היינט נאכט ביים גרויסארטיגן מעמד קידוש השם ומסיבת יסוד פאר די הייליגע מוסדות אין בני ברק, וועלכע איז פארגעקומען אין פרדס פיגא (באתרא דמר, אנגעבליך האט דאך דאס שמואל ווידער געבויעט..) האבן אויפגעטרעטן מיט גאר פייערליכע רעדעס הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל הישיבה און הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו. ר' נפתלי שליט"א וואס איז באוואוסט אלס פה מפיק מרגליות האט אין גאר א ברייטן און רייכן שמועס ארויסגעברענגט למי החותמת ולמי הפסולים, ביידע צדדים אין סאטמאר שרייען אז ביי זיי געפינט זיך דער אמת, האט ער מיט זיין זיסן שפראך געהאלטן געשפאנט די טויזענטער פארזאמעלטע און ערקלערט וויאזוי דער מידת האמת ארבעט, און אויף וואספארא באזיסן דער אמת מוז זיך געפינען, און דער באזיס צום אמת איז נישט טעראר, א מיטל וואס ווערט גענוצט דורכן צד שכנגד נאך ביזן היינטיגן טאג ביי סידור קידושין וכו'.
ער האט שארף פארדאמט דאס פרעכהייט פון יענעם מנהיג וואס קומט ארויס מיט זיין לויז פיסקל קעגן כל הקדוש לנו, און וויל משנה זיין פון אלעם וואס דער רבי ז"ל האט איינגעשטעלט, די ווייץ און די שחיטה, און געגעבן א ווארף צו "איך קען שוין נישט טראכטן וואס וועט זיין ווען זייער מקוה טהרה וועט פארטיג ווערן..."
ער האט ציטירט א מכתב קודש פון הרה"ק ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד וואס רעדט שארף ארום בגנות פון טעראר, ווי ר' אלחנן איז דארט מסביר אז דאס נוצן טעראר פאר די וואוילזיין פון די מענטשהייט איז מיסודו פונעם צורר היהודים היטלער ימש"ו.
אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט אפאר פעסטע נקודות וויאזוי זייער שקר און דמיון ארבעט, א שטייגער ווי דער באגאץ צערמאניע פאריאר ה' אייר, ווען מ'האט פרובירט איינרעדן די גאס אז די קעיס איז נאך אין בג"ץ נאך וואס פאקטיש איז דער קעיס שוין פיר יאר נישט געווען ביי קיין שום בית משפט.
איז צום ערווארטן אז דער בלאט וועט זיך, ווי זייער שטייגער, נוקם זיין אין דעם אלטן מחוצף ר' נפתלי און שרייבן גאנצעטע מאמרים אפצופרעגן זיין דרשה.
היינט נאכט איז אבער צוגעקומען נאך א חצוף אויף די ליסטע. הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א אב"ד קרית רמ"א בית שמש, וואס איז געזיצן במשך די גאנצע דרשה פון ר' נפתלי און זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט מוחה זיין אדער עכ"פ ארויסוואקן פון זאל אלס אות מחאה, נאר געזיצן און געשלינגן מיט דארשט די פערל רייד פון ר' נפתלי. איז צום ערווארטן אז הגה"צ ר' יושע וועט ארויפגיין אויפן ציהל ברעט און פאלן א קרבן צו זייער הסתה אפאראט.
צום לעצט האט זיך נאך א אלטער חצוף אויפגעשטעלט רעדן, דאס איז הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו, דער עמוד התווך פון די הייליגע מוסדות אין בני ברק, וועלכער האט בטטו"ד אפגעענטפערט די ברעטשעדיגע דרשה פון שלשה רועי בקר, די פאריאריגע ה' אייר צערמאניע, די גאלאנען שומף אין בלאט וואך איין וואך אויס און ער האט אפילו איידל ארויסגענומען דעם מעסער וואס די אהרונים האבן אזוי שיין גראפיסטיש אריינגעשטעקט אין א מזויף'דיג שטיקל ויואל משה. ר' דוד מאיר האט איבערגעגעבן א פונקטליכן רעפעראט פון די ענינים במשך פון די לעצטע פינעף יאר. די אלע השתמטות מדין תורה במשך די יארן. דאס אפהאלטן די חתימה פון ר' אהרן טייטלבוים אויף די שטרי בירורין פאר א לאנגע צייט, ווען אין די זעלבע צייט האט מען געוויינט באגאץ באגאץ. דעם זיוף וואס די אהרונים האבן געמאכט אין ספה"ק ויואל משה, וואו זיי האבן פשוט און פראסט אויסגעדרייט די הייליגע ווערטער פאר זייערע פאליטישע ציהלן און מאטיוון.
איז צום ערווארטן אז ר' דוד מאיר וועט פריש באוואשן ווערן פון זייערע מוח וואשער און באגאסן ווערן מיט א קיתון של שופכין אויף זיין חוצפה פון פארציילן דעם אמת.
הכונו הכונו!...
תוקן על ידי סענעטאר ב- 27/02/2011 09:49:41