נעכטן נאכט האבן די זאליס לכבוד פורים זיך צוזאם גענומען אין פרדס פיגא, ווי זיי האבן געמאכט א מסיבה צו דעקן די חובות פונעם תימן'נער טאלער, וואס האט נאך חובות פון זייער שרעקליכע מרידה בה' אלוקי מיט זייער הליכה לבג"ץ הציוני, און זיך אנפייפען אויף די פסק פון גדולי פוסקי דורינו שליט"א, ובראשם מרן פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א.
זיי האבן דאס צוגעדעקט מיט א שלייער אז זיי גייען נאך געלט פאר זייערע ריזיגע מעכטיגע מוסדות וואס זיי האבן אין בני ברק...!
די זאליס שרייבען אז זיי האבן 120 תלמידים.... ותלמידות..., יא איר הערט גוט, דאס וואס די זאליס זאגן!
די זאליס האבן געפענט פאר 2 יאר צוריק א קינדערגארטן פאר גאר קליינע קינדער אין א געדינגענע קליינע בעסמיענט, זיי האבן דארט 40 תלמידים ותלמידות, פון שיכון סאטמאר איז דארט דא 7 תלמידים ותלמידית, די איבריגע איז סתם מענטשן, א געמישאכטעס פון אלע מינים ספרדים, תימנ'ע, וכו', ווי מען זעהט אויף די בילדער וואס די זאליס האבן ארום געקלעפט, ווי רוב קינדער דארט האבן געשניטענע פיאות אויף די אויערן...!, די מענטשן שיקן די קינדער ווייל מען בעט נישט קיין שכר לימוד.
הקיצור נעכטן האבן זיי זיך צוזאם גענומען מען האט אויפגעשטעלט רעדן דעם באוויסטען חזיר מיידלעך שטערן וואס האט געגאסען פעך און שוועבל אויף די אהרונים, ער האט געברענגט פון כעס, ער האט צוזאם געווארפן ווי מער מנובלת.
דערנאך האט געדארפט אנהעצען דעם עולם דער הולך לבג"ץ הציוני הבעקער עזריאל גליק, און מסביר זיין אז די רעבע האט אים איבערגעבען בני ברק אין עס איז זיינס... ער האט געדארפט דארט באקען פרישע טאצען מיט מעשות, עס וואלט געווען פרישע חמין במוצאי שבת, אבער ער איז נישט אנגעקומען, זעהט אויס אז ער האט זיך ווידער אנגעגעסן מיט א שאכטל הערינג און אראפ געשלינגען דעם טוט פיק...
אנשטאט אים האט גערעדט קוטשי וואלי, עס איז געווען ממש ביזן דאך, דער עולם האט זיך געקוילערט אויף דער ערד.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן נפתלי בלומענפעלד, וואס האט געגאסען פעך און שוויבל, עס האט אויסגעקוקט ווי מהפכת סדום... ער האט געשריגען געהעצט, געסטראשעט, געווידלדערוועט, ער איז געווען שרעקליך אנגעווייטאגט נאך אליין זיין אין בני ברק, און זעהן דעם ביטערן חורבן פון די אויסגעשפילטע זאליס אין בני ברק, דער קלימאקס איז געווען ווען ער האט נאך געזאגט א מימרא פון ר' אלחנן וואסערמאן איבער היטלער, און מיט פאטאס האט ער אויסגעפירט אז רבינו שליט"א איז היטלער בדורינו און די אהרונים זענען די נאציס בדורינו...!
אדרבה קיינער זאל מיר נישט גלייבן נאר אליין הערן די טעיפ...!
נאכדעם האט גערעדט דער תימן'נער טאלער, וואס האט זיך אויסגעגאסען זיין ווייטאג ווי ביטער אויסגעשפילט די זאליס זענען אין בני ברק, און ווי אלע זיינע הבטחות וואס די זאליס האבן אים צוגעזאגט אז מען גייט שוין איבער נעמען אלעס, איז צוגאנגען ווי א זייפן בלאז, אבער... ער גיט נאך נישט אויף, ער ווארט נאך אלס...
דערנאך איז געקומען די רייע אויף רז"ל דרשה, די זאל האט זיך אויסגעליידיגט, דער עולם איז שוין געווען אנגעהעצט ביז די לבנה, האט ער זיך געדארפט איינהאלטען, און איז געבליבען מיט זיין פורים חמסנים דרשה אין בויך.
א נקודה - די זאליס פארקויפען אז הגה"צ רבי יושע ראזענבערג שליט"א פון בית שמש איז דארט געזעצען ווען בלומענפעלד האט געהעצט, און נישט מוחה געווען און ארויס, איז טאמער דאס איז אמת טאר מען אים מער נישט שטיצען, דינו איז ווי עס שטייט ווען מען הערט ווי מען איז מבזה א תלמוד חכם אין מען איז נישט מוחה.