נאכן פירן א לאנגע און דורכגעפאלענע מערכה, הייבן די אהרונים אן צו שיקן סיגנאלן פון גסיסה ארום די מערכה מיט דעם מוסד הקדוש שומרי החומות.
ווי באקאנט איז דוד עקשטיין אריין א רוח אין קאפ, אז די איינציגסטע וועג וואס עס איז אים געבליבן צו צוברעכן די זאליס איז מיטן פירן א מערכה מיט די אלע אומפארטייאישע מוסדות וואס עדווערטייזן אין דער איד. דער סוף פון די מערכה איז געקומען בערך א וואך נאך וואס זי האט זיך אנגעהויבן, ווען די אלע מוסדות האבן באשלאסן זיך אריינצופייפן אין דוד עקשטיין און יא עדווערטייזן אין דער איד.
דער אנטווארט צו דעם איז געווען א נארישע און זינלאזער מערכה ספעציפיש קעגן שומרי החומות, וואס לשיטת האהרונים זענען זיי געווען די פורצי גדר און אנגעפירט מיט דאס אריינגעפייפעריי אויף דוד עקשטיין'ס תקנה. די מערכה האט געפירט צום ארויסווארפן פושקעס פון שומרי החומות פון די אהרונישע שולן איבער די וועלט, א דרשה פונעם דזשיגאן עם הארץ קעגן שומרי החומות א.א.וו. אבער שומרי החומות האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן. זיי האבן געטענהט אז זיי האבן פון די אהרונים סייווי גארנישט, נאך וואס דער דזשיגאן האט מיט זיי אנגעהויבן א קאלטע קריג ביים אויפנעמען כ"ק מרן רבינו שליט"א אלס סגן נשיא.
די אהרונים, זעענדיג כי כלתה עליהם הרע, דער פלאן גייט נישט ווי פארגעשריבן, האבן אנגעהויבן נידערן דעם פראפייל מיט די נארישע מערכה קעגן מוסדות וואס עדווערטייזן אין איד. אין די טעג איז אנגעקומען צו זיי א שמועה אז שומרי החומות פלאנט אויפצונעמען רבינו שליט"א אלס נשיא הכולל, און דאס איז די לעצטע זאך וואס זיי ווילן, האבן זיי באשלאסן אז מ'גייט "נאכגעבן" פאר שומרי החומות, אומגעבעטן, אז זיי וועלן יא מעגן האבן פושקעס אין זייערע שולן.
דערווייל האט נאך שומרי החומות נישט אנגענומען דעם אנבאט. עס איז צום ערווארטן אז דער זעלבער מנהל המוסד ר' שלמה מאיער, וואס איז מיט א יאר צוריק, ווען די מערכה האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט, געווען דער גרעסטער שייגעץ און מנוול אין שטאט, גייט צוריק ווערן "הרה"ח", און אויסטויש פון אריינשטעלן די שומרי החומות פושקעס אין די אהרונישע שולן...

תוקן על ידי סענעטאר ב- 08/03/2011 22:35:11