היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שרעקליכע טעראר אטאקע אין שומרון - 5 אומגעקומענע

שרעקליכע טעראר אטאקע אין שומרון - 5 אומגעקומענע

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2883012

סעלפאן » 13/3/2011 07:24

א שוידערליכער און בלוטיגער טעראר אטאקע האט פאסירט אין דעם איתמר זידלונג, נאנט צו שכם, וואו טעראריסטן האבן אומגעברענגט א משפחה פון 5 - טאטע מאמע און 3 קליינע קינדער. לויט ערשטע אויספארשונגען, האבן א גרופע טעראריסטן זיך איינגעבראכן פרייטאג צונאכטס ארום צען אזייגער אווענט אין שטוב פון די פויגל פאמיליע. וועלכע זענען שוין אלע געווען אנטשלאפן, און אויסגעמארדעט מיט מעסער'ס די טאטע און מאמע, מיט 3 קליינע קינדער פון עלעף יאר, 4 יאר און דריי חדשים, און מיסטעריעז געלאזט ביים לעבן 2 קינדער פון אכט און צוויי יאר . די טערעריסטן האבן אויפגעווארפן דאס הויז און גלייך פארלאזט דאס ארט. אביסל שפעטער איז דאס צוועלעף יעריגע מיידל אהיימגעקומען פון א פארברענג מיט באקאנטע, און נישט געקענט עפענען די טיר, זי האט אלאמירט די שכנים, און ארום צוועלעף אזייגער ביינאכט האט זיך דאס אכט יעריג קינד ערוועקט און געעפענט די טיר. די שכנים האבן גלייך אלאמירט ערשטע הילף מיט זיכערהייטס קרעפטן, אבער ס'שוין ליידער נישט געווען וואס צו טון. זק"א וואלונטירן זענען אנגעקומען אויפן ארט און אבאכט געגעבן אויף כבוד המתים. אויפן ארט זענען אנגעקומען שווערע מיליטערישע קרעפטן, און אנגעהויבן מיט א גרינטליכער אונטערזיכונג אויף דעם גאנצן אומגעגענט פאר די פארברעכער, אבער דערווייל אן ערפאלג. א רייע ארעסטן זענען שוין דורכגעפירט געווארן דורכן מיליטער אין א פרואוו צו כאפן די שולדיגע טעראריסטן און זייערע פלאנירער. די לוי' פון די קדושים וועט פארקומען מארגן פארמיטאג אויפן הר המנוחות אין ירושלים.

קליפ » 13/3/2011 07:30

הי"ד
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 13/3/2011 07:32

* width="585" height="469"><*

_________________

קליפ » 13/3/2011 07:34

טאטעלע » 13/3/2011 07:40

שוידערליך!!! פון די אנדערע זייט איז א דאפעלטע ווייטאג צו זען ווי די מתנחלים זענען געהעריג מאבד עצמם לדעת, און טראץ דעם וואס עס האט שוין אין די פארגאנגענהייט פאסירט אזאכע טראגישע אינצידענטן ווי מ'האט אומגעברענגט אידישע נפשות, וואוינען זיי נאך אלץ אין די אקופירטע שטחים און זענען זיך מתגרה באומות מידי יום ביומו.
 
זאל שוין דער אייבירשטער חונן דעת זיין פאר די אידן, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די בביגוא"צ בב"א.

SatmarBum » 13/3/2011 08:13

טאטעלע » 13/3/2011 08:26

אדאנק סאטמארבאם פארן פארריכטן.

תוקן על ידי טאטעלע ב- 13/03/2011 08:49:51

SatmarBum » 13/3/2011 09:52


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=25572


[בילד – נישט אפגעהיט]  
הנאהבים והנעימים, בחייהם ובמותם לא נפרדו • תיעוד מזעזע
גופות חמשת בני משפחת פוגל שנטבחו בליל שבת ביישוב איתמר שבשומרון, הובאו לבית ההלוויות שמגר בירושלים כהכנה לקראת ההלוויה היום בצהריים שתחל בשעה 13:30 ב'הר המנוחות' • הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום, ונקם ישיב לצריו, וכפר אדמתו עמו • לראות ולדמוע
יהושע הכהן, בחדרי חרדים 09:35 13/03/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
גופות הקדושים הי"ד, לפני שעה קלה בשמגר. צילום: יואל גיל 'חדשות 24'   
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]0
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

, , ,

_________________

טאטעלע » 13/3/2011 15:48

עס כאפט א פחד א שרעק ווען מ'זעהט ווי די רשעי ישראל, די ציונים ימ"ש, אנשטאט זיי זאלן זיך לערנען א לעקציע פון די שוידערליכע טעראר אטאקע, און אביסל פארמינערן זייערע התגרות באומות, טוען זיי פונקט דאס פארקערטע, און נוצן די אטאקע פאר א אויסרייד אנצושאפן נאך א גרעסערע התגרות באומות.
 
היינט צופרי האט דער רשע ביבי נתניהו געמאלדן אז 'לכבוד' די שרעקליכע שחיטה אין איתמר, גייט ער ערלויבן צו אראפנעמען די איינפרירונגען וואס זענען אצינד אין קראפט אויף די אקופירטע שטחים, און מ'וועט זיך נעמען בויען מיט אן אימפעט. שומו שמים, דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון "רק בדם תהיה לנו הארץ", דער לאזונג פון די מייסדי המדינה שר"י.
 
www.bhol.co.il//article.aspx?id=25573

_________________

ספרינטער » 13/3/2011 17:19

איז נישט די וואך אפגעצייכנט געווארן די צווייטע יארצייט פון די בליט באד אין מרכז הרב ווען עטליכע בחורים זענען ברוטאל געשאסן געווארן?

טאטעלע » 13/3/2011 18:01

ספרינטער,
 
עס איז בכלל נישט קיין דמיון. די אטאקע אויף ישיבת מרכז הרב איז טאקע פארגעקומען אין א מתנחל'ישע ישיבה, אבער די ישיבה געפינט זיך פאקטיש אין ירושלים, נישט אין עפעס א מתנחל'ישער זידלונג. אוודאי קען מען קאנספירירן אז די טעראריסטן האבן געמאכט די אטאקע דווקא אין יענע ישיבה צוליב זייערע עקסטרעמע שטעלונגען און נאכאנדע התגרות באומות, אבער פאקטיש איז די ישיבה נישט געשטאנען אויף א באזיס פון התגרות באומות.
 
ווידעראום דער זידלונג איתמר איז געשטאנען ביים שונא אין טערעטאריע, מ'האט אויפגערייצט דעם הונט, און דאס שרעקליכע האט פאסירט.
 
קומען די היימישע ציונים טענה'ן, נעע.. ס'נישט ווייל מ'רייסט זיך מיט די אראבער'ס. זיי זענען אייביג געווען רוצחים.. נו מאכטסעך שטערקער די קשיא!! מיט דעם בלוט-הונגעריגער רוצח גייסטעך רייצן??!!
 
אנשטאט מ'זאל פון די רוצחים שטיין ווייט, קומען די מתנחלים און מ'זעצט זיך אריין צו זיין אין פיסק, און ווען זיי רצח'נן אזוי ווי זייער שטייגער הייבט זיי אן נאך מער אויפצורייצן אז מ'וועט זיי ווייזן, מ'וועט דווקא בויען יעצט נאך צען זידלונגען. איך רעד שוין נישט פון תורה'דיג, נאר פשוט שכל'דיג איז דאך דאס נישט אויסגעהאלטן, דאס איז א שטיק טפשות.

קליפ » 13/3/2011 18:45

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 13/3/2011 18:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

די_אמת » 13/3/2011 19:53

ווען וועט מען שוין איינזעהן און טוהן וואס די הייליגע תורה פארלאנגט אין גלות, זיך מכניע זיין און איבערבעטן די אראבערס, וויפיל אידיש בלוט ר"ל דארף דאס נאך קאסטן ה"י

פריינדליך » 13/3/2011 21:09

וועלכע טעראריסט גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע?

אויטענטיש » 13/3/2011 21:32

על-אקצא די אפיציעלע מיליטער פליגל פין פאטאח האט נעכטן גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע, און האבן שפעטער צוריקגעצויגן דערפון. (נישט פארגעסן, פאטאח איז מכלומר'שט א פרידליכע מעסיגע גרופע, וואס איז אינטערנאציאנאל אנערקענט)

SatmarNews » 13/3/2011 21:37

ווער איז דער בחור מיט'ן ביבער היט ביי די לויה?

פריינדליך » 13/3/2011 22:29

וואס זענען די אנגעגבענע סיבות פאר די מערדעריי?

די_אמת » 14/3/2011 05:32

זוכסט סיבות?? קוק אין די הייליגע תורה!!

קליפ » 17/4/2011 21:17

Two Arab Terrorists Arrested for Fogel Family Massacre
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 17/4/2011 21:18

קליפ » 13/9/2011 20:48

Palestinian Sentenced To 130 Years for Killing Itamar Family