הפלא ופלא ווי די ארונים האבן זיך אויסגעלערנט די סוגיא פון מתוך
א הערליך פשעטל וואס מען קען מער קיינמאל לעולם דוד נישט אפפרעגן,
לאמיר גיין צושטייט אין פארשטיין דעם הערליך פשעטיל וואס די ארונים האבן דא צוזאמגעשטעלט אזש אז קען זיך דאכטן אז רא"ט האט עס אליינס צוזאמגעשטעלט.
קודם כל, דעם יונגערמאן האט קיינער גארנישט געטון, ער איז אויפגעשטאנען איין פארטאגס פון א ווילדער טרוים אין מחליט געוועהזן אז ער גייט ווערן א מסור, נישט מער אין נישט ווייניגער, דאס האט זיך אים פארגליסט.
אם תמצא לאמר אז מען האט אים שוין יא עפעס געטון, איז עס ממש גארנישט, איינער האט שטרענג געקוקט אויף אין פארטיג, פארדעם מעג מען נאך נישט קיין מוסר'ן, איי איך ווייז דיר בילדער? סאיז פון א צווייטן, איי ווער האט עס געטון פארן צווייטן? סאיז א קרעציגע בני יואל.
טאמער וועסטו זאגן אז מען האט אים שוין יא געגעבן ערענסטע מכות אז עס איז יא עפעס ערענסט, נישט סתם געשלאגן, ווער האט אים געגעבן א היתר צו גיין מוסר'ן? ווי האט ער היתר? זאל ער גיין צו דין תורה.
טאמער וועסטו זאגן אז ער האט יא א היתר צו גיין צו די פאליציי, וועל איך דיר זאגן אז דער היתר איז נישט קיין היתר דער דיין איז נישט קיין דיין, ער איז רשע, דאס הייסט נישט קיין היתר, ער איז נאך אלץ א מסור.
ווי זאגט יענער? קודם ווייס איך נישט ווער די ביסט, אפילו יא, האב איך קיינמאל נישט געבארגט, אין אפילו יא האב איך שוין לאנג באצאלט.
1+1 = ???????