היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פיקטשערס פון די אויסגעשפילטע דזשיגאן חתונה

פיקטשערס פון די אויסגעשפילטע דזשיגאן חתונה

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2882736

ספרינטער » 10/3/2011 18:03

איך מיין עס איז שוין צייט צי עפענען א אשכול איבער די אויסגעשפילטע דזשיגאן חתונה וואס איז פארגעקומען מיט עטליכע טעג צוריק אין פישמאן'ס לאט וואס געפינט זיך ביים עק פון וויליאמסבורג.
 
יעדער איז געלאדענט ארויפצושטעלן פיקטשערס פון די חתונה אנגעהויבען ביי די מעכטיגע קבלת פנים געענדיגט מיט די דזשיגאן טאנץ.

ביידען » 10/3/2011 18:21

די ''געהויבענע'' דזשיגאן טאנץ

http://www.youtube.com/watch?v=QyFOQzOuU7Q&feature=player_embedded

טראכטן » 10/3/2011 18:41

דזשיגאן שמיגאן, פון די קעפל דא האט אויסגעזעהן אז דו האסט בילדער פון די חתונה אזוי ווי מיר האבן פון ענקער תלמוד חכם (לשון סגי נהור) פון הושענא רבה מידי שנה בשנה, דערווייל האט דיין קאלעגע ביידן געברענגט א קליפ וואס מאכט דיך אויסקוקן ווי פערלשטיין ווען ער האט זיך געשוואוירן ביי זיין געלע בארד אז ער האט דעם בית החיים.

ספרינטער » 10/3/2011 18:42

וויפיל שיך מיט ווייסע זאקן איז דאסמאל געווען?
 
וויפיל קאפס איז אויסגעגאנגען?
 
וויפיל קנעפלעך איז געווען אויף די ערד נאך די געהויבענע דזשיגאן טאנץ?
 
וויפיל מאל האבן די שלעגערס - רוצחים - מוסרים - מסרבים לדין - הולכים בערכאות ובג"ץ הציוני העולמי איבערגעשניטן די גאז פייפס?

טראכטן » 10/3/2011 18:46

ספרינטער, אהער מיט די אויסגעשפילטע בילדער, שטעל ארויף, לאמיר זעהן וואס דו קענסט, שרייבן פוסטע חזיונות קען איך אויך

ספרינטער » 10/3/2011 18:50

ביטע נישט פארדרייען די נושא פונעם אשכול, קענסט עפענען א עקסטערע אשכול אויפצוווייזען פארוואס ער איז נישט א דזשיגאן.

טראכטן » 10/3/2011 18:52

פארדריי נישט דעם שמועס, אהער מיט די בילדער!!!!!!!!!!!!!!

kj1234 » 10/3/2011 19:19

קיינער זאל נישט שטיפן די אויבן אן אידן מיר האבן געמאכט שיין פלאטץ פאר יעדעם ..................[בילד – נישט אפגעהיט]

נא קינדער אראפ פין די פלעצער.................

[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי kj1234 ב- 10/03/2011 19:21:59

טראכטן » 10/3/2011 19:37

טראכטן » 10/3/2011 19:39

די זאליס וואלטן זיך געעוינטשן אזא אויסגעשפילטקייט,

היראים » 10/3/2011 19:41

מיינסט נאר די קבלת פנים איז אויסגעשפילט
קוק די מצוה טאנץ

הגה"צ אבד"ק טשאקעווע שליט"א - אבי הכלה ביי זיין מצוה טאנץ

מלובש מיט די גארטל פון הייליגן דברי חיים זי"ע

 

אויששש » 10/3/2011 19:57

דער טשאקעווער האט דאך שוין א שענערע עולם ווי דזשיגאן אין לעיקוואד..

ספרינטער » 10/3/2011 20:17

די געהויבענע דזשיגאן טאנץ אינעם גרויסע שטח פון פישמאן
[בילד – נישט אפגעהיט]

ספרינטער » 10/3/2011 20:18

מסור גערי שלעזינגער באשיינט די אויבן אן, האלט א אויג וועם נאך אריינצושליידערן אין תפיסה
[בילד – נישט אפגעהיט]

ספרינטער » 10/3/2011 20:19

דזשיגאן ביקט זיך פאר איינעם וואס מאכט אים נאך
[בילד – נישט אפגעהיט]

ספרינטער » 10/3/2011 20:19

ווילאנג די דזשיגאן טאנץ האט זיך נישט אנגעהויבן פעלט זיך נאכנישט אויס די נייע ראס שול
[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 10/3/2011 20:35

די פארענטשעס גענצליך ליידיג
א דורכפאל

דער רבי שליט"א טאנצט מיט'ן מחותן שליט"א ואחיו וגיסיו

בני ויו"ח פון הגאון רבי משה האלבערשטאם זצ"ל חבר בי דינא רבה בירושלים עיה"ק

 

♦♦♦


אז ענק טרייסטן זיך מיט אזעלכע חלשות

פארוואס  זאל מען עס נישט טוהן פאר ענק

אוישש אין טראכטן העלפט מיך צו

היראים » 10/3/2011 20:45

די ליידיגע אויבן אן

אזש ציליב די אויסגעשפילטע עולם האט מען נישט געליינט די כתיבה......

 

 

 

 

ביים וואונטשן לחיים פאר'ן חתן און די מחותנים שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

אויששש » 10/3/2011 21:43

רבינו הגה"ק שליט"א טאנצט מיט די שלשלת הזהב יוצאי חלציו פון רביה"ק בעל בר"מ זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]

אויששש » 10/3/2011 21:46

[בילד – נישט אפגעהיט] 

תוקן על ידי אויששש ב- 10/03/2011 21:47:44

SatmarNews » 10/3/2011 21:57

דער דעפרעסטער יועץ הפרטי, אהרן מתתיהו דייטש קוקט זיך צו ווי זיינע יארן פון חלומ'ן צוזאמען מיט דזשיגאן אז ער גייט זיין דער גרעסטער רבי אויף די וועלט, האט זיך אזוי ביטער געענדיגט אין א געדינגענעם לאט ביים עק פון וויליאמסבורג

[בילד – נישט אפגעהיט]

ספרינטער » 10/3/2011 22:06

עס וואלט כדאי געווען אויב איינער קען ברענגען פון די פאריגע חתונות אויך, אזוי אז מ'זאל קענען זען מיט וויפיל דער דזשיגאן איז געוואקסן.

סטראבערי » 10/3/2011 23:00

, מ'בעהט מ'זאל נאר ארויפלאזן די בחורים..... נו! הרג'ט נישט קיין מענטשן דארט
אויף די פארענטשעס

חזקה » 11/3/2011 02:19

רבותי, אז מען טוט זיך אויס פון ריאלעטי, קען מען מיט ליצנות פאשטעלן אזוינס וואס זאל אויסזעהן ריאלעטי...

ב"ה ס'איז א שטאלץ און א כבוד און מהר"א מסאטמאר איז שטארק רעספעקטירט איבעראל אז ער האט נישט בלויז ארויפגעצווינגען זיינע חסדים מיט די חתונה תקנות, און ווען ער פראוועט, פראוועט ער ווילאנג ער וויל, אפילו ווען ער מאכט חתונה ווערן די תקנות אויסגעפירט לויט די פרינציפן.

דער אויבן אן איז טאקע לער צוליב דעם וואס די חתונה האט זיך אנגעפאנגען פרי, און שפעטער ווערט ס'אויבן אן פיל מקצה על הקצה, און אויב איז דער אויבן אן ליידוג, פארוואס איז עס שפעטער פיל געווארן?

די דערהויבענע געטענץ ווערן געענדיגט עלעף אזייגער שארף, דער עולם פארבלייבט ביים רבינס מצוה טאץ, און עס איז שוין איינגעפירט געווארן ביי די לעצטע פאר חתונת אז דער ציבור פארלאזט דעם חתונה נאכן רבינס מצוה טאנץ, אין דאס איבעריגע איז פאר פאמליע און גוטע פריינט, און צוליב דעם איז ליידוג די פארענטשעס ביים גראמען.

מיינע קאלעגעס וועלן מיר אודאי פארהאלטן, ביסטו צודרייט די ענטפערסט נאך פאר די היפאקריטן?

מיין ענטפער איז יא! ס'איז פארהאן הונדערטער תמימי לב וואס זענען נעבעך פלעין תמימות'ידג און אומבאהאלפן, און מאניפולירט פון די שוואפן, דעריבער קען איך באשטיין זיי צו ערקלערן די גענויע פאקטן.

מיט דאנק!

_________________

כדרכו » 11/3/2011 03:28

חסדי ה' כי לא תמנו!!! ווען נישט איך ליין (ליידער) היידפארק וואלט איך אפילו נישט געוויסט אז דער זשיגאן האט חתונה געמאכט טאקע ביי אונז אין וויליאמסבורג, פון א וועלטס פירער צו א געדינגענע פישמאן-לאט ביים עק שטאט- ווער וואלט געגלייבט,

טאטעלע » 14/3/2011 17:56

עס איז ממש נישט צום גלייבן וואס דערפרעסיע קען אלטס צו ברענגן!
 
ווען איך זעה ווען נישט דעם קליפ פון די מצוה טאנץ וואס דער זשיגאן עם הארץ האט אראפגעלייגט וואלט איך עס נישט געקענט אין מיין לעבן גלייבען אז אט טאקע דאס האט זיך אויסגעלאזט פונעם בן סורר ומורה!
 
לא עלינו ולא עליכם ווי דער חולה מסוכן מאכט זיך משוגע! ער מאכט זיין עקסערסייז טאנץ מיט די הענט און די פיס ארויף און אראפ, ער פירט זיך אויף ווי א געהעריגע שערי חמלה פאציענט(!) בשעת ער ווערט באגלייט דורך א באצאלטער שומר וואס יאגט אים כסדר נאך פון אונטער אים און ווי א watch dog מאכט ער זיכער אז דער פאציענט - וואס דארף צוליב געזונטהייט פראבלעמען מאכען די סארט עקסערסייז טאנץ - זאל חלילה נישט אריינקראכען אין פרעמדע מענטשען און אין פרעמדע מקומות, וד"ל. איך קוק איבער דעם קליפ איין מאל און נאך אמאל און איך שטיי און שטוין איז טאקע דער מענטש זיין הייליגען טאטענס (רביה"ק בעל ברך משה זי"ע) א קינד??!! איז טאקע דער מענטש זיין גרויסען ברידער'ס (כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א) א ברודער??!! ער קומט דאך פון א נארמאלע משפחה!? פון ווי האט ער דאס אויפגעפיקט??? ממילא מטרעפט זיך מנהגים פון פרעמדע פלעצער פון צולייגן א טיש אדער אראפנעמען שוין מהיכא תיתא ער וויל פרובירען צו ציען מענטשען מיטן תירוץ אז ער איז מוסיף מחול אל הקודש... און נאך מער, זענען די מענטשען וואס קוקן זיך צו פון די זייטן מכלומרשט חסידים פון רביה"ק מרן הברך משה זי"ע וויל איף וויסן צו האבן זיי אמאל געזעהן ביים ברך משה זי"ע אזא מצוה טאנץ מיט כל מיני משוגעתים? מ'קען טאקע זעהן אויפן ווידיאו אז רוב מענטשען העכער די דרייסיג יאר זענען נישט אזוי העפי.. עפעס דרוקט זיי אין הארצען.. זיי טראכטען צו זיך: נאפס דאס איז קיין סאטמארער מצוה טאנץ.. פארפאלען לא כן הורינו רבותינו.. נישט דאס האבן מיר געזעהן ביים רבין הברך משה זצוק"ל במשך די צענדליגער מאל וואס ער האט געטאנצען מצוה טאנץ ביי די אייניקלעך און מיט מער מענטשען פון די עטליכע הונדערט אידן וואס האבן איבער געפילט די הופער שולען!
 
אלעס האט אבער איין מסקנה: וואס דערפרעסיע קען אלס צוברענגען!! נעבעך דער אדמו"ר הגדול דער געוועזענער 'מרן הגאב"ד ור"מ קרית יואל והגלילות' וואס האט זיך איינגערעדט אז ער וועט בלייבן דער יחיד המשתלט על הציבור און ער וועט פראקטיצירען סאטמאר בתפארתו לויט זיין פלאן ומי יבוא אחר המלך... איז שוין אביסעל פארשטענדליך די פשט פון דעם מאנגא-שערי חמלה טאנץ! סאטמאר האב איך פארלוירן, וועל איך טרייען א פרישע מהלך!