היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ארונים סטראשענען צו בויקאטירן בוני עולם

ארונים סטראשענען צו בויקאטירן בוני עולם

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2882748

הכל_בסדר » 10/3/2011 18:47

ס'גייט ארום שמועות אז בוני עולם האט געקענסלט הרה"ג ר'יעקב יודא ברוין שליט"א ס'דרשה ביים דינער קומענדיגן מוצש"ק, צוליב וואס ער דינט אלס דיין ביי די זאליס, זיי דארפן פארשטיין אז די סטראשונקעס זענען בלויז פון עטליכע פלאטשיגע רודערערס, זיי האבן נאך בכלל נישט אביוזט די ארונים מיטן מכבד זיין ר' יעקב יודא וואס יעדער ווייסט אז ער איז פון די אקטיווע דיינים אין בוני עולם און קיינער וועט זיי נישט חושד זיין אז די סיבה וואס זיי האבן אים מכבד געווען איז צוליב זיין חשיבות אלץ זאלי דיין, זיין דרשה וועט בכלל נישט אויסגעטייטשט ווערן אלס פאליטישע מאוומענט ביי א נארמאלע ארוני און וועט נישט אפהאלטן זיין נדבה צוליב דעם.

די טענה איז צו די ארונים, פארוואס מיזן זיי אנשטינקען יעדע מוסד מיט פאליטיק, פארוואס מוז מען אזוי וויכטיג טשעפענען די זאליס אויף בוני עולם'ס פיקעל?

סענעטאר » 10/3/2011 19:30

הכל בסדר, בוסט זיכער אלס הכל בסדר מיט דיר?
 
וואס א טענה האסטו אפילו צו די אהרונים, דארט איז נישטא קיין שיעור פאר בלוט, זאל דאס זיין בוני עולם צו סיי וועלכע הייליגע מוסד, אויב וועט ח"ו האבן א נגיעה מיט די זאליס איז דאס אסור בתכלית האיסור, און מ'וועט דעם מוסד טערעראזירן עד חרמה.
 
יעצט וועל איך אייך דערציילן וואס דא שפילט זיך אפ אונטער די קוליסן. די אהרונים זענען נאך שולדיג נקמה פאר בוני עולם פארן זיך אריינפייפן אין דעם מעכטיגן איסור פון עדווערטייזן אין איד. אבער אזוי ווי בוני עולם איז א אלטוועלטליכער מוסד האבן די אהרונים זיך נישט געוואגט צו גיין אין קאמף מיט איר נאר געמוזט בלייבן שטיל. יעצט, ווען בוני עולם מאכט דעם דינער אין קרית יואל, האבן די אהרונים אנגעהויבן געפערליך טערעראזירן דעם מוסד. בוני עולם האט אבער געזאגט אז זיי קענען נישט אפזאגן הרה"ג ר' יעקב יודא וועגן צוויי סיבות, איינס ער איז פון די אקטיווע דיינים אין בוני עולם, צווייטענס ווייל ער האט שוין גערעדט ביי די קלענערע מסיבות וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל אלס הכנה צום דינער.
 
די אהרונים האבן אבער נישט נאכגעגעבן, און לייגן נאך אלץ געפערליך דרוק אויף בוני עולם אז זיי זאלן אוועקנעמען פון דעם דיין זיין דרשה, אז נישט וועלן זיי בויקאטירן דעם מסיבה מוצש"ק. דערווייל הייסט עס אז אפיציעל אויף די צעטליך וועט נישט שטיין אז ר' יעקב יודא וועט רעדן, אבער ביים דינער וועט מען אים יא אויפרופן און ער וועט אויפטרערן אלס נואם הכבוד.

_________________

סעננדר » 10/3/2011 22:57

סענאטער כ'ווייס נישט ווער ס'האט דיך אזוי גוט אינפארמירט אינטער די קוליסן, אבער א גאר נאנטען צו ר' יעקב יודא ברוין האט מיר געזאגט אז בוני עולם האט אים אנגערופן קענסל'ן זיין רעדע צוליב וואס זיי האבן זיך דערזען אז ס'נישטא קיין צייט (אויסער פאר ר' שמחה שלום שטיינבערגער....)

ביידען » 10/3/2011 23:15

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סענאטער כ'ווייס נישט ווער ס'האט דיך אזוי גוט אינפארמירט אינטער די קוליסן, אבער א גאר נאנטען צו ר' יעקב יודא ברוין האט מיר געזאגט אז בוני עולם האט אים אנגערופן קענסל'ן זיין רעדע צוליב וואס זיי האבן זיך דערזען אז ס'נישטא קיין צייט (אויסער פאר ר' שמחה שלום שטיינבערגער....)


אויב איז עס אמת וואס דו שרייבסט דארף מען עס בויקאטירן אדער לכה''פ אראפנעמען די ארונישע רעדנער פונעם פראגראם

_________________



תוקן על ידי ביידען ב- 10/03/2011 23:22:33

rebyankel » 11/3/2011 00:39

ביידען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב איז עס אמת וואס דו שרייבסט דארף מען עס בויקאטירן


דא גייט די בויקאט נישט הייסען געשפילט מיט בלוט
ווייל מ'וועט ווידער ניצן דעם הא לן והא להוא

סענעטאר » 11/3/2011 00:58

סענדערר וועם דרייסטו א קאפ? וואס האסטו געוואלט בוני עולם זאל זאגן אפיציעל פאר ר' יעקב יודא אז ער טאר נישט אויפטרעטן ווייל ער איז א זאלי? זיי פרובירן דאס צו טון אויף א דיפלאמטישן וועג, דעריבער האב איך דיר פארציילט וואס האט זיך אפגעטון אונטער די קוליסן.

_________________

SatmarNews » 11/3/2011 01:06

רעביאנקעל ביטע געב מיר א הסבר פארוואס אראפנעמען כולל שומרי החומות פושקע הייסט נישט געשפילט מיט בלוט און בוני עולם יא

ווען זינגט מען הא לן והא להו און ווען נישט?

ביידען » 11/3/2011 01:36

נאכעמאל איך זאג נישט מען זאל בויקאטירן, איך ווייס נישט ווער עס גייט רעדן אין ווער נישט, אבער בוני עולם דארף אין אכט נעמען, אז טאמער זיי האבן געקענסלט הרה''ג ר' יעקב יודא צוליב ארונישע דרוק זאלן זיי וויסן אז דעס האט קאנסעקווענצן.
 (נאכדערצו ר' יעקב יודא וואס איך גלייב האט בוני עולם גאר אסאך ניצן פון אים צוליב זיינע גרויסע קשרים אין די מעדעצינישע וועלט ואכמ''ל.)

_________________

rebyankel » 11/3/2011 01:44

SatmarNews כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רעביאנקעל ביטע געב מיר א הסבר פארוואס אראפנעמען כולל שומרי החומות פושקע הייסט נישט געשפילט מיט בלוט און בוני עולם יאווען זינגט מען הא לן והא להו און ווען נישט?


א מיניט צירוק שרייט ער אז די ארונים שפילן מיט בלוט ווייל זיי סטראשען בוני עולם
אין דא שרייט ער שומרי החומות

אין פאר שומרי החומות זאג מיר וואס די חילוק איז געווען
צווישן שומרי החומות אין די בויקאט קעגן זיבענבערגן

SatmarNews » 11/3/2011 01:57

בקיצור נמרץ: הא לן והא להו


rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

א מיניט צירוק שרייט ער אז די ארונים שפילן מיט בלוט ווייל זיי סטראשען בוני עולם
אין דא שרייט ער שומרי החומות

אין פאר שומרי החומות זאג מיר וואס די חילוק איז געווען
צווישן שומרי החומות אין די בויקאט קעגן זיבענבערגן


תוקן על ידי SatmarNews ב- 11/03/2011 01:57:47

rebyankel » 11/3/2011 02:04

אוי האסטו גיט געזאגט
הא לן והא להו


סענעטאר » 11/3/2011 03:29

ביידען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכעמאל איך זאג נישט מען זאל בויקאטירן, איך ווייס נישט ווער עס גייט רעדן אין ווער נישט, אבער בוני עולם דארף אין אכט נעמען, אז טאמער זיי האבן געקענסלט הרה''ג ר' יעקב יודא צוליב ארונישע דרוק זאלן זיי וויסן אז דעס האט קאנסעקווענצן.
 (נאכדערצו ר' יעקב יודא וואס איך גלייב האט בוני עולם גאר אסאך ניצן פון אים צוליב זיינע גרויסע קשרים אין די מעדעצינישע וועלט ואכמ''ל.)

_________________


 
רעדסט ווי א אהרוני. מיר בויקאטירן נישט קיין מסיבות ווייל דער מוסד באקומט טעראר פון די אהרונים און קענען איר נישט ביישטיין. דער מוסד וועט אי"ה אויך נישט ליידן פון קיין שום קאנסיקווענצן. עס איז בלויז לידיעה בעלמא מ'זאל וואוסן וואס די אהרונים זענען אלס אומשטאנד צו טון פאר זייער גלויבן.

_________________

סעננדר » 11/3/2011 03:33

סענאטער אמעסארי האסט מיך נישט גוט פארשטאנען כ'וועל עס נעקסטיים טרייען ארויסצוברענגן מער באריכות, מיין כוונה איז נישט געווען דיך צו איבערצייגן אז די סיבה פונעם קענסעלעישן האט נישט קיין שייכות מיט ארוינישע טעראר ווייל בוני עולם האט אליינס געזאגט פאר ר' יעקב יודא אז די סיבה איז ווייל ס'נישטא קיין צייט.. מיין כוונה איז פשוט דאס וואס דו שרייבסט הינטער די קוליסן אז ר' יעקב יודא גייט למעשה יא רעדן אבער אן קיין מודעה, האב איך געענפערט אז איך ווייס קראנט אז בוני עולם האט אים געבעטן נישט צו רעדן.

נוטראלער » 11/3/2011 07:34

די קלארע פאקטן בנוגע די בוני עולם דרשות

איך האב געהערט גר קראנטע אינפארמאציע פון אן אינסיידער אין בוני עולם א פאפא'נער אינגערמאן וואס ארבעט אין אפיס אין בארא פארק און האט נישט קיין שום נגיעה צו סיי וועלכע צד

מתחילה איז געווען א פלאן עס זאל אפגעהאלטן ווערן דרשות דורך עטליכע רעדנערס, א איד פון ארץ ישראל, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און דורך ר' שלמה באכנער שליט"א, און דורכן יושב ראש ר' אהרן ארי' אייזענבערג שליט"א.

למעשה ווען מען האט זיך אראפגעזעצט מאכן די פונטקליכע פראגראם האט מען זיך דערזעהן אז עס איז נישט מעגליך, וויבאלד דער דינער איז מוצאי שבת (נישט ווי זייערע דינער'ס ערגעץ אנדערש ווי מען מאכט עס אינמיטן די וואך און מען קען אנהייבן פריער), און אזוי אויך רוקט מען דעם זייגער דעם מוצ"ש, און וויבאלד דער פראגראם איז צו לאנג, צופיל דרשות, און ביי בוני עולם דינער גייט אויך אוועק אסאך צייט פאר טיילן פלעקס, און עס אנגעגרייט געווארן שיינע בעלי מנגנים, ע"כ האט מען געקלערט צו שניידן די דרשות דורך מבטל זיין די דריי דרשות פון די דיינים, דהיינו הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און אזוי האט מען געטוען מען האט אנגערופן אלע דריי צו קענסלען זייערע דרשות.

דערנאך האט זיך אנגעהויבן טענות פון די זאליס היתכן מען האט געקענסעלט ר' יעקב יודא, און די ארונים האבן געטענה'ט היתכן מען האט געקענסלט ר' שמחה שלום, און אזוי אויך האבן מאנכע געטענה'ט  אז אין קרית יואל מיז אויך זיין א דרשה פון א מורה הוראה און עס קען נישט זיין סתם א פראגראם פון פלעגס און ניגונים.

אשר ע"כ איז באשלאסן געווארן אז מען וועט יא מכבד זיין צו רעדן אלע דריי דיינים, און עס איז צום האפן אז יעדער וועט פארשטיין און ארויסווייזן געדולד אפי' דער מעמד וועט זיך פארשלעפן.

 

איך וועל מסיים זיין מיטן סלאגאן פון בוני עולם, אז דער דינער איז

 

א דינער וואס קיינער וויל נישט פארפאסן!!!

 

ספרינטער » 13/3/2011 19:08

Tweet from @AnashSatmar ------------------------ @AnashSatmar: Y is Yakov Yida Braun ashamed where he's Dom"tz? Btw his Drusha 2nit @ Boinei Oilem KY is CANCELED! http://twitpic.com/48zgxz

ספרינטער » 13/3/2011 19:13

ווייסט איינער אויב איז אמת אז ער האט נישט גערעדט?

ביידען » 13/3/2011 19:21

ער האט גערעדט

_________________

וואלןסח » 13/3/2011 19:28

ער האט גערעדט, און נאך ווי גערעדט, ער רעדט נאך יעצט!

מיר פערזענליך איז נישט אנגעגאנגען אז ער האט גערעדט, ס"ה האט ער זיך דאכט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט בפומבי קעגן רבינו שליט"א (מהר"א), און אז ער האלט אנדערש ווי מיר, גייט מיר נישט אן, ער מוז נישט האלטן ווי מיר ווי לאנג ער טשעפעט נישט א צווייטן

וואס ס'האט יא געשטערט פאר א גרויסע ציבור, אז ער האט זיך נישט געהאלטן צו די זמנים, און גערעדט זייער לאנג, און איך ווייס באמת נישט וואס בוני עולם'ס חשבון איז געווען, זיי דארפן וויסן אז די מענטאליטי פון קרית יואל'ע אידן (פון אלע לאגערן) איז אנדערש ווי וומסב"ג ב"פ, אין וומסב"ג קענסטו ציען ביז אין די נאכט אריין, קרית יואל'ע אידן האבן בטבע ליב זיך צו לייגן פרי און אויפשטיין פרי, איך אליין בין נישט געווען ביים דינער פאר איין סיבה, איך האב געזען דא די ליסטע פון רעדנערס וואס גייען רעדן האב איך געוואוסט דאס איז נישט פאר מיר. (געלט האב איך געגעבן אסאך ביי פאר-מסיבה)

די גאנצע ליסטע פון דיינים וואס האבן דארט גערעדט איז גענצליך איבריג

איין דרשה פון ר' שלמה באכנער איז מער ווערט ווי אלע דרשות


זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער מוסד זאל זיך קענען צושפארן פאר גוטע סיבות, אז ס'זאל מער נישט אויספעלן



תוקן על ידי וואלןסח ב- 13/03/2011 19:31:31

SatmarNews » 13/3/2011 20:13

די זאליס זענען שוין לאנג באוואוסט אלס אוממענטשן

סאטמער100 » 13/3/2011 21:11

איך וויל דא ארויסברענגען א קליינע נקודה איך וואלט געוואלט וויסן פשט פונעם אשכול און ווי לעכערליך מקען דא שרייבן זאכן וואס איז אזוי רחוק מין המציאות

די נאמען פונעם אשכול איז " ארונים סטראשענען צו בויקאטירן בוני עולם "

הרב הכל בסדר דיין נאמען איז בלשון סגי נהור ווייל איר זענט בכלל נישט בסדר זאג נאר

ווער האט ארענזשירט די מסיבה ?

ווער האט אנגעגרייט די פראראם פארן מסיבה ?

ווער געט שוין אוועק חדשים פאר די מסיבה ?

צו וועם ווענדט זיך בוני עולם ווען זיי ווילן א מסיבה אין קרית יואל ?

די תירוץ איז איין ווארט
 """"""ארונים"""""""

פארשטטיט זיך זיי וואקן נישט אריין און גרויסן ביהמ"ד און נעמען סיי וועמן (וואס אגב וואלטן זיי נאך אנגעקומען עני טיים אזוי גוט ווי ביי די בעסטע זאלי / בני יואל גרויסע עסקנים) זיי ווייסן אז מקאלט אן העסקן ר' שמעון עוזר לעווי נ"י און א פאר טאג דערויף איז דא א דאטום צום מסיבה וואס גראדע באלאנגט דער עסקן מיט אלע זיינע מיטארבעטערס צו די ארונים אנגעהויבן פון הרב נפתלי צבי שנעבאלג שליט"א חתן פונעם בעל אגלי דבש שליט"א און אזוי ווייטער במיילה וואלט איך געוואלט וויסן ווי די ארונים טראכטען פון בויאקאטן בוני עולם זיי וואלטן פשוט נישט געדארפט (שיקן ר' שלמה באכנער) איינלאדענען ר' יעקב יודא
נאר וואס דען מיט דעי לגיונות קומט מען שטענדיג
 
 

ספרינטער » 14/3/2011 07:28

רעביענקל גיסט אויס א טוץ מיט קללות אין בויך וויי נאך זיין איינרעדעניש אז דער דיין שליט"א וועט נישט רעדן (גרוש פארגעס האט דאך אים אליינס געזאגט...)
 
ער ווייסט שוין פונקטליך וויפיל רעסיטס עס איז פון די זאליס און וויפיל פון די ארונים, ער ווייסט אויך אז די ארונישע קהל האט שוין געפלאנט אויפצונעמען הרה"ג יעקב יודא שליט"א אלץ א דיין אין זייער שלשה רועה בקר בי"ד, יא ר' אהרן האט מען אויך אמאל געפלאנט אויפצונעמען אלץ א מנהיג איבער א חשוב'ע עדה. גיי ווייטער אן מיט דיינע דמיונות און פלענער אין מיר וועלן בעז"ה ווייטער אנגיין אויף אונזער דרך.