מסיבה לטובת אתרא קדישא אין לעיקוואד פאררופן דורך הגאון ר' מל...
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2880488
מסיבה לטובת אתרא קדישא אין לעיקוואד פאררופן דורך הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט''א
ר' מלכיאל וויל שוין לאנג אויסגראבן אלע קברים, נישט קיין ווינדער אז ער ארבייט מיט מיט די קברים גרעבער. (רבי_יונה כהאב דיך אויסגעכאפט)
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 24/02/2011 20:31:46
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
וואו איז פארגעקומען די מסיבה?
| סטראבערי כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | וואו איז פארגעקומען די מסיבה? |
|
די מסיבה גייט אי''ה זיין דעם קומענדיגן זונטאג פרשת פקודי בהשתתפות כ''ק מרן רבינו שליט''א
עס איז צום ערווארטן אז ביי די אהרונים, וועט אין די קומענדיגע טעג געטוישט ווערן דער נאמען פון הרה"ג ר' מלכיאל שליט"א, וועלכער זיי ארבעטן שוין יארן אהערצושטעלן דעם אימעדזש כאילו ער איז א הייסער אהרוני, צו מיקי קאטלער, אדער דער גרוש וואס האט חתונה געהאט מיט א היתר מאה רבנים א.א.וו. צוליבן בלויזן חטא פון פאררופן א מסיבה לטובת אתרא קדישא, נאכדעם וואס אהרלע יאקטער האט אליינס געזאגט פאר ר' אהרלע טייטלבוים אז זיי גראבן קברים. און צוגאב וועט אים דער פארברעך פון מאכן א מסיבה צוזאמען מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויך ביישטיין, און די קללות וועלן גיין אויף די הויעכע טענער.
הרה"ג איז אויף געהאקטע צרות, די ארונים זענען אומשטאנד ארויסצוגעבן שוידערליכע בילדער פון זיינע בחור'ישע יארן
פארגעסן צוצולייגן ודי למבין...
די אהרונים לייגן די טעג שרעקליך טעראר אויף הרה"ג הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א אז ער זאל צוריקצוען פון די מסיבה לטובת דעם הייליגן מוסד אתרא קדישא. דער דזשיגאן עם הארץ זעלבסט האט געשיקט א שארפן מעסעדזש אז אויב וועט ר' מלכיאל נישט צוריקצוען וועט ער נישט האבן קיין ברירה, און ער וועט ביי א קומענדיגע געלעגנהייט אראפרייסן ר' מלכיאל'ס פאטער, ר' שניאור ז"ל, וועם דער דזשיגאן עם הארץ האט אזוי שיין אויסגערימט ביי א פריערדיגע געלעגנהייט ביי א דרשה אין לעיקוואד, ווען ער האט זיך נאך איינגערעדט, און פרובירט איינצורעדן די וועלט, אז ער איז דער עכטער סאטמאר רב וואס קען כל התורה כולה, און האט זיך געלאזט הערן מיט א דרוש על התורה, בעת ווען די לומדים אויפן פלאץ האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן, נאך וואס מ'האט זיי איינגערעדט אז דער ר' אהרן איז א גאון אין פלפול...
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מקבל פנים דעם ראש ישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א
ביים מעמד קבלת פנים פון די חתונה פון זיין יונגסטע טאכטער סיון תשס"ח לפ"ק
[בילד – נישט אפגעהיט] רבי מלכיאל קאטלער שליט"א
ביים מעמד קבלת פנים פון די חתונה פון זיין יונגסטע טאכטער סיון תשס"ח לפ"ק
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
ברעיקינג: היינט אינדערפרי האט א דעלעגאציע בשליחות פונעם דזשיגאן עם הארץ אפגעשטאט א באזוך ביי הרה"ג ראש ישיבת לעיקוואד שליט"א, און פרובירט מיט גוטן און מיט בייזן ער זאל זיך אפשאקלן פון די מסיבה. זיי האבן אים געזאגט אז סתם ווען ער גייט אויף א מסיבה מיט ר' זלמן לייב גייט זיי נישט אן, אבער פאר אתרא קדישא איז דאס פאר זיי א טויט קלאפ, ווארום לשיטתם גראבט דאך אתרא קדישא קברים אין שפאניע, אין יפו און אין יאהוד א.א.וו. (עיין ערך השמצות פייוו בארא מידי יום ביומו).
ר' מלכיאל האט זיי אפגעווארפן זאגענדיג אז ער איז טאקע א ידיד מיט ר' אהרן, אבער דער גאון וצדיק ר' דוד שמידל קומט ביי אים בעפאר אלעמען, און ער וועט אי"ה זיכער מאכן אז דער מסיבה זאל אפגעהאלטן ווערן מיט גרויס סוקסעס. די דעלעגאציע האט פארלאזט זיין שטוב מיט גרויס אויפברויז און גרומצארן. עס איז ערווארטעט אז א מערכה קעגן ר' מלכיאל וועט נאכפאלגן.
טאטעלע, די מעשה איז אנדערשט געווען, רבי מלכיאל קאטלער האט עפעס געהערט א שמועה אז די מסיבה לטובה הרב שמידל איז למורת רוחו פון סאטמארער רבי שליט''א, האט ער באשלאסן צו קענסלען די גאנצע זאך, ער האט געזאגט קלאר און דייטליך אז אויב איז דער סאטמארער רבי שליט''א נישט מסכים צו די מסיבה, שאקעלט ער זיך אפ דערפון, וויפיל מען האט עם פראבירט איבער צו צייגן אז דער סאטמארער רבי אינטרעסירט נישט די גאנצע עסק מיט הרב שמידל, ער קען רוהיג גיין צו די מסיבה, מיט זיין קליינעם ברודער צו אן זיין קליינעם ברודער, הי דאזענט קער, אבער ער האט האט דאס נישט אנגענומען ביז דער רבי שליט''א האט געשיקט צוויי שלוחים נאמנים עם זאגן אז עס ארט עם בכלל נישט, און אויב וויל ער מהנה זיין זיין ידיד הרב שמידל קען ער גיין רוהיגערהייט, נאר דאן האט רבי מלכיאל שליט''א מסכים געווען ווייטער צו גיין צו די מסיבה.
א סבלן דער ר' אהרן. ער לאזט ר' מלכיאל קאטלער מאכן די מסיבה פאר אתרא קדישא טראץ דעם וואס זיי גראבן קברים. א חרפה און א בושה, ר' אהרן טייטלבוים לאזט גראבן קברים!
_________________
די דעפרעסיע איז אויף הויעכע שטאפלען. די אהרונים האבן פארפלייצט די גאסן אין לעיקוואד מיט פאשקעווילן אויף הרה"ג ר' מלכיאל קאטלער שליט"א פארן בלויזן חטא פון מאכן א מסיבה צוזאמען מיט רבינו שליט"א לטובת אתרא קדישא.
פון אישי:
היינט אינדערפרי האט דער סאטמאר לעיקוואדער רב שליט"א געטראפן אין זיין סידור קאפיע'ס פון שטיקלעך היידפארק, פונעם שרייבער פייוובארא...
נעבעך די זאליס זענען זייער דערביטערט אז די אהרונים מאכן זיך נישט וויסענדיג פון די גאנצע מסיבה, סגייט קיינעם נישט אן אז דער גז''ל האט זיך ארויף געכאפט אויפן וואגן פון שמידל, די זאליס האבן שוין פאברעצירט פאשקעווילן, זיי האבן שוין פאברעצירט היידפארק קאפיעס און אין פוצה פה ומצפצף, סאיז כלא הי', זיי וואלטן זייער געוואלט עפעס א רעאקציע פון די אהרונים, עפעס א דרשה, עפעס א בלאט ארטיקל, און סאיז נישט בנמצא, זיי טראגן אזא פנים ווי דער אפגעריסענער לויפער מיטן שארמאשער וואס ווילן נעבעך עמעצער זאל זיי ענטפערן, זיי וואלטן זיך שוין געפרייט מיט עפעס א ענטפער אפילו פון ר' יוסף בראך נ''י, אבער א ענטפער זאל קומען, און ליידער לא עלינו ולא עליכם קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, די אהרונים שטייען און לאכן אין די פויסטן, און לויפער שפרינגט ווי א צאפ. נעבעך א רחמנות אויף די קעלבלעך. ליבי ליבי על חלליהם.
איך וואונטש אייך טעגליך אזא שמחה. זע נאר זיך אפצושמועסן מיט רבי יונה אז עטס זאלטס ענק צוזאמען פרייען, נישט ער זאל שעלטן און דו זיך פרייען.
| מאיר_הערש כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך וואונטש אייך טעגליך אזא שמחה. זע נאר זיך אפצושמועסן מיט רבי יונה אז עטס זאלטס ענק צוזאמען פרייען, נישט ער זאל שעלטן און דו זיך פרייען. |
|
אמן!!! פון דיין מויל צו גאטס אויערן...[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
תוקן על ידי ביידען ב- 28/02/2011 03:10:21
בילדער רבינו שליט''א אין לעיקוואד
_________________
| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | נעבעך די זאליס זענען זייער דערביטערט אז די אהרונים מאכן זיך נישט וויסענדיג פון די גאנצע מסיבה, סגייט קיינעם נישט אן אז דער גז''ל האט זיך ארויף געכאפט אויפן וואגן פון שמידל, די זאליס האבן שוין פאברעצירט פאשקעווילן, זיי האבן שוין פאברעצירט היידפארק קאפיעס און אין פוצה פה ומצפצף, סאיז כלא הי', זיי וואלטן זייער געוואלט עפעס א רעאקציע פון די אהרונים, עפעס א דרשה, עפעס א בלאט ארטיקל, און סאיז נישט בנמצא, זיי טראגן אזא פנים ווי דער אפגעריסענער לויפער מיטן שארמאשער וואס ווילן נעבעך עמעצער זאל זיי ענטפערן, זיי וואלטן זיך שוין געפרייט מיט עפעס א ענטפער אפילו פון ר' יוסף בראך נ''י, אבער א ענטפער זאל קומען, און ליידער לא עלינו ולא עליכם קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, די אהרונים שטייען און לאכן אין די פויסטן, און לויפער שפרינגט ווי א צאפ. נעבעך א רחמנות אויף די קעלבלעך. ליבי ליבי על חלליהם. |
|
די אהרונים האבן זיך מער נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן זיי האבן פשוט געמוזט אויספלאצן פאר געלעכטער, הא?...
פייוו בארא איז שוין צוריק דא מסביר זיין מיט א גאנצע לאנגע דרשה פארוואס ער רעדט עכט נישט וועגן נעכטן, ווייל, קאטלער האט נישט געוואוסט אז אתרא קדישא איז השחתה, ווייל ער האט בסך הכל געוואלט העלפן אפאר יודן פון פייוו טאונס, ווייל ער האט צום סוף נישט גערעדט פון אתרא קדישא נאר פון תחיית המתים, ווייל די ראשי ישיבות ווי הרה"ג ר' מלכיאל, ר' ירוחם אלשין, ר' דוד צבי שוסטאל, ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א זענען קיינער נישט געקומען צו די מסיבות, א.א.וו. מ'פרובירט נעבעך אויף אלע מיטלען צו טרייסטן די קעלבער אז עכט עכט עכט, במצפונות לבם, ווייסען אלע ווי פארדארבן אתרא קדישא איז און ווי רעכטפארטיג אהרלע יאקטער איז, אבער די לעיקוואדע גדולים האבן זיך געבראכן צו די טעראר פון די אתרא קדישא מאפיאנערן, און אריינגעפיפן אויף הרי"ש אלישיב און אנשטאט געהאלפן ר' דוד שמידל. נעבעך.
עס איז כדי צו ליינען די זעלטן/אנגעווייטאגטע דרשה פון פייוו בארא
_________________
גארנישט אזוי זעלטן. ער פרובירט נעבעך אלעס אבער ס'גייט אים נישט, ער האקט שוין אויף אתרא קדישא פאר א לענגערע צייט, ער האט שוין פרובירט אנצושמירן וואס אימער נאר מעגליך אויף דעם הייליגן מוסד, אבער אן ערפאלג. ולעיקוואד יוכיח. דעריבער איז דער ווייטאג אזוי גרויס.
[בילד – נישט אפגעהיט]
Monday February 28, 2011 1:47 PM
[Video and photos below.] Rav Zalman Leib Teitelbaum of Satmar paid a special visit to Lakewood, NJ, yesterday to participate in and address an asifa for Asra Kadisha, the renowned organization dedicated exclusively to the cause of chessed shel emes, protecting and reburying the remains of the niftarim.
Asra Kadisha is comprised of a cadre of dedicated volunteers, shouldering the massive expenses of reburials and political networking, under the auspices of Rav David Shmidl, talmid and former ben bayis of the Chazon Ish. The Brisker Rov originally sent Rav Shmidl, rosh kollel of Mesivta D’Rav Yochanan in Tiveria, to stop the desecration of the Rambam’s kever, and ultimately, Rav Shmidl was appointed by gedolei Yisroel to serve at the helm of Asra Kadisha, a position he has maintained for some fifty years.
Upon his arrival in Lakewood yesterday afternoon, Rav Zalman Leib visited the Vorhand residence in Whispering Pines and the Satmar Dayan, Rav Mordechai Bezalel Klein. Following a private reception in the evening, Rav Zalman Leib visited Rav Malkiel Kotler, rosh yeshiva of Beth Medrash Govoha, at his home on Fifth Street. Both Rav Kotler and Rav Zalman Leib shared brief divrei bracha, before walking, accompanied by a large crowd, to the Cheder Bnei Torah building one block away, on Fifth Street, off of Madison Avenue, where the Asra Kadisha event was held
_________________
אוי האט די גרויסע ראש ישיבה א טראט געטוען מיט כח אויפן גרויסן ארוני באלאן
די ארוני'שע 10 יאריגע בּאַלאָן האט געקראַכט ווי א זייפן בּלאָז!!!
שמעתי אז ס'איז געווען זייער א שיינע באזוך, און א גרויסע קידוש השם.
סוף הכבוד לבוא!
אפי' אן אלע נערי'שע פראפאגאנדע קומט די רבי העט העט ווייטער ווי דזשיגאן מק"י
פארוואס איז נישט משה גבאי מיטגעפארן אויף לעיקוואד?
עס קומט צום לאכן ווען מ'ליינט די נארישע טרייסט ווערטער מיט וואס מ'פרובירט צו בארוהיגן די קעלבער אז ר' זלמן לייב איז קאפוט, זילטש און זערא.
צווישן איינע פון זיינע געבעקסן שרייבט דער פייוו בארא, אז הגרי"ש אלישיב האט אנגערופן צום שטוב פון ר' מלכיאל, און זיך געלאזט הערן מיט זיין מיינונג אויף אתרא קדישא, און לכבוד דעם האט ר' מלכיאל גערעדט פון תחיית המתים אנשטאט אתרא קדישא, ע"כ. ווידעראום דער אנדערער שרייבער רב יאנקל טרומפייטערט גאר אז די אהרונים וואלטן געקענט צונישט מאכן די גאנצע מסיבה אין לעיקוואד ווען זיי ערלעדיגן ווען א טעלעפאן רוף פון אהרלע יאקטער צו ניסים קארעליץ, און פון ניסים קארעליץ צו זיין בית דין, און פון זיין בית דין צו ר' מלכיאל קאטלער.
קען מיר איינער מסביר זיין איין טראפ לאגיק, עס איז נישט קיין סוד אז רב אלישיב איז דער העכסטער תורה אויטאריטעט ביי די ליטווישע, איר האט איין הוו"א אז ווען רב אלישיב מאכט איין טעלעפאן קאל צו ר' מלכיאל, און געט בלויז א קרום מיט די נאז אויף אתרא קדישא וואלט ר' מלכיאל נישט מבטל געווען די גאנצע אקציע כעפרא דארעא?
נאר וואס דען, מ'פרובירט נעבעך מיט אלע מיטלען צו מחזק זיין, און שוין נישט די אהרונים, זיי דארפן נישט קיין חיזוק, זיי זענען דאך פרייליכע מענטשן וואס באדערט זיי בכלל נישט אז ר' זלמן לייב לעבט בכלל און אז ער איז אפילו געקומען קיין לעיקוואד (קוקטס נאר אין כל העולם ווי "פרייליך" זיי זענען..). דער חיזוק דארף מען פאר איין לב נשבר: דער דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים. ער איז דער וואס האט זיך איינגערעדט אז ער האט די גאנצע ישיבה'שע וועלט אין זיין בוזעם טאש און דא איין פראסק נאכן צווייטן, זיי קומען אלע אפגעבן דעם כבוד פאר זיין קליינע ברודער ר' זלמן לייב.
https://picasaweb.google.com/matzav613/RavZalmanLeibTeitelbaumInLakewood?authkey=Gv1sRgCNGQnc-i17yCcg&feat=flashalbum#
פארוואס איז דא אזא קליינער עולם, אגרויסע חלק מהרז״ל'ס בּאגלייטערס און פאטאגראפירערס, אויך די אויבן איז זייער ליידיג, חוץ ר' מלכּיאל איז דאכט זיך קיינער פון די ראשׁי הישׁיבה נישׁט דארט?
פאקטן, דער פאקט איז אז עס זענען אנוועזנד געווען הרה"ג ר' מלכיאל, ר' דוד צבי שוסטאל, ר' מתתי' סאלאמאן. האסט נאך עפעס צו פרעגן, פרעג.
*
עס איז אינטערעסאנט אגב אנצומערקן, אז דער גאנצער אויפנאמע וואס הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעשטעלט פאר רבינו שליט"א ביי זיך אין שטוב איז גאר א זעלטענער זאך. לעיקוואדער אידן האבן דערציילט אז זיי דענקן נישט נאך איין חסידישער רבי זאל האבן א קבלת פנים ביי ר' מלכיאל אויף אזא שטייגער.
תוקן על ידי סענעטאר ב- 01/03/2011 21:34:03
פארוואס זאל איך דיר גלייבּן אן בּילדער וואס זאל עס פּראווען, איך גלייבּ נישׁט אז פּונקט דאן האט מען נישׁט געכאפּט קיין בּילדער.
וואלסטו געגלייבּט צד מהר״א אין אזא פאל?
איך האף בּיסט נישׁט בּרוגז אויף מיר, איך וויל נאר וויסן די פאקטן
זאך קענער זאגן אז ר אהרן איז נאך אלס נישט 'באזיך',
זינט פישער האט אים דערציילט אז רב קאטלער האט געשריבן אויף זיין יונגערן ברידער האדמו"ר מסאטמאר!
און געשיקט דערמיט אלע אהרנ'ס 'אני ואפסי' חלומות צו די הרי החושך...
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
ווער איז דער וואס זיצט אויפ'ן רעכטן זייט פון'ם רבי'ן?
_________________
דיברות קודש ביי די "קבלת פנים'" אין סאטמאר ביהמ"ד אין לעיקוואוד
_________________