היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אומגלויבליך: אתרא קדישא פראטעסטירט אין יהוד!

אומגלויבליך: אתרא קדישא פראטעסטירט אין יהוד!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2879480

FiveBoro » 20/2/2011 22:59

צוערשט די פאקטן אין קורצן:

די ועד להגנת קברי ישראל האט געברענט א הסכם איבער א שטח אין יהוד וואו עס איז פארהאן א מעגליכע חשש פון קברים, וואס דער בעה"ב פונעם פראיעקט האט שוין געווארט אויף א ריספאנד פון די "מחללי קברים אתרא קדישא" איבער א האלב יאר, און די געלט וואס ער צאלט אויפצוהאלטן דאס פלאץ האט אים שוין באלד געגרייכט מער ווי די ריווח וואס ער גייט מאכן אויפן קליינעם פראיעקט, און דעריבער האט ער זיך געוואנדן צום אנדערן ועד, וועלכע שטייט אין שפיץ פון 2 רבנים פון די עדה החרדית, די בי"ד פון הגר"נ קרליץ, און א רב פון די בי"ד פון הרב וואזנער, און די ועד האט ארויפגעברענגט דעם בעה"ב צום בי"ד פון הרב קארעליץ, וואו עס איז אונטערגעשריבן געווארן א הסכם אז א משגיח פונעם ועד (א געוועזענער משגיח פון אתרא קדישא!) גייט שטיין די גאנצע צייט ביים בויען, און אויב עס וועט נתגלה ווערן א חשש פון א קבר, וועט מען אפשטעלן די ארבעט זאפארט.

פארגאנגענעם דאנערשטאג האט זיך די ארבעט אנגעהויבן בס"ד, מיטן אנוועזנהייט פונעם משגיח.

חיים טויסיג פון אתרא קדישא איז אנגעקומען אויפן פלאץ, און אריינגעגאנגען קוקן וואס דארט טוט זיך, כדי צו זעהן וואס מען קען דא אנדרייען.

היינט האט אתרא קדישא ארגאניזירט א פראטעסט, קעגן "חילול קברים" אין יהוד!!...

איר הערט גוט.

עס זענען ארומגעפארן מייקס אז עס פארן ארויס טענדערס מוחה זיין אין יהוד, וואו עס ווערן נתחלל קברי ישראל רח"ל! און די טענדערס זענען ארויסגעפארן פונעם אלטן סאטמארן ביהמ"ד (רחוב יואל).

און פרעגט נישט: עס איז דאך דא א הסכם אז מען גראבט נישט קיין קברים? עס איז דאך דא א משגיח מומחה אויפן ארט? ווייל דערויף איז די תירוץ דאס ווארט פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע: ביי אתרא קדישא איז דער "על ידינו" פריער ווי די "שיקדש שם שמים".

איז "מאפיא-גרופע" גענוג אויסדרוק?...

FiveBoro » 20/2/2011 23:01

פאלגנד איז די נייעס פון 2 וואכן צוריק איבער די אונטערגעשריבענע אפמאך.

http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%90%D7%AA%D7%A8%D7%90-%D7%A7%D7%93%D7%99%D7%A9%D7%90-4.html

FiveBoro » 21/2/2011 01:12

פאלגנד איז א בילד פון די הינטיגע מוחים אין יהוד, רוב פון זיי ווארשיינליך אומ-וויסנדע אידן, וועלכע זענען מוחה אויפן מציל זיין קברים אָן אתרא קדישא.


[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 21/2/2011 21:55

rebyankel » 21/2/2011 21:55