטלעך אויפן פערטע שטאק אויף היוז סט. דער דזשיגאן וועט שעפן נחת אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס דארפן אים אזוי שטארק.
ליהודים ליהודים.... ושמחה וששון ויקר