היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די 5 שעה'יגע פארמעסט: תורה קעגן זשאוקס. שושן פורים תשע"א

די 5 שעה'יגע פארמעסט: תורה קעגן זשאוקס. שושן פורים תשע"א

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2883233

גוטזאגער » 14/3/2011 16:51

דעם קומענדיגן שושן פורים הבעל"ט גייט אי"ה פארקומען דער ריזיגער פארמעסט, לעיני כל העולם כולו.
ניין. דער פארמעסט וועט נישט זיין ווער עס האט מער מענטשן. ווייל דאס ווייסט יעדער פון פאראויס.

דער פארמעסט וועט זיין איבער די 2 טישן וועלכע ווערן געפירט ווערן.

דער טיש דורך רבינו שליט"א אין הופער: 5 שעה בדברי תורה, וניגוני התעוררות.
דער טיש דורך דעם תלמיד פון רבי שימעלע אין ראדני: 5 שעה ליצנות און דזשאוקס!


ליצנות טיש - ראדני

ביים 5 שעה'דיגן ליצנות טיש וועלן אויפטרעטן די פאלגענדע קאמיקער און וועלט'ס ליצים און שוי-שפילער:
אנגעהויבן פונעם געלער געלבמאן, קיטשי וואלי, די 2 פיצי'ס (פיצי פרידמאן און פיצי יאקאבאוויטש), רוטנער, און אלע פורים רבנים און זשאוק-שיסער.
חוץ זאלי, ער וועט קיין ווארט נישט רעדן, נאר לאכן און כיכען.

תורה טיש - הופער
ביים שעה'דיגן טיש פון תורה: וועט רעדן נאר דער רבי.
קיין שום ערוואקסענע שפילער וועלן נישט ארויפקומען. חוץ קינדער פון תלמיד תורה, מיט א שפיל.

גוטזאגער » 14/3/2011 18:46

עס ווערט א ויצעקו אינעם זשיגאן לאגער... היתכן דער רבי קומט אריין אין די שטאט און זאלי'ס הויפט-קווארטיר און וועט קאנקורירן מיט זיין 5 שעה'איגע זשאוק טיש...


עס פרעגט זיך צוריק:

וואס האט עס אזוי מורא פון אפאר תורה'לעך... וואס זענט עטס צעשראקן געווארן פון אביסל אביי ורבא??? עטס האטס דאך די ארגינעלע ליצים און קאמידיענס וואס דער רביזעלכעסיאלעחלרייינו האט ממנה געווען, ווי דער געלער בדחן ודעימי'.

מיט ענקערע 5 שעה זשאוקס קענט עטס דאך אפווישן אלע תורה'ס וואס סאטמארער רבי זאגט די אלע יארן.
ענקערע וועלט בארימטע ליצים און דזשאוק שיסער האבן אזא מין כח אז מיט ענקערע מעכטיגע פאני זשאוקס און ליצנות קענט עטס מאכן אז די ארוינים וועלן ווערן קאפוט צום 436'סטן מאל.


מיט ענקערע 5 שעה זשאוקס וועט עטס זיכער מאכן מענדל שווימער אלס "עכט" מעיאר פון קרית יואל.
מיט ענקערע מעכטיגע ליצנות ועט די אריזאנא מצות ווערן א שטיק זאלץ, און יעדער וועט "שיסן" פון געלעכטער.
מיט ענקערע מורא'דיגע דזשאוקס וועט שניאור קליין ווערן געהעריג באלעבאס אין די סאטמארע מוסדות אין בארא פארק.

מיט ענקער גרויסער כח הליצנות קענט עטס איבערנעמען גאנץ לעיקוואוד, נישט נאר לייגן א טאוועל מיט א פיקטשער...

גוטזאגער » 14/3/2011 18:58

אפדעיט:

פון הינטער די קוליסן הערט מען אז די זשיגאנער גייען ברענגען פראפעשאנעל קאמיקער, ליצים און דזשאוקערס, צי ברענגען אסאך מענטשן, און מ'וועט זיך קוילערן פאר געלעכטער 5 שעה רצופות, אזוי ווי ביים רעבעלזעלרלריסיעיליינו.

הלא הם:

דער געלער בדחן,
יאנקעל מילער, יארמער רעבע
יואלי לעבאוויטש, פעסטער רעבע (בונדאש)
ישעי' פוקס, פונטער רעבע
אברהם וואלף שטויבער פון מאנסי
מרדכי שטויבער פון אנטווערפן
יואלי רוטנער
יאנקעל צוקער
דער קווינסער פורים רעבע, בן חזקי' פיש (גייט עכט נאכמאכן דעם רבי'ן... און ס'וועט זיין ליהודים)


די זאליס טראכטן פון בויען א טענט, (במקום הסוכה ענקי) ווייל ראדני איז נישט גענוג פורימ'דיג...

ראפאגאש » 14/3/2011 18:58

אזוי עס קימט דאך יעצט שישן פורים, וועלן דאך די זויערע דשיגאיען, אוודאי ארויס געבן אלעס וואס דריקט זיי נעבאך אזוי אויפן הארטץ, ביים לייצנות טיש און אלטען בית מדרש אויף די ראדני גאס,

עס קאסט א שמייכל צו זען וואו די דשיגאנען, פראבירן נעבאך צו טאן אלעס וואס זיי קענען נאר, צו הייבן אביסל די דעמאלעזאציע וואס קעניגט און זייער לאגער מיט א שטארקן האנט, דאס דיפרעסקייט און דאס נידער געשלאגענקייט וואס שיינט אראפ פון זייער איינגעפאלענע זאלי פרצופים, אויף גאר א שטארקן פארנעם,

 מען שטייט און דער זייט, און מען זעט וואו דער בן השני ר' יענקל בערל, פירט נעבאך א פארלוירענע מלחמה, צו הייבן די מאראל פון די ווערים און קרעטץ,

 און ריין צו וואשען זיין פאטער ר' זאלישעל,

 דאס פלעק ''עם הארץ'' פראבירט ער מיט אלע כוחות אראפ צו נעמען, דירוך שיקען זיינע קווינס בויעס צו פירקלן אויף הייד פארק אויף רבינו שליט''א עם הארץ, נעבאך,

 זעט אויס אז ער פארשטייט נישט אז אז מען לערנט נישט קען מען נישט,

און היות דער פאטער זיינער, האט אפגעפיסטעוועט זיין לעבן, מיטן זיך צו הערן צו די קאסעטעס פון זיין רבי'ן ר' שימעלע דשיגאן, און מיט ליינען מעשה ביכל'ך מיט די פיס אויפן טיש, איז ער נעבאך פארבליבן א שרעקליכער מן הארץ, וואס קען נישט פארפירן קיין נארמאלער תורה שמיעס מיט קיין שום יודע ספר, און זאגט שיינע ''שקל שלום'' און ''שור שנגח'' תורות, אד''ג   און כלל ישראל האלט זיך אונטער מיט זיין עם הארצ'ס, (עיין ערך: או עס איז צרות, ווען דער שוטה און מן הארץ, האט געבעטן א חומש, נאך צו זאגן א פסוק און משלי,  און דער עולם איז געלעגן אויף דער ערד, פאר געלעכטער)

 (מען קען שוין זען יודן, קימען אונטער הערן ביי ר' זאלישעל וואו ער זאגט די הגדה, אזוי מען האט זיך געפירט און דער אלטער היים, אז מען איז געגאנגען אונטער די פענטסער פון די עמי הארצים, זיך אונטער הערן וואו אזוי זיי זאגן די הגדה,  ארצות החיים מעלדט, דער קומענדיגער גורל ווער עס צאלט אויס דעם גאנצן 1800 באלאנס פאר א קבורה ביי די פאללאקן, וועט זיין אויף א פלאץ אונטערן פענסטער ביי זלמן'ען קומענדיגן פסח, צו קענען הערן די בליציגע "אחד חכם" געשרייען)  

 דעריבער סתם פירקלען אויף רבינו שליט''א ''עם הארץ'', אויף וועם רבינו הקוה''ט זי''ע האט געשריבן ''המאור הגדול, און געווארט אויף אים ביי די סיגיא שיעורים, און שטאלצירט מיט אים בכל עת מצוא, דער מחבר פון די פאלגענדע הייליגע ספרים:

זכרון תריעה, שובה ישראל, צילא דמהיימניתא, שערי אהרן, זבח פסח ב''ח, שערי ישועה, שערי תורה, פילפילים נחמדים, שערי תהילה, אך טוב, חדושי תורה מהר''א ט''ב י''ב חלקים

 ארבייט פשוט נישט, עס נעמט פשוט נישט אויס, כלל ישראל ווייסט זייער גוט ווער עס איז דער שר הדורה בדורינו, און ווער עס איז דער שרעקליכער מן הארץ, ( לעקוואד)

 מיטן פירקלען דא אויפן פארק אויף רבינו שליט''א עם הארץ, ברענגט דאס נאר ארויס, דאס דערביטערטקייט פון די זאלישלעך, וואס שטיקן זיך נעבאך מיט די מן הארץ, וואס שטייט זיי וואו א ביין האלטץ די צו קייען און נישט צו שפייען,

 דאס זעלבע מיטן שרייבן אויף רבינו שליט''א דשיגאן,

 יענקל בערל קען הייסן שרייבן דשיגאן פון היינט ביז מארגן, עס וועט אים גארנישט העלפן, דער ר' זאלישעל וואס האט בימי נעיריו נישט געהאלטן ביים לערנען קיין איין אידיש ווארט, און כסדר געזיצען און זיך צו געהערט צו דעם כופר, און מניוול שמען דשיגאן שר''י, און זיך אונטערגעהאלטען מיט די גרויליגע דברי כפירה וניוול, פון דעם אפיקורס, און געלאכט וואו א זיבעלע פון יעדן ניוול פה וואס איז ארויס געקימען פון זיין חזיר טרייפער פיסק, נאך מער ער האט אפי' נישט מער און נישט וויינגער געגאנבעט פון ה.וו קאסעטעס פון שימעלע, אזוי אדיקטעט איז דער ר' זאלישעל געווען און די קאסעטעס פון  שימעלע,  רח''ל

 דעריבער זאל דער ר' זאלישעל עסן מיט פארגעניגען דאס נאבעלער טיטל ''דשיגאנער ''  און נישט פראבירן צו אנטלויפן פונעם מציאות,

 מיטן שרייבן אויף רבינו שליט''א ''דשיגאן'' ברענגט דאס נאר ארויס, דאס דערביטערטקייט פון די זאלישלעך, וואס שטיקן זיך נעבאך מיט די מן הארץ, וואס שטייט זיי וואו א ביין האלטץ די צו קייען און נישט צו שפייען,

 יענקל בערל קען ארום שיקן דעם פישיגען קווינס פר, בן הרב רבי יחזקי פיש פון מטא סאלקא, אויף חתנות נאך צו מאכן כ''ק רבינו שליט''א, עס וועט אים גארנישט העלפן,

 דאס ברענגט דאס נאר ארויס, דאס דערביטערטקייט פון די זאלישלעך, וואס שטיקן זיך נעבאך מיט די מן הארץ, וואס שטייט זיי וואו א ביין האלטץ די צו קייען און נישט צו שפייען,

 יענקל בערל קען נעמען א פאר בילדער פון די גרויסע הייליגע חתונה, פון נכד כ''ק רבינו שליט''א, בשעת חתן כלה טאנצן מצוה טאנץ, און איינרעדען די זאלישליך מיט די פיפיגע יאקאבאוויטשליך אז עס איז געווען ליידיג, ס וועט אים גארנישט העלפן,

 דאס ברענגט דאס נאר ארויס, דאס דערביטערטקייט פון די זאלישלעך, וואס שטיקן זיך נעבאך מיט די מן הארץ, וואס שטייט זיי וואו א ביין האלטץ די צו קייען און נישט צו שפייען,

 דאס זעלבע גייט זיין שישן פורים, די זאלישליך וועלן פראבירן מיט אלע זייערע כוחות אויף צו הייבן זייער דערשלאגענע געמיטער, זיי ווען ארויף שטעלן זייער אלע משוגעים אויפן טיש, אריין גערעכענט קיטשי וואלי מיטן פאריקטן היטלער שרייער בלומענפעלד, און נאך א פאר ווערימדיגע יאקאבאוויטשליך, וואס וועלן נאך מאכן אלע גרוממאסען פון כ''ק רבינו שליט''א, אלעס ארויס צו ציען א שמייכל פון די זויערע זאלישלעך, זאל זיך דערהאלטען דאס חיות ביז דער מן הארץ פארט נאכאמאל אויף לעיקוואד ויה''ר שתיהיה במהרה ממש,

 דאס ברענגט נאר ארויס, דאס שרעקליכע דערביטערטקייט פון די זאלישלעך, וואס שטיקן זיך נעבאך מיט די מן הארץ, וואס שטייט זיי וואו א ביין האלטץ די צו קייען און נישט צו שפייען,

 

 

 








האנדא » 14/3/2011 19:18

ליהודים ליהודים ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר..... טדיי טדיי טדיי.... דייי דיי ....

א נחת! כאפט א שפאציר און די קווינס פורם וואו די היטלער שרייער'ס תלמידים שפייען שליים אויס געמישט מיט הייסע בלוט, אז רבינו שליט''א קימט אריין אויף וויליאמסבורג, פראווען שלחנו הטהור, בשישן פורים,

איי די לעקוואד סינדראם, וואס האבן ארויס גענימען די ווערים און קרעטץ פון גלייכגעוויכט, ערוועקט זיך ביתר שאת ויתר עוז, יו איז דאס געשמאק,
נאך א מזל עס איז אדר, און מען לאכן מיט א פול מויל,,,,

האנדא » 14/3/2011 19:23

דער עקר איז אז חזקי פיש'ס הייליג קינד, ( גיטע בילדער פון די קדושה פונעם פישיגען קווינס פר זענען שוין אונטער וועגענס) ווען שטיין אויפן טיש בראש פון די זאלי קאמיקער, די מעכטיגע לייצים, וואס שטאמען נאך פון די שטויבער - רוטנער דינאסטיע,

און קיטשי וואלי מיט  דוד לייביש יאקאוויטש וועלן ליגען אונטערן טיש פאר גלעכטער,

מלך_מלכים » 14/3/2011 19:25

דערוויל קוקט אויס ווי איר שפייט בלוט, דער קוויסער פר ווי איר רופט עס גייט נישט אראפ פונם סדר היום דא ביי אייך אופן פורום,

גוטזאגער » 14/3/2011 19:34

מלך.
ביסט גערעכט. מיר זענען ממש קראנק, מ'שפייט בלוט מיט גאל.
דער דאקטאר האט אונז געזאגט אז דאס שרייבן אויף היידפארק איז די איינציגסטע רפואה.

און וואונדער איבער וואונדער, עס העלפט אויפן פלאץ. ממש בדוק ומנוסה.

ווי נאר גוטזאגער עפנט אן אשכול, עפנט זיך 3 ביי די זאליס, איין ווערימל מיט 12 קעפ, מיט קללות נמרצות....



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/03/2011 03:28:11

מישמאש » 14/3/2011 19:59

דער ראפאגאש זאגט גארנישט אזוי שלעכט, איך קים יעצט פון קווינס פורום, דארט טיט זיך א שעלטעריי אז עס איז נחת, ממש ניסח היטלער שרייער- בלומענפעלד שר''י,

די זיסע קינדעלעך איינער שרייט איבער דעם צווייטען, איינער שטייגט איבער דעם צווייטען, מיט טיפשות / האס הבאים כאחד, זעט עפעס אויס וואו די בויעס קייען באנענעס,

די חברה זענען סטאק מיט רבי זאלי הגדול, מעט שטעלט אים צי מלמדים / תורה שרייבער / קעכער /
(דער מן הארץ גלייכט צו פרעסן נעבאך) א ונטערזאגער/  קאמיקאר צו האלטען זיין גוסטע סטאביל,/ פאטאגראפירער /היסטאריקער / בעקישע מיבינים / העצער / פערדן טרייבער / אפי א שמשון יענקל האט מען אים צו געשטעלט,

א שטאב וואס ניטאמאל דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען פארמאגט,

ביזדערווייל??????? גארנישט!!!!!!!!!!!!!

ער זיצט אויפן נאגאט מיט די פעשע רגלים על השלחן, און לאכט צום בעכער / שאמבא אתרוג, וואו א זיבעלע און גארנישט,

נישט קיין ישיבה / שחיטה / מקווה / חתונה תקנות / חברה קדישא / חינוך / לימוד התורה / מורא מקדש /  מצות / צומות גידין /

גארנישט נישט גיי פאר דעם באם אן,

(חוץ אתרא קדישא, איר געדענקט דאך לעיקוואד??? אקעי לאמיר רעדן פון שמחות, די גוסטע דארט איז אזוי אויך כאדארדאם)

נישט קיין ווינדער וואו די זאליבאנער ווערגן זיך מיט דעם שרעקווערדיגען מן הארץ

תוקן על ידי מישמאש ב- 14/03/2011 20:05:23




תוקן על ידי מישמאש ב- 14/03/2011 20:21:25

יקרבו » 14/3/2011 20:35

זשיגאן מאכט זיך משיגע אין פורים
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

מישמאש » 14/3/2011 20:47

דער אנגעבראכענער רבי זאלישעל
[בילד – נישט אפגעהיט]
יקרבו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

_________________

rebyankel » 14/3/2011 21:06

זשיגאן ביים פורים טיש


* width="480" height="390"><*

rebyankel » 14/3/2011 21:07

גוטזאגער » 14/3/2011 21:29

יקרבו.
זאלי מאכט זיכער נאך ר' שימעלע ביים פורים טיש !
ער האט אלע רעכטן א גאנץ יאר, און פורים זיכער.

rebyankel » 15/3/2011 06:53

אויך אויף די אשכול זענען די זאליס שרעקליך ווילד, זיי צולאזען זיך אין א ספעציעלע קאנטער אשכול (יא, פאר יעדע אשכול דא, קומט צו איינס ביז עטליכע קאנטער אשכולות דארט צו באראויגן די קעלבער) מיט זייער עקלוסיוו און לעצטע געווער וואס זייער מנהיג האט מקבל געווען פון זיין רבי מובהק שימעלע זשיגאן, צולאזען זיי זייער שפראך מיט עקעלדיגע ניוויל פה ספינעריי, גענוי ווי ער פלעגט טוהן אין ציעורים ווען א קופקע בחורים האבען אים צינאר געלייגט נאך א עמי הארצות דרשה (ווען ר' נחמן שטויבער איז נישט דארט געווען), עס קוקט אויס ווי די 1 שושן פורים טיש נעמט זיי אוועק אלעס, זייער שושן פורים טיש פלעגט דאך זיין פון די 3 מאל אין יאר וואס די חסידים זענען געקומען פון די בונקערס צו פארשטיין די נקודה, צו הערן די מעכטיגע זשאוקס קעגן די ארונים געפלאכטן מיט ניוול פה אין ליצנות, וואס האט זיי געגבן חיזוק פאר די יאר און היינט צו טאגס דארף ער עס פראווען אין ראדני ווען ער לייגט די אויבן אן אויף צפון, יא דער געדינגענע ביהמ''ד - ווי זיי רופן עס פאר א טרייסט, וואס איז דער גרעסטער היכל ביהמ''ד אין שטאט וועט אי''ה זיין איבערגעפילט מיט אלפי חסידים ואנשי מעשה צו הערן די דברות קודש פון מרן רבינו שליט''א לכבוד היום, אין די שונאי ישראל וועלן נעבעך האבען א צושטערטע פורים

הבדלה_מנין » 15/3/2011 11:15

א בליק אויף צוריק:
"תורה טיש - הופער
ביים שעה'דיגן טיש פון תורה: וועט רעדן נאר דער רבי.
קיין שום ערוואקסענע שפילער וועלן נישט ארויפקומען. חוץ קינדער פון תלמיד תורה, מיט א שפיל."

[בילד – נישט אפגעהיט]

-
[בילד – נישט אפגעהיט]

טאטלע » 15/3/2011 17:03

הבדלה יו נא וואט

אין הופער גייט זיין פינקט אזויסאך ערוואקסענע קאמיקער ווי אין ראדני

די חוליק גייט נאר זיין אז אין הופער גייט עס זיין נאך א פינעף מאל תורה זאגן פינעם רבין

אין ראדני גייט מען נישט הערן קיין ווארט תורה פינעם עם הארץ הדור !!!

די_אמת » 15/3/2011 18:12

ווען דער האפער רבי עפענט זיין פיסק איז עס דער גרעסטער ליצנות (און רחמנות...) וואס ס'נאר פארהאן...

האנדא » 15/3/2011 18:16

''די שקר''

ביזט א א פאלנער ליגענער!

ויואמ_אמת » 15/3/2011 18:43

די_אמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען דער האפער רבי עפענט זיין פיסק איז עס דער גרעסטער ליצנות (און רחמנות...) וואס ס'נאר פארהאן...

פארוואס וועלן די זאלויניס אייביג שרייען אויפן רבי'ן די פראבלעמן וואס זייער רבי האט ווי זשיגאן אדער עם הארץ, איז טאקע נישטו קיין שום שפעט ווארט קעגן ר' אהרן אז מען דארף זיך באגיסן מיט די אייגענע שמוץ?

גוטזאגער » 15/3/2011 18:58

די ליצנות וועט זיין בערך אזוי



*************** title="YouTube video player" width="480" height="390" src="http://www.youtube.com/embed/SKUt9InwdcE" frameborder="0" allowfullscreen><*

תוקן על ידי גוטזאגער ב- 15/03/2011 19:00:22

גוטזאגער » 15/3/2011 19:00

פשווארסק » 15/3/2011 19:19

Zali Reading the Megila in Satmar





http://www.youtube.com/watch?v=yUveqJ08yyw

נארפאקטן » 15/3/2011 22:32

איך האף מ׳ וועט נישׁט זיין בּרוגז אויף מיר, איך זאג ״נאר א פאקט.

אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישׁט געזאגט קיין תורה שׁושׁן פּורים, און יא די גאנצע טישׁ איז בּאשׁטאנען פון פּורם שׁפּילן קאמיקער און גראמערס.

אז מהר״א וויל זאגן תורה וואיל איז אים און וואיל איז זיינע חסידים, אבּער מ׳ קען  נישׁט האבּן טענות אויף די וואס זאגן נישׁט

גוטזאגער » 15/3/2011 22:43

נארפאקטן.

ווען דער רבי זי"ע האט געפירט, איז געווען א גאנץ יאר תורה, פורים איז געווען קדשי קדשים, און שושן פורים איז געווען בדחנות.

ביים תלמיד פון רבי שימעלע, איז א גאנץ  יאר פוסט און לער... קיין פורים, קיין הושענה רבה, קיין מגילה ליינען... נאר שושן פורים קומען אלע ליצים...

דאס הייסט א זשיגאן רעבע !

_________________

גוטזאגער » 16/3/2011 00:42

אלע רעבעזסורילריאלריירינע אידן שרייען מ'טאר נישט משנה זיין קיין קוצו של יוד... מ'מוז מאכן א ליצנות טיש פון 5 שעה ווייל ביים רעבירלכירחניריטנו האט מען נישט געזאגט קיין תורה וכו' וכו' וכו'. 

אבער מיני' ובי' טרעטן זיי אויף גאר הארבע תקנות פון רבי'ן  זי"ע, און פון דעם רעדן זיי נישט.

1) דער רבי זי"ע האט קלאר באפוילן: בחורים טארן נישט גיין צו קיין חתונות. אין קווינס לאכט מען דערפון. און מ'לאזט דירעקט גיין בחורים צו חתונות (!)

2) דער רבי זי"ע איז געווען קעגן דאס לערנען דעם ליטווישן דרך הלימוד. אין קווינס לאכט מען דערפון, און מ'נעמט אזעלכע מגידי שיעור, אין אזא סארט דרך הלימוד.

3) דער רבי האט שטארק געדרוקט דערויף צו לערנען פארטאגס חק ולא יעבור - אין קווינס עקזעסטירט נישט אזא זאך.

_________________

have_hope » 16/3/2011 17:09

עס איז דא א מיטעל וועג

איך גלייך זייער די שושן פירום טיש, די רוחניות חלק, עס איז באמת איינע פון די מתנות וואס מיר
האבן באקומען אלץ באנועסא טיש פול מיט חיזוק, קדושה מיט דברי תורה, עס איז באמת  א פארגענוגען

עכ"ז פארשטיי איך נישט די נייע מהלך און די אויפטי אז קיינער גייט נישט אויפטרעטען
שושן פירום, איז אלץ געווען גראמען מיט בדחנות, מען מוז נישט רעדן.חוזק מאכען פון רז"ל, מען קען רעדן פון
צינות/לקסועס/חתנה תקנות, אד"ג, עס איז דא גענוג נייטראלע זאכען פון וואס מען קען רעדן, און עס זאל זיין איידעל

עס איז אנגענומענע זאך, דער עולם וויל עס, איך זע נישט די חידוש אז היי גייט עס נישט זיין!!

_________________

גוטזאגער » 16/3/2011 17:21

מיסטער האופ.
איך בין זיכער אז דער רבי וועט אויסהערן דיין פארשלאג. שיק אים א אימעיל.


יעצט צום פינטל:
לענ"ד, איך קלער אז דער רבי וויל נישט אז מ'זאל מאכן חוזק פון דעם און פון יענעם פון קהל אויפן טיש. און אראפרייסן דעם ראש הקהל, משמש, גבאי, מקוה איד, חברה משניות און חברת תהלים, קנין ספרים און מנינים אנפירער.

איי וועסטו דאך פרעגן: עס איז אלעמאל געווען, מ'האט אלעמאל חוזק געמאכט פון מענטשן, און ס'איז געווען שא שטיל, קיינער האט זיך נישט באקלאגט.

דער תירוץ איז: אז אסאך מאל איז עס טאקע פלעין פאני, און אסאך מאל איז עס רציחה ממש. און אויב האט מען עס אמאל געטאן, איז יעצט צייט (לויט'ן רבי'נ'ס שיטה, לויט מיין שכל) צו טוישן. און טאקע גענצליך.

איך דערמאן זיך ווען דער געלער בדחן האט געהאט א גוטע דזשאוק אויף ר' עקיבא גאנץ הי"ו פון קרית יואל (בער 30 יאר צוריק), און האט געמאכט פון אים שפאטיש ליצנות.

ר' עקיבא'לע האט זיך געשעמט ארויסצוגיין אין די גאס וואכן דערויף.

חוץ אויב דו טרעפסט א היתר פון די לישקע, אז שושן פורים שאני, שושן פורים מעג מען אויספראקן און אויסשמייסן וועמען עס לאזט זיך, ווייל ס'איז פאני און ס'איז נאר איינמאל א יאר, זאל שוין זיין !

איי וועסטו פרעגן קען מען דען נישט מאכן אז מ'זאל נאר זאגן אויסגעהאלטענע וויצן:
דער תירוץ איז: ניין.

אויב זענען פאראן עטליכע שפילער, און זיי האבן עפעס א גוטס אויף די צונג, וועט עס ארויסקומען. און דאס וויל דער רבי פארמיידן, ווי איך טראכט.


לאמתו של דבר:
איך וואלט אויך גערן געוואלט הערן אפאר גוטע דזשאוקס, אבער טיף טיף ווייס איך, אז דער רבי איז גערעכט. דער טיש וועט אפשר נישט זיין פאני, אבער עס ציפט מיר נאך ביז היינט ווען כ'דערמאן זיך וואס דער געלער בדחן האט געטאן פאר טויזענטער מענטשן, אויפן חשבון פון אן אומשולדיגן מענטש.

איך פארגין עס ביי זאלי'ן, בכל לבבי ונפשי.

_________________

have_hope » 16/3/2011 17:25

גוטזאגער: עס איז יא דא א מיטעל וועג,
גוטזאגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיסטער האופ.
איך בין זיכער אז דער רבי וועט אויסהערן דיין פארשלאג. שיק אים א אימעיל.



איך צווייפיל וועמענס באשלוס עס איז געווען, ואכמ"ל, ודי בזה

_________________



תוקן על ידי have_hope ב- 16/03/2011 17:30:54

גוטזאגער » 16/3/2011 17:46

איך זעה אז די רעדסט נאר פון די ערשטע טייל.
אלזא בעט איך דיך יעצט נאכאמאל קלארער: שיק אים א אימעיל אדער א טעקסט (!)


אויב דו ביסט רעדי צו דיסקוסירן איבער דעם צווייטן טייל, אין ביך גרייט.

_________________

האנדא » 16/3/2011 17:55

ווער געדענקט דען נישט וואו ווען ר' ליפא שטויבער האט אויסגעפראקט דעם קראנקהאפטיגען בן פראדל שישן פורים שנת תשנ''ג, זייט דענמאלאס האט ער מער נישט געטארט זאגן קיין בתחנות אויפן טיש,

זעט אויס אז דער בן פראדל פארשטייט וואס מייינט ווערן אויסגפראקט ברבים, מיט דעם אלעם מאכט ער זיכער אויסצפראקען אנדערע מענטעש ביי די זאלי דזשואק טיש,

have_hope » 16/3/2011 18:05


גוטזאגער,

עס גייט מיר נישט אזוי און לעבן אז עס זאל פארקומען דשאקוס, אד"ג ביים טיש
דערפאר האב איך לכתחלה נישט געוואלט אריינגיין און לענגערע דעבאטע בנוגע די אישו

יא, איך ווייס אז מען פלעגט אמאל פארשעמן מענטשן ביין טיש,
אזוי אויך איז געווען א שלעכטע מנהג, אז מען מען פלעגט פירען פארשידענע חשבונות
מיטען אויספראקען אישי ציבור, אויף באקהאלטענע וועגן, און יעדער פלעגט קיקען צי יענער ווערט רויט
עס איז קלאר אז עס איז שלעכט, און עס איז אומפארשטענדליך ווי אזוי אזא שלעכטע מנהג האט זיך ביי אונז ארייגעריסען
אזאש אז עס הייסט שוין נערמאל, און עס פלעגט פארקומען ביי אונז פינקט ווי ביי די זאליס, נאר ביי אונז אויף א קלענערע פארנעם


עכ"ז האלט איך, אז מען קען אהער שטעלן א איידעלע פראגראם, אן קיינעם וויי צו טיען
און דאס וועט זיין א שטארקע חידוש,  איה"נ אויב מען קען נישט, איז טאקע בעסער אז עס זאל גאר נישט זיין, אבער איך האלט אז עס איז יא מעגליך,





_________________



תוקן על ידי have_hope ב- 16/03/2011 18:07:11

גוטזאגער » 16/3/2011 18:31

מיסטער האופ, איך זעה אז די האסט שוין מער ווינציגער געכאפט איבער וואס די רעדע איז דא. זעהר גוט.

לויט ווי מיר זעען האט דער רבי טאקע געהייסן מאכן ענדערונגען די לעצטע פאר יאר.
עטליכע האבן זיך געהאלטן צום סקריפט, אבער דא און דארט האט זיך אריינגעכאפט, און ווי איך קלער, איז דער רבי אנטשלאסן דאס צו ענדיגן, און טוט דאס עקסטרעם. ALL THE WAY

ווי איך הער וועט זיין א קינדער סקיד, און ווי עס פארשטייט יעדער, וועלן קינדער נאר זאגן דאס וואס מ'הייסט זיי.
איך ווייס אז עס איז נישט זייער אינטערסאנט - 2 בלאק אוועק וועט זיין א באנטש פאן און ענטערטעינמענט.

לאמיר נישט מאכן קיין טעות:

זייט דער רבי האט איבערגענומען די הנהגה האט ער "אויסגעריסן" עטליכע זאכן וואס איז "אייביג" געווען.

1) ער גייט היינט אין די קעמפ'ס אליינס !
נישטא מער קיין "עסקאורט'ס", נישטא מער קיין קארוואנען מיט לעלו'ס. ער גייט אליינס. פארהערט די קינדער און בחורים, רעדט א דרשה מיט ערנסטקייט. און מאכט דעם וויזיט א תורה'דיגע, א תוכנ'דיגע און אזוינס וואס די קינדער טראגן אהיים אויף א גאנץ לעבן.

2) נישטא מער קיין באגלייטן.
אויסגעריסן דעם באגלייטן מיט'ן שורש. עס האט גענומען לאנג אבער ער האט עס דורכגעפירט.
קודם האט ער מבטל געווען דעם פסח באגלייטן. נאכדעם דעם שבועות באגלייטן און צום לעצט דעם סוכות באגלייטן און פאקלען מיט אלע שטותים.
יא, ער זאגט אפאר ווערטער פאר'ן ציבור אויפן "פארטש" אבער קיינער באגלייט אים נישט. ער פארט נישט אוועק פון קיינעם און דארף נישט נישט קינדישע שטותים.
,
3) ער פארט קיין ארץ ישראל און לאנדאן אליין.
נישטא מער די "מאסע מאלכיס" - אז ער וויל פארן ווי אומער, פארט ער אליייס, מיט די מינימום סוויטע.
אזוי שפארט ער מיליאנען דאלאר.
אזוי שיקט ער דעם מעסעדזש אז מ'פארט אויפצוטאן, נישט פאר די גאס און פאר די נארישע פאמפע-דראמפע !

ווען דער רבי געזעגענט זיך, טוט ער עס דורך פרעגן א פעסטע קשיא, און די וועלכע ווילן האלטן א קשר, מיטשען זיך צו פארענטפערן די קשיא, און שיקן עס אים אפ. אזוי האט מען א קשר, נישט דורך לעקטער'לעך, סיינס, לעלו'ס, מאטארקאדעס און אלע בעיבישע שומרים-לעלוס.

און יעצט מאכט ער דעם ענדערונג מיט די שושן פורים טישן. וואס כאטש ער האט שוין לאנג איינגעפירט א טיש מיט תורה און זינגען, ווארימע און לעבעדיגע ניגונים, מיט דרוש ואגדה פאר שעות לאנג, האט ער יעצט מבטל געווען אינגאנצן די דשאוק טייל דערפון !


אוי האט ער משנה געווען !

_________________

have_hope » 16/3/2011 19:03

ווי גייט דער רבי שליט"א זיין שבת??

_________________

ראפאגאש » 17/3/2011 17:08

גוט זאגער איין ווארט שפתיים ישק! אבל יש להוסיף מעט נופך:

די זאליבאנעצעס, זענער כסדר פארנימען אז סאטמאר איז משנה פונעם רבי'ן ז''ל, און נאר זיי זענען די באמת גאר נישט משנה, אפי' מיטן רויט מאכן פענימער ברבים אויך נישט, לאמיר א קיק טאן,

רבינו הק' זי"ע האט אונז געשריבען זיינע הייליגע ספרים, אויך האט ער באפוילן בפה קדשו פארשידענע הוראות, וויאזוי מיר זאלן זיך פירן, את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשה. לאמיר רעכענען:

נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה. - די ארוינים נעמען? ניין!
נישט גיין צו די בחירות. - די ארוינים גייען? ניין!
נישט אריין קומען און די סאטמארע בתי מדרשים מיט א אפענע שייטעל. - די ארוינים האלטן די תקנה? יא!

נישט קומען אין די הייליגע טעג און בית מדרש אפיל מיט א צוגעדעקט שייטל. - די ארוינים האלטן די תקנה? יא!

זאלצן די פלייש דייקא מיט שטיינזאלץ. - אזוי פירט מען זיך און די בוטשער סטאר'ס שע"י קהילתינו? יא!

נישט דאווענען קיין מעריב פארן זמן רבינו תם. - פירט מען זיך אזוי אין אונזערע בתי מדרשים? יא!

און די שטאטוטן פון די קהלה וואס רבינו הקוה"ט האט אונטערגעשריבן בחי"ק שנת תשי"ב לפ"ק שטייט אז מען מוז דאווענען אין די בתי מדרשים דקהל יטב לב, אויפן נוסח און סדר פון רבינו הקוה"ט זי"ע. - דאווענט מען ביי אונז אין די בתי מדרשים אויף דעם נוסח פון רבינו הקוה"ט זי"ע? יא!

דער רבי זי"ע האט געהאלטן אז גיין אין ציוניסטשן בג"ץ איז יהרג ועל יעבור. - די אהרוינים גייען? ניין!

איז דען דא איין שטוב פון אן ארויני וואס ער זאל נישט האבן דעם הייליגן "ויואל משה" (נישט דעם "דברי יואל"...) ביי זיך אין שטוב?

 

איי מיר זינגען  נישט יעדע וואך דעם זעלבן ניגון אויף "לא תבושי", וואס מען האט געזינגען די לעצטע יאר ביי רבינו הק' זי"ע!

 עסן מיר נישט קיין קנאבל-בארשט מיטל-נאכט יו"ט!

 לייגן מיר נישט קיין בלומען אויפן סדר טיש!

 עסן מיר נישט קיין לפתן!

 עסן מיר נישט קיין געדישעכטץץץץץ!

 שרייען מיר נישט "אוי"! אינמיטן די נענועים!

 מאכן מיר נישט נאך די תנועות מיט די האנט, וואס רבינו הק' האט געמאכט ביי תפילין לייגן! ומי יבוא בסוד קדושים.

לייגן מיר יא צוקער אין די פערפל!

מאכן מיר נישט רויט קיין פענימער שישון פורים!

 דאס מיינט משנה זיין פונעם דרך פונעם דעם רבי'ן ז"ל???

און אויב ''ב'משנה זיין'' עסקינן, לאמיר נאר דערמאנען א ברעקל היסטאריע, ווער פון די צוויי אחים הקדושים איז געווען א בן בית דעיל בלא בר בביתו נאוה קודש פון רביה"ק זי"ע בימי בריאותו, און ווער איז "קיינמאל" נישט געקומען.

 עס געדענקן אלע עלטערע תלמידים ווי כ"ק רבינו שליט"א האט זיך געדרייט ביי זיין הייליגער פעטער, און מקבל געווען מלא חפניים, און אלע הינזיכטן.

 פון אלס קליין קינד פלעגט ער אייביג גייען שבת מיטאג צו רבינו הק' זי"ע, וואס פלעגט אים פארהערן וואס ער האט געלערנט, און שעפן נחת דקדושה מנצר חוטר מבית רבי, דער צווייגל מבית אבותיו הקדושים עצי התמרים זי"ע.

 עס איז כדאי צו דערמאנען, אז איינמאל האט דער ברך משה זי"ע, באקומען א מעסעדש פון די אנשי דלא מעלי (דאס איז די די היינטיגע זאלי / בני המן / ווערים / קרעטץ / מישמאש אד''ג,)  אז ער זאל מער נישט שיקן רבינו שליט"א, (וואס איז דאן נאך נישט געווען א איידעם און ווישניץ), צום שטוב פון רבינו הקוה"ט זי"ע.

 ס'איז אריבער א שטיק צייט, און דער ברך משה זי"ע האט זיך געטראפן מיטן פעטער זי"ע ביי א חתונה, און רבינו הקוה"ט זי"ע האט אים זייער פארגעהאלטן היתכן אז ער שיקט שוין נישט בנו הגדול רבינו שליט"א צו אים. און דער ברך משה זי"ע האט כדרכו בקודש און אזעלכע אומשטענדן, זיך פארביסן די ליפן, און גארנישט געענפערט. סובלת סבלך.

 ביי די בר מצווה האט אים רבינו הקוה"ט זי"ע געקויפט א סעט רמב"ם, און אים געזאגט, "זעה אז דער רמב"ם זאל נישט שווער בלייבן"!!

 ווען רבינו שליט"א איז געווען א 13 יעריגער בחור, באושפיזא דאהרן, האט אים אמאל רבינו הקוה"ט זי"ע מכבד געווען מיטן בענטשן, עס איז נישט געווען קיין פלאץ אז רבינו שליט"א זאל זיך קענען אוועק זעצן, האט זיך דער היילגע רבי זי"ע אוועקגעריקט, און געזאגט פארן ברך משה מיט א שמייכל: "איך וועל זיך ריקן אביסל, דו וועסט זיך ריקן אביסל, וועלן מיר אים מאכן פלאץ"! און אלעס אז רבינו שליט"א אלס 13 יעריגער בחור זאל זיך קענען אוועקזעצן און מכובד ווערן.

אין אנדערע מקומות וואלט מען אויף אזא עובדא געבויעט פיתום ורעמסס פון סמיכה, הנהגה, רוח הקודש, הרגשה, וכו'.

 ביי די סוגיא פארלערנען , האט כמה פעמים פאסירט אז רבינו שליט"א האט זיך פארשפעטיגט עטליכע מינוט, און רבינו הקוה"ט זי"ע האט צוגעווארט און נישט אנגעהויבן פארלערנען ביז רבינו שליט"א איז אנגעקומען.

 אלעמאל ווען רבינו שליט"א האט אריינגעפרעגט, האט דער רבי זי"ע אויסטערליש הנאה געהאט זיך מפלפל צו זיין מיט אים. אמאל ווען דער רבי זי"ע האט געטראפן דעם ברך משה זי"ע האט ער אויסגערימט כ"ק רבינו שליט"א פארן ברך משה זי"ע, וואס האט געקוואלן נחת דקדושה, צו זען ווי זיין הייליגער פעטער זי"ע שעפט הויפענעס נחת פון זיין זון, ולאילנא רבא יתעבד לתפארת אבותיו הקדושים, א ריכטיגער סיגוט'ער אייניקל.

 אמאל אין א שמועס, האט רבינו הקוה"ט זי"ע פארגעווארפן דעם ראש ישיבה, הגה"צ רבי נתן יוסף ז"ל, "האסט מיר נאך אין די גאנצע ישיבה, איין אזא בחור ווי סיגוטער רב'ס זון [ר'] אהרן"?!

 אלס אינגערמאן האט רבינו הקוה"ט זי"ע געשריבן אויף אים דעם געוואלדיגן תואר של כבוד, ווי וועלכן דער רבי זי"ע האט כידוע שטארק געמאסטן, "חו"ב, המאור הגדול". (אה, יא, דאס איז געווען שוין זייענדיג אן איידעם אין וויזניץ).

 תשל"ד פרשת תרומה, ווען רבינו שליט"א האט עולה געווען אין ביהמ"ד, און  דער עבריין זריעלע דער הולך לבג"ץ, האט שוין דאן געלייענט, און ער האט אויסגעלאזט אויף רבינו שליט"א, דעם פסוק "לשאת את השלחן", האט דער רבי זי"ע א שלעפ געטאן זריעל'ן ביים טלית, און מיט א שמייכל זיך אנגערופן: "אה!? לשאת את השלחן מיינט פירן טיש"!!! (אהא, איר האט געטראפן, דאס איז אויך געווען נאכדעם וואס ער איז געווען אן איידעם אין וויזניץ).

 און נאך און נאך!

 היינט האבן מיר די זכי' אז רבינו שליט"א איז דער ממלא מקום פון זיין הייליגן פעטער זי"ע, און איז ווייטער דולה ומשקה פון וואס ער האט מקבל געווען בבית מדרשו של אותו צדיק וקדוש זי"ע, פאר אונז עד ביאת הגואל. און מיר זענען נישט חייש אויף ''משנה זיין''

 פון די אנדערע זייט.

 רבי זאלישעל , אוי דער ליבלונג, דער לעכטיגער בעל צורה ונועם המדות, שיין און געפיצט, שטראלנד און בא'חן'ט, ממש וואו א מוד וואס שטייט און שדוכים, איז כמעט קיינמאל נישט געקומען קיין סאטמאר. ער האט פיינט געהאט סאטמאר מיט א שטארקע שנאה, (אהבה מסתרת). פארוואס?

 ווייל ער איז געווען אין זעלבן יארגאנג פון הרב חיים רובין שליט"א, (אויך א פלומעניק פון רבי'ן זי"ע), און די "שטוב מענטשן" (זיינע היינטיגע בעלי בתים) האבן בכוונה מכבד געווען און מקרב געווען ר' חיים'ען, און דירעקט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אונזער שיינעם רבי זאלישעל, כדי צו טשעפען מיטן ברך משה זי"ע כמנהגם.

דעריבער האט דער שיין געפיצטער רבי זאלישעל  שטענדיג פיינט געהאט צו קומען אויף סאטמאר, און די מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה"ט זי"ע, די אלמנה אלטא פייגא ע"ה, אויף וועמען ער האט סארקאסטיש ערקלערט ביי די לוי' סיון תשס"א, אז מ'האט זיך אין איר געקענט "מדבק" זיין נאכ'ן רבי'נס פטירה, פלעגט ער רופן "מכשיפה" רח"ל, אלעס וועגן די סיבה!

 עס פארציילט ר' נחום ברוינער מיט ר' אברהם מאיר ווייס, מיט ר' משה זעליג, הערשל וועלץ, און נאך אז ר"ה בשנת תש"ל, דער ערשטע יאר וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט געדאווענט פארן עמוד נאכ'ן סטראק, זענען געפארן א גרופע פון סיגוט'ער מתפללים קיין וומ"ס זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע, און האבן צוריק געוואקט קיין בארא פארק, נאכן דאווענען די ערשטע טאג ר"ה. ווען זיי זענען צוריק אנגעקומען קיין ב"פ זענען זיי געגאנגען דאווענען מנחה מעריב און סיגוט'ער ביהמ"ד, און די סיגוט'ער מתפללים האבן זיי אויסגעפרעגט וויאזוי עס איז געווען ביי רבי'ן, וויאזוי דער רבי זי"ע האט געדאווענט. רופט זיך אונזער שיינער רבי זאלישעל אן הויך אויפן קול: "אברהם מ. וואס ברענגסטו אריין דא די סאטמארע דרע..."??!! דער עולם איז געבליבן ערשטוינט, וויאזוי א ראצער א בחור, א גארנישט, א ניקס, מיט א פרעכען עקעלדיגען ''וועקי'' פיסקעל  מאכט אזוי אוועק דאס דאווענען פון רבינו הקוה"ט זי"ע.

 אחוץ די מעשה מיט די רבי'שע לייכטער, וואס דער בעל המושיען, זיין אפעטיט זאל זיך מערן, און מערן, עד בלי די, האט מחדש געווען, ווי אויך רבי זאלישעל'ס בענטשן דעם לעצטן שב"ק אינדערפרי אין שטוב פונעם רבי'ן זי"ע, ווען דער רבי זי"ע איז שוין געווען אין א מצב פון נר אלקים טרם יכבה, און כמובן איז דארט קיין רעדע פון "פערזענליך מכבד זיין" זיכער נישט געווען, האט איר נאך עפעס שייכות פון רבי זאלישעל צו סאטמאר און איר גרויסן מייסד רבינו הקדוש והטהור זי"ע?!

די זאלישלעך וועלן אונז פארציילען ווועגן רבי'ן זי''ע? אדער גאר וועגן משנה זיין? מען דארף דאך זיין א מצה טאש צו נישט צו פארשטיין ווער דער משנה איז,

 



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 17/03/2011 17:11:30




תוקן על ידי ראפאגאש ב- 17/03/2011 17:17:25

וואלןסח » 17/3/2011 17:33

גוט זאגער

שיין און גוט ארויסגעברענגט

 

און איך ווייס שוין פון עטליכע יאר וואס דער רבי זוכט דאס מבטל צו זיין, פשוט פאר דעם ווייל מען האט זיך נישט געהאלטן צו וואס מען האט זיך אויסגענומען, מען האט יערליך אויסגעפראקט מענטשן (וואס יעדער האלט אז ס'קומט זיך זיי, אבער דער רבי האלט אז נישט און ער וויל דאס אפשטעלן) דאס יאר איז געווען א שעת הכושר ווען מען איז געקומען בעטן דעם רבין אז שושן פורים זאל דער טיש זיין אין וויליאמסבורג, האט די רבי זיך אויסגענומען דעם תנאי אז קיין שום ערוואקסענע מענטש זאל נישט אויפטרעטן, ווייל ס'איז פארשטענדליך אז אויב אין קרית יואל קען מען זיך קוים איינהאלטן ווי אזוי וועט מען זיך איינהאלטן אין וומסב"ג הקרובים אל החלל, ממילא איז דאס געווען די תנאי

ואשרינו שיש לנו רבי כזה

*

שבת גייט די רבי זיין אין קרית יואל

סאטמארבילד » 17/3/2011 17:58


די דעפרעסע קומט אן א קלימאקס

נעכטען האבן די חברה ארויס געשיקט א ראבער קאל מיט לצינות פון רבינו שליט"א מיט האפענונג אז די דעפרעסיע וועט צונישט ווערן

יקרבו » 17/3/2011 20:55

אין יואלי רוטנער וועט געבן א שריי א פריי לע כיען פורים אין אלע שטויבער'ס וועלן וויינען פאר פרייד
והעיר זאלי צהלה ושמחה

_________________

גוטזאגער » 18/3/2011 20:30

טעיתי  , קיין שום פארמעסט.
וטעות לעולם חוזר

גוטזאגער » 20/3/2011 15:01


הרב פייוויש שווארץ שליט''א האט גוט געזאגט פאר אליעזר קעסטענבוים: לעיזער, דו וויגסט א טויט קינד.

זכר_באנדל » 22/3/2011 08:11

הערליכע טיש געווען בצל מרן רבינו שליט"א!!!!!!!!

תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ברוקלין:
די רבי שליט"א זאל ערשיינען צום שושן פורים טיש יעדעס יאר!!!

אהה..... דער עולם האט פארלאזט דאס ביהמ"ד מיט הופענעס מיט השפעות טובות פון דעם פארגאנגענעם גרויסן הייליגן יו"ט פורים!!!

איינער זאגט א גוט ווארט היינט: 'נישט אז אונז זעמיר צופרידן אז די רבי זאל זיין געזונט איז אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג אזוי קענען מיר צוגיין זעהן דעם טיש....... נאר אונז פריי מער זיך,  אז אזוי דארפן מיר נישט ארויס פארן קיין קרית יואל............!!!

אזוי שטארק זענען מיר משתוקק און מיר קוקן ארויס אויפן רבינ'ס טישען!!!!!!!!!!

_________________

האנדא » 22/3/2011 18:51

דער פישיגער קווינס פר דער בן חזקי פיש האט אויף געטרעטען ביי ר' זלצמן'ס דשאק טיש???

עמעצר שיקט מיר א קליפ, און דער קווינס פר פיש, זעט שוין אויס שטארק פארמאטערט,

..