דורכקוקענדיג הלכות שחיטה זעהט מען גאהר פילע זאכען וואס זיינען אלס פארבינדען דערינען. אלזא, ווילען מיר דא מאכען א פארום, און אויסשמועסען די חומרות און קולות וואס זיינען אלס פארבונדען ווען מען רעדט דערפון.
אנהייבען וועלן מיר מיט די זאך וואס רופט זיך אן סירכות, וואס דאס זיינען אזוינע בלאטערלעך (בליסטערס) אין די לונגען וואס לויט'ן בית יוסף דארף דאס זיין גענצליך גלאט, און פון דארט נעמט זיך די ווארט גלאט (חלק) בית יוסף. און לויט'ן רמ"א איז אנגערופען גלאט, אויב זיינען די בלאטערלעך גאר קליין, אזוי ווי צו גלייכען ווען א בליסטער הייבט אן ארויסצושפראצען.
איצט איז אזוי, אויסער סירכות וואו דער בית יוסף איז מחמיר, זיינען דא פיל אנדערע זאכען וואס מ'נעמט אין אכט ביים בודק זיין. וואס דער בית יוסף האלט איין שיטה און דער רמ"א איז גאר מחמיר דערביי.
די סיבה פארוואס מיר ברענגען דאס צום אויבערפלאך. איז צוליב וואס עס זיינען פארהאן מענטשן וואס האבען איצט אנגעהויבען מחמיר צו זיין אויף גלאט בית יוסף און ווען זיי גייען אויף פרעמדע פלעצער און זיי פרעגן זיך נאך וואספארא סארט שחיטה מען סערווירט, און דער אנטווארט איז גלאט בית יוסף, דאן דארף מען וויסען אז דאס איז נאר אויף סירכות און נישט אויף אנדערע זאכען וואו מען ברויך ליבערשט מחמיר זיין אזוי ווי דער רמ"א זאגט. די גלאט בית יוסף וואס מען האט ביי קרית יואל'ע שחיטה איז א צוגאב צו אנדערע חומרות וואס איז איינגעפירט ביי חסידישע שחיטה.
ויהי רצון אז מען זאל שוין פונעם שור הבר און לוויתן עסן און אלע שאלות און ספיקות זאלען פארענטפערט ווערן במהרה בימינו אמן