היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » היסטארישע קליפ: דזשיגאן שפילט קאמידיע!

היסטארישע קליפ: דזשיגאן שפילט קאמידיע!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2881573

דזשיגאן » 3/3/2011 21:38

ווי באקאנט איז מיט יארן צוריק געווען א גרויסער יידישיסטישער לץ און קאמידיער, שימעלע דזשיגאן האט ער געהייסן. דער דזשיגאן האט געקענט נעמען א גאנצן זאל פול מיט מענטשן און זיי מאכן וויינען און לאכן צום קלימאקס מיט זיינע בליציגע רעיונות און קאמידיע.
 
דער אלטער דזשיגאן איז שוין געשטארבן מיט א שיינע פאר יאר צוריק. אבער ויקם דזשיגאן חדש, אונזער דור האט אויכעט זוכה געווען צו א דזשיגאן, ער הייסט ר' אהרן טייטלבוים פון קרית יואל. דער ר' אהרן האט אויך דעם פאך פון נעמען א גאנצן ציבור און זיי מאכן לאכן אפילו אין די ערענסטע און אנגעצויגענסטע זמנים אדער וויינען אין פרייליכע צייטן.
 
מיר ברענגן אייך דא אן היסטארישן קליפ פון דעם דזשיגאן קאמידיער - ר' אהרן טייטלבוים שפיל, וואס איז געשפילט געווארן אום חודש ניסן תשס"ו, פארענט פון טויזענטער אידן אין א מקום קדוש. דער נאמען פון די סצענע איז: א הספד ביי א לוי' שפיל. קוקטס און האטס הנאה.
 
http://www.youtube.com/watch?v=Rg9wgtAuLLM

תוקן על ידי דזשיגאן ב- 03/03/2011 21:41:46



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/03/2011 21:48:05

טאטעלע » 3/3/2011 21:45

אנבעליוועבל! דאס איז היסטאריש און געלעכטער פארציקענד!!!!
 
לדעתי האט דער יעניגער געשריגן הצלה מיינענדיג נישט קיין צווייטן ווי דעם ר' אהרן דזשיגאן זעלבסט, נאך וואס ער האט געמאכט אזאנע קולות האט דער יעניגער פארשטאנען אז מ'דארף דעם ר' אהרן אריינפירן אין בעלוויו שפיטאל אין די גייסטיש קראנקע דעוויזיע...

קליפ » 3/3/2011 22:30

* width="640" height="510"><*

_________________

ספרינטער » 3/3/2011 23:03

דעס איז זיסער ווי ציקער! איך הייב אן באדויערן דעם פאקט אז מען האט דעם דזשיגאן געקאפעט פון ראדני, מען וואלט זיך געקענט אסאך אסאך אונטערהאלטן מיט אים. איך האלט מען זאל אים אריינברענגען ביים שושן פורים טיש אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג דער עולם וועט זיכער הנאה האבן...

_________________



תוקן על ידי ספרינטער ב- 03/03/2011 23:10:53

סענעטאר » 3/3/2011 23:16

וואס רעדט עטץ? איר זעט נישט ווי אויפ'ן גאנצן וועג צו דער עמוד שטייט דער ר' אהרן מיט פארוויינטע אויגן און מיט א טרערן-נאסע פנים, און קוים וואס ביים מייק האט ער ערשט נאך לאנגע מינוט דאס געקענט אפהאלטן ביז'ן זיך נעמען רעדן!?

די ברעטשערייען האבן זיך עפעס אנגעהויבן צום טאקט פון א פארגעשריבענעם שפיל?


ביידען » 4/3/2011 01:32

היסטארישע קליפ

אויששש » 4/3/2011 02:33

די היסטארישע המשך פון די לויה (נישט אין בית החיים)
[בילד – נישט אפגעהיט]

ביידען » 4/3/2011 03:32



תוקן על ידי ביידען ב- 04/03/2011 03:34:27

פריינדליך » 4/3/2011 03:36

אזוי מיואש זענט עטס שוין אז עטס מוזט אפירקראצן אזעלכע אור אלטע אויסגעדראשענע לגיונות?

טאטעלע » 4/3/2011 03:42

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי מיואש זענט עטס שוין אז עטס מוזט אפירקראצן אזעלכע אור אלטע אויסגעדראשענע לגיונות?

 
וואס פונקטליך איז ליגענט דא, אז דזשיגאן עם הארץ האט געשפילט א שפיל ביי זיין טאטן'ס לוי'? אז ער האט נישט אויפגעהערט וויינען ווען איינער האט געשריגן הצלה?

ביידען » 4/3/2011 03:48

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי מיואש זענט עטס שוין אז עטס מוזט אפירקראצן אזעלכע אור אלטע אויסגעדראשענע לגיונות?


זייער פשוט מען האט עס יעצט ארויפגעלאוד

_________________

טאטעלע » 4/3/2011 03:51

אויששש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

 
וועל איך אייך דערציילן די "היסטארישקייט" וואס שטעקט אונטער דעם בילד.
 
עס איז געווען אפגעמאכט בעפאר די לוי' אז קיינער חוץ דעם ברך משה'ס קינדער און די דיינים פון וויליאמסבורג און מאנרא, גייען נישט מספיד זיין. למעשה האט משה גבאי באשלאסן יא צו מכבד זיין הגה"צ מאנטריאלער דיין שליט"א מיט א הספד, אויף דעם האט דער דזשיגאן עם הארץ באשלאסן אז ער גייט אויפשטעלן זיין מענדעלע מספיד זיין. למעשה ווען מ'האט אויסגערופן זיין מענדעלע צו רעדן אין זיין בית המדרש אין זיין שטאט, האט משה גבאי געוויזן אז מ'זאל גיין מיטן ארון, און מענדעלע איז געבליבן מיטן הספד אין בויך, טראץ דעם וואס עס איז געווען אין דזשיגאנס טערעטאריע. אויף דעם ארויף האט אויסגעבראכן דאס כעס פון די אהרונים, און אויסגערופן מיט פאטאס "הארגעט'ס משה גבאי". וואס דער סוף פון די מעשה איז געווען דארפן מיר אייך נישט צו פארציילן. משה גבאי לעבט און לאכט ב"ה, און מענדעלע האט קיין הספד נישט געזאגט. אט דאס איז היסטאריע, אז משה גבאי האט אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט ביי אהרן אין שוהל.

כדרכו » 4/3/2011 03:58

האסט אויסגעלאזט ווי דער שטריק האט זיך גענימען מאכן באנומענע קולות: דא ביי מיר בין איך בעל הבית נישט משה!!!

סטראבערי » 4/3/2011 04:45

היידאו דזשיגאן יו אר די בעסט!

123news » 4/3/2011 04:58

ווי האט יענער געפרעגט און וואס זאגט די מאמע?, איך פרעג ווי אזוי האט דזשיגאן געשפילט מיט די מאמע, איך מיין ביי זיין מאמע'ס לוי'?
דזשיגאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי באקאנט איז מיט יארן צוריק געווען א גרויסער יידישיסטישער לץ און קאמידיער, שימעלע דזשיגאן האט ער געהייסן. דער דזשיגאן האט געקענט נעמען א גאנצן זאל פול מיט מענטשן און זיי מאכן וויינען און לאכן צום קלימאקס מיט זיינע בליציגע רעיונות און קאמידיע.
 
דער אלטער דזשיגאן איז שוין געשטארבן מיט א שיינע פאר יאר צוריק. אבער ויקם דזשיגאן חדש, אונזער דור האט אויכעט זוכה געווען צו א דזשיגאן, ער הייסט ר' אהרן טייטלבוים פון קרית יואל. דער ר' אהרן האט אויך דעם פאך פון נעמען א גאנצן ציבור און זיי מאכן לאכן אפילו אין די ערענסטע און אנגעצויגענסטע זמנים אדער וויינען אין פרייליכע צייטן.
 
מיר ברענגן אייך דא אן היסטארישן קליפ פון דעם דזשיגאן קאמידיער - ר' אהרן טייטלבוים שפיל, וואס איז געשפילט געווארן אום חודש ניסן תשס"ו, פארענט פון טויזענטער אידן אין א מקום קדוש. דער נאמען פון די סצענע איז: א הספד ביי א לוי' שפיל. קוקטס און האטס הנאה. 
 




תוקן על ידי 123news ב- 04/03/2011 05:01:38

סטראבערי » 4/3/2011 05:12

זיין גרויסן רבי שימעלע דזשיגאאן, דא ווייזט אים שימעלע וויאזוי מ'לאכט זיך אויס...
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] 


תוקן על ידי סטראבערי ב- 04/03/2011 05:34:36


פריינדליך » 4/3/2011 15:38

די ווידיאו איז ארויסגעקומען גראד נאכן לויה. די דעפרעסיע שפריצט פון ענק. אבער פארוואס? וואס איז יעצט שלעכט פאר ענק?

מלך_מלכים » 4/3/2011 18:15

דו ווייסט נישט? וואס דרייסטו א קאפ? מיר זענען דיפרעסט ווייל מיר האבן נישט אזא רבי ווי ענק, מיר ווילן אויך האבן אזאנע שוי שפילן, אונזער רבי וויל עס אבער נישט אבער שטעלען, פאר דעם זענען מיר שרעקליך דעפרעסט, אין מיר בראבין זיך האלטן דורעך קוקן ווי אזוי ענקער רבי מאכט עס אזוי גוט, מיר גייען אויס פאר קנאה

סטראבערי » 4/3/2011 20:54

פריינדליך,
ס'איז אדר אויף דער ווועלט! לעב אויף!

_________________


פריינדליך » 4/3/2011 22:26

איך בין לעבעדיג... פארדעם פרעג איך וואס די דעפרעסיע איז...

טאטעלע » 4/3/2011 22:56

וואו זעסטו דא דעפרעסיע? מיר האלטן זיך אלע אונטער מיט דעם פרייליכן דזשיגאן קליפ.

פריינדליך » 5/3/2011 00:28

פאריאר אדר איז עס געווען מער פרייליך. היי יאר שמעקט עס אביסל פון דעפרעסיע... עניוועי. אויב דאס מאכט אייך פרייליך. געזונטערהייט!

המהדרין » 6/3/2011 04:23

אפגעשפארט צוליב בזיון רבנים!!!