עס קורסירן ארום שמועות איבער אנטוויקלונגען ביי די סאטמאר בארא פארק'ער די"ת נאך א זיצונג וואס עס איז פארגעקומען נעכטן, פון ביידע צדדים זענען נעכטן ארומגעגאנגען מעסעדזשעס איינס מער צומישט פונם צווייטן, נאכן פרובירן צוזאמצושטעלן דעם פאזל, קוקט מיר אויס אז ביידע זייטן האבן צוויי אנדערע ווערסיעס, וואס איך וועל פרובירן צו מאכן א סך הכל, לויט וויאזוי איך האלט די 2 ווערסיעס זענען און איך בעט דעם עולם זאל לאזן הערן וויאזוי זיי האלטן, און ווי אויך ווער עס האט עפעס פאקטן זאל לאזן וויסן וועלכע פון די 2 ווערסיעס זענען אמת.
צד הזאלונים:
"בי"ד (נישט די זאליס) האט פארלאנגט אז מען זאל ברענגען חתימות פונם ציבור פון בארא פארק אז זיי געבן סמכות פארן בי"ד צו פסק'ענען," (גענומען פון די זאלי מעסעדזשעס,)
דאס טייטשט אז ר' מענדל שווימער און אהרן וועלץ זענען ווייטער די צדדים, פונקט ווי ר' בנציון און ר' מרדכי דוד זענען אין באבוב, נאר פונקט ווי דארט האט מען געדארפט א שטר סמכות פון דעם ציבור דארף מען דא אויך
צד האהרונים:
"בי"ד האט קלאר געזאגט אז ר' מענדל שווימער איז בכלל נישט קיין צד, נאר די זאליס האבן נאכנישט געוואלט נעמען דעם פארלוסט האבן זיי (די זאליס, נישט בי"ד) געבעטן אז זיי ווילן ברענגען חתימות", (גענומען פון די אהרוני מעסעדזשעס,)
דאס טייטשט אז ר' מענדל שווימער האט פארלוירן נאר די זאליס ווילן אזוי ווי אנהייבן א פרישע די"ת, די ארונים זאגן נישט וואס פארא חתימות די זאליס האבן פארגעשלאגן, אבער אויב איז ר' מענדל שווימער נישט קיין צד מוז זיין אז דאס איז פרישע שטרי בירורין פון פרישע תובעים,
מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז אויב עס איז ווי די זאלונים זאגן שטייען זיי אויף זייער א גוטע פאזיציע און עס איז דא אויף וואס די ברכה זאל חל זיין. אויב אבער איז עס אזוי ווידי ארונים זענען די זאלונים גוט אויף צרות, אן עס וועט זיי נעמען יארן צו וויסן בכלל צו זיי האלטן ערגעץ, און איך רעד שוין נישט פון אנקומען ערגעץ
איך בעט דער עולם זאל זיך לאזן הערן אויב איך בין גערעכט אז דאס זענען די צווויי ווערסיעס, און ווער עס ווייסט זאל לאזן הערן וועלכע ווערסיע איז אמת.