ירושלים קאכט ווי א קעסל, און אין די טעג איז דאס נישט סתם א מליצה נאר דער פשוטער פאקט. דער מערכה קומט נאכדעם וואס הרב עובדי' יוסף האט מתיר געווען פאר די צה"ל צו מאכן אייגענע גיירות, אנדערש ווי ביז היינט וואס די רבנות האט דאס געדארפט דורכפירן (נישט אז דאס איז יא כשר, אבער א שטיקל קאנטראל איז כאטש געווען.), דעריבער האט די עדה החרדית באשלאסן ארויסצוגיין אין א מלחמה מיט הרב יוסף.
דער ליטווישער גדול רב אלישיב האט זיך אויך צוגעשטעלט צו די מערכה צוליב די שרעקליכע פירצה בחומת היהדות.
די ספרדישע ש"ס פארטיי, וואס יוסף איז איר אנפירער, האט באשלאסן צו ענטפערן מיט א הייסע מלחמה. אזוי ווי זיי האבן דעם כח איבערן רבנות הראשית, וואס דאס איז די רעגירונג קאמיסע פאר כשרות, סטראשען זיי אז זיי וועלן אוועקנעמען די לייסענס פון די עדה החרדית צו געבן הכשרים. אזוי אויך סטראשען זיי אויסצוטיילן צרות פאר אלע פלעצער וואו די עדה געט דעם הכשר. די עדה החרדית ובראשם דער גאב"ד שליט"א האבן באשלאסן און קלארגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל פאר די אלע וואס זענען געקומען פרובירן צו פארהאנדלן איבער דעם ענין אז די עדה זאל אפרופן דעם עצרת, אז דאס קומט נישט אין באטראכט, און די עדה החרדית וועט שטיין גרייט מוחה צו זיין אויף יעדן פירצה בחומת היהדות, זאל קאסן וואס עס קאסט!
לויטן יעצטיגן פלאן וועט פארקומען דעם מיטוואך א ריזן עצרת אויף ככר השבת, וואו מ'וועט רייסן קריעה און אויסשרייען דעם קול מחאה אויף די געפערליכע פירצה.
הכונו למערכה!