הויפט זייט » אידישע געדאנק » פורים מארש פון די סאטמארער קליינע קלאסן אין בני ברק
פורים מארש פון די סאטמארער קליינע קלאסן אין בני ברק
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2882505
תלמידי ת"ת דרב"י מסאטמאר ב"ב בנשיאות כ"ק מהרי"י מסאטמאר שליט"א בליעה''ר
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי זענען די מאדערנע קינדער?
סוג, 1. וואו אהין זענען ל"ע אוועקגעקומען די איבעריגע קינדער (ביז 72 כלשונך) ?
2. אפשר וואלסטו געקענט אויסרעכענען די "סאטמארע" פאמיליע-נעמען פון העלפט פון די קינדער ?
תוקן על ידי אויששש ב- 09/03/2011 20:12:41
דאס זענען נאר די גאר קליינע
| ||||||||||
אויפן בילד איז דא איבער 50 קינדער בליעה''ר כ''י אין דעיס איז בלויז פון די קלענערע קלאסן
ס'וואלט איינער דא געקענט א טובה טהון (נאר אויב ס'קומט נישט אן שווער)
און ברענגען א פיקטשער פון די גרעסערע קינדער ?
כ'פארשטיי נישט אויב די קליינע זענען איבער 50, דארף דאך זיין מיט די גרויסע איבער 100? תיקו !
און ברענגען א פיקטשער פון די גרעסערע קינדער ?
כ'פארשטיי נישט אויב די קליינע זענען איבער 50, דארף דאך זיין מיט די גרויסע איבער 100? תיקו !
אלא מאי?
דא איז אביסל א קלארע בילד פון די "נאר סאטמארע" קינדער ביי די זאליס אין ב"ב..
[בילד – נישט אפגעהיט]
אוישש, בני ברקער
זאג מיר מיט וואספארא קאליר קאפלעך זענען געגאנגען פאר 40 יאר אדער 50 יאר די גריינימאנן'ס די טורצין'ס די קארעליץ'ס די שמידל, און די בענעדעיקט'ס און די אנדערע חזון איש'ניקעס.
זאג מיר מיט וואספארא קאליר קאפלעך זענען געגאנגען פאר 40 יאר אדער 50 יאר די גריינימאנן'ס די טורצין'ס די קארעליץ'ס די שמידל, און די בענעדעיקט'ס און די אנדערע חזון איש'ניקעס.
טייל האבן ל"ע אינגאנצנישט קיין קאפלעך
ס'פאנגצעך אן ביי א פטעטא טשיפ און ס'גייט צו א קאלא ביז מ'טוט אינגאנצען אויס די קאפל
ס'פאנגצעך אן ביי א פטעטא טשיפ און ס'גייט צו א קאלא ביז מ'טוט אינגאנצען אויס די קאפל
[בילד – נישט אפגעהיט]file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot.png" alt="" />
[בילד – נישט אפגעהיט]file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot-1.png" alt="" />
[בילד – נישט אפגעהיט]file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot-2.png" alt="" />
דער מיז האלטן גאר שמאל אז ער האט שוין נישט וואס צו טון נאר גיין זיכן מיט א פארגרעסערונגס גלאז די קאליר פון די קאפלעך פון די קינדערלעך פון די סאטמארא תלמיד תורה אין בני ברק
|
האלטן גאר שמאל מיינט, אז ווייל ס'זאל הייסן אז מ'האט א ת"ת, מוז מען נעבעך אדווערטייזן ביליגע שכר-לימוד קאסטן כדי צו אנפילן די קלאסן מיט פרעמדע אויסגעקראצטע קינדער פון די גאנצע אומגעגנט טייל פון זיי ליטווישע, וואס די עלטערן זענען מקיים די חוב קדוש פון זייערע רעבי'ס און גדולים אנטייל צונעמען אין די בחירות הטמאות...
הער זיך איין אויששש עס איז דא מער זאליס אין בני ברק ווי אהרונים אין ירושלים. נאר וואס דען אין בני ברק לעבט מען נאך אונטער די נ' יארן סטאטוס ווי אין מאנרא ווי רוב איינוואוינער האבן מורא געהאט ארויסצוקומען אפן אקעגן דעם דזשיגאן רעזשים מורא האבנדיג פון די דעמאלטסדיגע מצויינים פון די יעשיווע. ביז דזשיגאן האט געכאפט א רוק חל המועד פסח...
די זעלבע זאך איז אין בני ברק. ווי סלאולי באט שארלי נעם מען אראפ די טעראר ביז ענק וועלן זיך פלוצלונג דערזעהן מיט אפשר 50%.. פונקט ווי אין מאנרא
די זעלבע זאך איז אין בני ברק. ווי סלאולי באט שארלי נעם מען אראפ די טעראר ביז ענק וועלן זיך פלוצלונג דערזעהן מיט אפשר 50%.. פונקט ווי אין מאנרא
תוקן על ידי ביידען ב- 10/03/2011 20:41:17
ביידען, גאנץ גוט פארענטפערט די קשיא..
נאט אייך א גוט'ס, יעצט שפרינגט און ענטפערט א ים מיט קללות
דאס איז א פיקטשער פון די פלאקאטן וואס די בני ברק'ער זאליס האבן ארום געהאנגען אין די שטאט ב"ב, אלס צו אנפילן זייער קינדער גארטן מיט סיי ווער פון די גאס, נאר כדי צו קענען איינרעדן די אלוועלטליכע זאליס אז זיי האבן 50 קינדער און זיי ברויכן נעבעך געלט.. אויסער די גע'גנב'טע חודש'ליכע איינקומס פון די זאלן און האטעל....
(יא די ארויפגעצווינגענע בוררות קאסט טאקע אסאך געלט)
קוקט וויאזוי מפרואווט צו שלעפן די פרעמדע גאס מיטן גאנצן כח, מ'לייגט פאר א גאנצע רייע מיט 10 מעלות פארוואס ס'לוינט פאר די גערער, וויזשניצע, באבוב'ער, און ליטווישע שכנים צו שיקן זייערע קינדער דייקא ביי זיי אין קינדער גארטן, ליינט שטוינט און האט הנאה וויאזוי די בלאף אויף די אויסלענדישע זאליס ארבעט, פאלגענד איז צוטירט די מעלות וואס איז אלס אויגערעכנט אויפן צעטל:
1. מחיר מסבסד (געספאנסערטן פרייז). 2. מקום מרוח וממוזג (א לופטיגע פלאץ מיט אינגערישטע עירקאנדישן). 3. מיקום מרכזי (אין צענטער פון שטאט). 4. אווירה חמה ומסורה (א איבערגעגעבן ווארימע לופט). 5. מלמדים חשובים ומנוסים לגיל הרך (חשוב'ע מלמדים וועלכע זענען ספעציאליסטן פאר די יונגווארג).
ווער עס איז נאכנישט גענוג איבערגערעדט, איז די ליסטע נאכנישט פארטיג...
6. בניהול מפקח ומנוסה ומקצועי (געפיהרט מיט א געלערנטע און געפרואווטע אויפזוכט). 7. עם דגש רב על תוכן מקצועיות ועל נקיון (מיט א גרויסע דגש אויף די אינהאלט פון די גלערנטקייט און אויף די ריינקייט). 8. עם המון תשומת לב והשקעה מרובה (מיט אסאך אסאך אנטענשן און אסאך אסאך השקעה). 9. יחס אישי לכל ילד (א באזונדערע באציאונג צו יעדן אינגל).
און דער עקשן וואס וויל נאך אלס נישט אריינשיקן זיין אינגל אין דעם "סאטמארן" קינדער גארטן, איז דא נאך איין שטארקע זאך וואס וועט איהם זיכער באוועגן: 10. שפע של מתקני חצר מעניינים לילדים (א שפע פון גארטן שפילערייען אינטערסאנט פאר קינדער)...
דער ביטערער ליטוואק אדער גערער חסיד וואס וויל נאך אלס נישט א טובה טהון און אריינשיקן זיין תכשיט'ל אין אזא הויכ-סטאנדארטישע קינדער גארטן איז פשוט א מאבד עצמו לדעת, און ער זאל זיך גיין צו אלע רוחות....
באלד לייג איך אריין די פיקטשער פון די פלאקאט, האלט אייך געשפאנט און ליינט דאס נישט שטייענדיג....

"האסט אויסגעלאזט עטליכע זאכן ווי למשל, "בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א" און "להורם אשר ברצונם לחנך ילדיהם בשפת אידיש" איך פארשטיי פארוואס אויששש האט זיך געמיזט אראפזעצן ווען ער האט געליינט דער צעטיל,
|
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. זענען די אהרונים דא וואס שומפן קעגן דעם מוסד אין בני ברק די זעלבע וואס זענען כסדר פארנומען אז זיי באדערט בכלל נישט אז ר' זלמן לייב האט מוסדות, נאר פארקערט זיי פרייען זיך אז ער טיילט זיך אפ?
און בכלל זייט ווען מיינט א סאטמארער חדר אין ארץ ישראל אז ס'טארן דארט נישט לערנען קיין ספרדישע און תימענע קינדער (נניח לשיטתם אז דאס איז דער אמת)? האט נישט רביה"ק זצ"ל אויפגעשטעלט א סאטמארער מוסד פאר די ספרדישע קינדער?...

איך בין נישט באקאנט מיט די שטובער פין ווי די קינדער קומען, אבער די מודעה איז א סטאנדארט אדווערטייזמענט וואס יעדע נייע מוסד וואלט געשריבן.
אפדעיט: שבת אין ראדני האט וואלי געכאפט אן אטאקע און געמאכט קולות ווער עס האט געלאזט ארויסגעבן דעם צעטל, שמשון יענקל האט אבער געטענ'ט אז אנדערש וואלט מען נישט געהאט קיין מנין קינדער, עס האט נישט גענומען לאנג און עס איז געגאנגען קולות און מכות רצח, שמשון האט ארויסגעשלעפט וואלי'ס פאלשע ציין און ביני לביני איז נאך געפאלן פון שמשון שטיקער פלייש פונעם טשאלנט וואס ער האט געגעסן שבת אינדערפרי, אביש האט זיך אנגענומען פאר וואלי,
ביז יעקב הערש האט געברענגט פרישע טשאלנט וחמת שמשון יענקל שככה
ר יונה איז מכובד ממשיך צו זיין
און דער חכם הרזים רעביאנקל איז מכובד צוצולייגן זיינע הגהות
ביז יעקב הערש האט געברענגט פרישע טשאלנט וחמת שמשון יענקל שככה
ר יונה איז מכובד ממשיך צו זיין
און דער חכם הרזים רעביאנקל איז מכובד צוצולייגן זיינע הגהות
תוקן על ידי SatmarNews ב- 13/03/2011 23:53:39
ענק האלטן זיך אונטער מיט שיינע דזשאק'ס איינס געלונגענער פונעם צווייטן בליעה"ר
אבער קיין ענטפער איז נאכנישט דא -
וואו נאך אין די וועלט האט א א.ג. סאטמארער מוסדות ארויסגעהאנגען אזאלכע מודעות פאר די פרעמדע גאס ?
וואו נאך איז דערהערט געווארן אז א סאטמארער מוסדות אין ארה"ק נעמט אן יעדן קינד ער זאל נאר קומען, אפגעזעהן פון וועלכע שטוב, השקפה, די קינדער קומען ארויס, צו נעמען די עלטערן אנטייל אין די בחירות הטמאות וכדו' ?
וואו נאך אין א סאטמארער מוסדות אין די וועלט ספאנסערט מען שכ"ל פאר פרעמדע קינדער ?
וואו נאך אין א סאטמארער מוסדות אין די וועלט פראלאמירט אזא מודעה פיהל מיט ווערטער אויף די טמא'נע שפראך, ווי צום ביישפיל: מסובסד, ממוזג, יצירתיות, מתקני חצר, מעניינים א.א.וו. ?
???

זאג נאר, די ווילסט טאקע אז איך זאל אפירברענגען די באמבאסטישע פראפעגאנדע פון ווען סהאט זיך געעפענט ענקערע מוסדות אין וויליאמסבורג, צענדליגע דרשות, בראשורען, פאון קאללס הקפות'לעך, גענעראל פארזאמלונגען, און אודאי די פערל ווערטער פון זשיגאן אליינס איבער די בעסטע גרעסטע מוסדות אין שטאט
ווילסט איך זאל ברענגען די פלאקאטען פון דיין מאנטריאל ישבה עדוועטייזמענט, און פון די אנדערע ישיבות?
איז דא איין מודעה פון בני ברק מוסדות ווערסטו אינגאנצען פריילעך, ס'איז א געווענליכע ארץ ישראל'דיגע מודעה איבער א נייע מוסד

תוקן על ידי כדרכו ב- 14/03/2011 03:00:18
קיינער רעדט נישט פון אדווערטייזן נייע מוסדות ביי די אייגענע מענטשן וואס דינט בעיקר פאר די פאנדרעיזינג, אדער אין בעסטן פאל צו איבערצייגן פאר די אייענע מענטשן אז די מוסד האט א גיטע עתיד, ווען זשיגאן האט געפענט מוסדות און ק''י האט ער געמאכט די וועלטס פראפאגאנדע, ווער געדענקט נישט די געשטיקעלטע בילדער מיט די 2 יענקעלע'ך, אבער ווען די פראפאגאנדע פון אן א''ג סאטמערע מוסד איז פאר די פרעמדע גאס ''נאכדערצו אויף אזא פארנעם'' ווי ביליגע פרייזן אד''ג ציהט עס א שמייכל ביי אלעמען אין גיבט צו פארשטיין פארוואס אזוי ווייניג קינדער קומען פון סאטמערע שטובער
מהיכי תיתי אז די עדווערטייזמענט איז געצילט פאר די פרעמדע גאס?
ביליגע פרייזן איז א אנגענומענע זאך צו אדווערטייזן אין ארץ ישראל. - און בכל אופן נישט קיין אנדייטונג אויף צילעווען די פרעמדע גאס.
ביליגע פרייזן איז א אנגענומענע זאך צו אדווערטייזן אין ארץ ישראל. - און בכל אופן נישט קיין אנדייטונג אויף צילעווען די פרעמדע גאס.
טיפיקעל רעביענקל- מאכן הנחות און נאכדעם פרעגן קשיות אויף זיי
_________________
קודם און אמעריקא איז אויך אנגענומען צו אדווערטייזן א נייע מוסד, די גרויסע זשאוק דא איז, אז ענק רופן די ת''ת ''סאטמאר'' דארט איז עס שוין איין מאל א חידוש אין א געלעכטער, נאכדערצו מיט אזא מארקטינג אריינגעמישט העברעיש מיט 'ביליגע פרייזן', אין אויך ליין דעם צעטיל איבער פאר די זאגסט מיר איבער אז ס'איז געציהלט פאר די אייגענע מענטשן, כ'האב נישט געוואלט טראכטן אז מיט אייגענע מענטשן דארפן ענק אזא מארקעטינג.........., און דרך אגב ענק שפילן אזא בלידנקייט, פארוואס האבען די ארונים און ירושלים נישט געדארפט מאכען אזא מארקעטינג ווען זיי האבען געפנט מוסדות, הער אויף צו מאכען דאס גענאר פון דיר, אפילו טאהלער - דער איש משחית, איז מודה אז ער קען נישט האבען קיין ת''ת אן די פרעמדע גאס,