"עס רעש'ט אין הימל, עס טוט זיך א טומל וגו'"...
הימל און ערד און חילול קברים ע"י אתרא קדישא.
אלעס רעדט וועגן די פרישע שוידערליכע בילדער איבער די גראבונגען אין א שטח אין יפו, וואו נישט קיין צווייטער ווי די מצילי הקברים "אתרא קדישא" האט געשטעלט אינגעלייט פון חברה קדישא פרושים, אויסצוגראבן די קברים. נו, קיינער וויל דאך אבער פארט נישט גלייבן, וואס איז פשט? עפעס א הסבר דארף זיכער זיין דא, טראכט יעדער אוודאי. איך האב שוין ערהאלטן פילע מאסן בקשות אין תיבה פרטי אויסצושמועסן וואס איך האב צו זאגן דערוועגן, און יעצט וועל איך פרובירן זיך צו מאכן אביסל צייט דערפאר.
איז צו אלעמען ערשטן, ווער עס האט שוין געליינט מיינע אנאליזן אויף אתרא קדישא ביז אהער, ברויך שוין נישט צופיהל הקדמות. נאר אין קורצן: אתרא קדישא ווערט געפירט דורך א באנדע בעלי זרוע, טעראריסטן בלע"ז, וועלכע טוען באשליסן ככל העולה על רוחם אן קיינעם'ס הסכמה, קיין איין רב וואגט זיך נישט אריינצורעדן א ווארט, ווייל אז יא האט ער מארגן א פראטעסט ביי זיין שטוב פון אומשולדיגע אינגעלייט פון ירושלים וועלכע גייען בתמימות צו די אדרעסן וואו זיי ווערן געשיקט, אויסער איין דעת תורה וואס איז אחראי אויף זיי, וואס דאס איז הרה"ג ר' דוד שמידל שליט"א, וואס אין אמת'ן, טראץ וואס ער איז א איד א עובד ה', איז ער במחילת כבודו א איד א תמים, (און אפשר נישט די גלייכסטע קאפ), און זייענדיג ארומגענומען מיט מאפיאנערן וועלכע פארשטייען נאך אזוי גוט וויאזוי אים צו פירן על מי מנוחות, איז דער סך הכל אז דארט פירט זיך א ווערטשאפט אויף א פארפוילטן פארנעם וואס מיר קענען זיך אפילו נישט פארשטעלן, און יעדער וואס פרובירט נאר דאס צו פארעכטן ווערט אראפגעווישט פון די מאפע.
און בנושא זייערע מערכות אין די פעלד פון קברים, די ערשטע פראבלעם, איז די נושא פון די מחאות, וואס זיי האבן א תאווה אז עס זאל זיין לעבעדיג, צו ווייל אזוי קומט אריין מער געלט ערב יוה"ק, צו ווייל אזוי שפורן זיי אז זיי פירן כלל ישראל, נישט קיין נפק"מ, דאס איז די סך הכל, און דעריבער פרובירן זיי ניטאמאל זיך אדורכצוקומען בדרכי נועם, נאר מען פירט די זאך אזוי אז עס זאל אנקומען צו א געלונגענע מערכה. דאס איז סעיף א'.
די צווייטע טייל, איז א זאך וואס איך האב נאכנישט געהעריג גערעדט דערפון, איז געלט. תאוות הממון.
דאס הייסט אזוי, ווען איינער רופט זיי אריבער אז ער וויל בויען אויף א דטח וואו עס איז דא א חשש פון קברים, פארלאנגען זיי עפ"י רוב א ריזיגן אסטראנאמישן סומע צוצושטעלן א משגיח, וואס די געלט גייט פאר.. אתרא קדישא.
זאל אייך זיין קלאר: אתרא קדישא האט כמעט נישט קיין הוצאות!. שוין אפגערעדט וואס ביז א יאר צוריק פלעגן צוויי מענטשן פון זיי, טויסיג און קאלמאנאוויטש, זיין אויף א געהאלט פון די משרד הדתות, פון די קאסע פונעם רשות העתיקות, אלס איינע פון די איינגעשטעלטע אין די רשות העתיקות (ארכילאגיע), [ביז ווען דער אפמאך איז צושטערט געווארן דורך זייער אייגענע חכמה - ווי שוין אויסגעשמועסט בעבר]. אויסער דעם, מאכן זיי נישט קיינע טעסטס אויף קיין ביינער, און נישט אויף די ערד, אלעס ווערט געטוהן דורך זיי אליינס, און די קבורה חלקות ווערן נתנדב דורך די חברה קדישות. אבער עכ"ז, זיי פארלאנגען פארט ריזיגע סומעס, מער ווי די זאכן קענען אפילו קאסטן אין טטיערסטן פאל, זאגנדיג אז זיי ברויכן די געלט פאר... הצלת קברים. (צו איז קאלמאנאוויטש'עס שטוב א מקום קבורה? גיי ווייס).
נישט לאנג צוריק איז געווען א מעשה, ווען זיי זענען אריינגעקומען אין בילד ביי א שטח אין פרוד, וואו די אייגנטומער האט זיי געלאדנט זיך דורכצוקומען וועגן די קברים, זיי זאלן משגיח זיין דארט. זיי האבן דעם מענטש ארומגעשלעפט וואכן לאנג, און ווען מען האט זיך שוין יא אראפגעזעצט, האבן זיי פארלאנגט א ריזיגן אסטראנאמישן סומע, בלויז פארן שטיין דארט אלס משגיחים. יענער האט זיי פרובירט מסביר צו זיין אז ס'איז אים נישט מעגליך צו צאלן אזא פרייז, אבער זיי האבן אין געווארנט אז די פראטעסטן וועלן זיך אים נישט לוינען און עס וועט אים קאסטן טייערער...
אינדערצווישן האט זיך יענער דערוויסט פון הרב יקטר, און ער האט אין גערופן פאר הילף. זעענדיג וואס דא גייט פאר האט הרב יקטר אים גע'עצה'ט, ער זאל אפדרוקן א בריוו צו די בי"ד פון עדה החרדית, און אריינשרייבן אז אתרא קדישא פארלאנגט אזויפיל און אזויפיל געלט, און אז זיי ציען אים ארום, און ער בעט אז בי"ד זאל אים צושטעלן א שליח אויף תיכף ומיד וועלכער איז גרייט דאס צו טוהן אומזינסט..., און ער זאל רופן קאלמאנאוויטש און אים איינמעלדן אז ער גייט שיקן אט דעם בריוו צו בי"ד.
ער האט אזוי געטאן, און אראפגערופן קאלמאנאוויטש, אבער ער האט געענטפערט אז מען קען נישט יעצט ווייטער האנדלען, ווייל ער פארט קיין חו"ל אויף אפאר וואכן, און ווען ער וועט צוריקקומען וועט מען זעהן ווייטער. (איר פארשטייט וואס מען דארף אלס מיטמאכן זיך דורכצוקומען מיט די משוגעים??? א חידוש אז די חרדישע ירושלימע אידן טראגן אין די גאס א שמוציג פנים דארט???), אלזא, האט ער אים מודיע געווען אויפן טעלעפאן אז ער האט גרייט א בריוו וואס ליינט זיך אזוי און אזוי, און ער גייט דאס יעצט ארויסשיקן צו בי"ד.

"בו ביום" איז הרב קאלמנאוויטש געקומען צו לויפן, און געענדיגט דעם געשעפט פאר א קליינעם איינשטענדיגן פרייז, און די ארבעט האט זיך אנגעהויבן! (א מופת פון הרב יאקטער...).
(במאמר המוסגר, אויף די התאחדות האטליין ע"ה, האט שוין דער רעדנער געהאט טראמפייטערט מיט שמחה אז עס קומט א פרישע מערכה אין פארוד!)
דאס פארצייל איך אלס איין קליינע ביישפיל, אבער דאס איז זייער מהלך בכלל. מען מאכט דעם מענטש גוט צודרייט פון איין זייט, און מען בעט פון אים ריזיגע ריזיגע געלטער פון די צווייטע זייט.
*
אגב איז וויכטיג צו פארציילן, אז די מאנאפאל וואס זיי האבן געהאט אויף קברים איז שוין ב"ה שטארק שטארק געפאלן, נאכדעם וואס די רבני העדה און נאך פילע רבנים האבן זיך געעפנט די אויגן און געוואויר געווארן וואס דא טוט זיך אונטער זיי, און וואסערע פורים מען האט פון זיי געמאכט ביי די יפו מערכה, און ספעצילע איז די מאנאפאל כמעט צושפליטער געווארן יעצט צוליב וואס די בי"ד פון הרב קרליץ האט אין די לעצטע חודש-צוויי אנערקענט וואספארא אויסווארפן און שקרנים די חברה זענען, צוליב א באזונדערע פרשה וואו ער איז געווען פארמישט, וואס די דעטאלן איז א פרשה בפני עצמו פאר א צווייטע געלעגנהייט, און הרב קרליץ (וועמען זיי האבן אלעמאל גענוצט לטובתם) וויל זיי מער נישט קענען, און דאס האט געברענגט אז די "ועד להגנת קברי ישראל" האט געקענט ברענגען פילע פראיעקטן צום טיש פון הרב קרליץ, אויסער וואס די ועד האט מיט זיך רבנים פון די עדה און פון די שטוב פון הרב וואזנער, און זאכן ווערן ב"ה מסודר באופן הראוי, אן קיינע געשלעגן. ב"ה אז מען האלט דא, השי"ת זאל העלפן ווייטער.
ליינט דא איבער איין אזא פאל
*
אצינד לאמיר צוקומען צום ענין.
יא, די בילדער וואס זענען פארשפרייט געווארן, האבן געשאקלט וועלטן.
אבער, צו מיינט איר אז דער אפטייטש איז פשוט אזוי ווי בחדרי חרדים האט דאס אראפגעלייגט אז זיי גראבן אויס אידישע קברים פשוט פאר די מיליאן שקל וואס זיי האבן באקומען?, ניין, איך זאג נישט ממש אזוי, זיי זענען פארט אידישע קינדער, מיט א שטיקל הארץ, טאקע א קליינע קליינע שטיקל, אבער פארט א שטיקל.
דער אמת איז, אז עס זענען דא פעלער ווען מען מעג "מפנה זיין" קברים. למשל, אויב זענען דא צוויי קברים אין א רשות הרבים, נישט מער ווי צוויי, מעג מען עס להלכה מפנה זיין. אין דעם פאל איז דא אסאך מער, אבער ווארשיינליך איז די היתר צוליב וואס עס איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה, דער בעה"ב האט זיך גע'עקשנ'ט וכדומה, האט מען באשלאסן אז מען גייט בעטן א מיליאן שקל, און יענער איז גרייט געווען דערויף, און מען האט געמאכט א שווייג, און פארטיג. פיין און וואויל. דאס איז זייער מעגליך די מציאות דא.
אבער די קשיא איז אינגאנצן עפעס אנדערשט:
1) ווער איז דער אחראי אויף די האקעלע זאכן? וועלכע בי"ד אדער וועלכע רב - אויסער איין הרב שמידל וועלכע איז כרוך במשוגעים אלף פעמים - האט א מיינונג אין זייערע באשלוסן ווען מען מעג מפנה זיין?? צו קען דאס טאקע ליגן אין די הענט פון אפאר שפלים וועלכע מאכן דערפון גרויס-געלט???!!!
2) ווער איז מחליט ווען מען זאל יא גיין אין א מערכה "לטובת המערכה" און ווען נישט?
פארוואס ביים פאריגן יפו פראיעקט האט מען נישט געטארט אפילו גיין זעהן צו ס'איז קברי יהודים, נאר מען האט געמוזט שיקן אינגעלייט און רבנים כאפן קלעפ פארן כבוד פון עצמות חזירים, אין די צייט וואס מען וואלט דארט פונקט אזוי געקענט שיין מפנה זיין בדרך כבוד?! ווער באשליסט די זאכן?
די מציאות איז, אז קיין איין איינציגער רב, אריינגערעכנט די רבני העדה, האבן נישט קיין שום מושג וואס אתרא קדישא טוט. נאר ווען עס קומען צו א מערכה, ברענגען זיי די יעצטיגע פאקטן, כלומר אז "מען גראבט יעצט קברי ישראל", ומי יבא אחריהם, און עס גייט ארויס א מערכה. איז דא איין רב וועלכע האלט מיט וואו מען איז יא מפנה און וואו נישט, וואו מען מאכט יא א ליקוט עצמות און וואו נישט, וויפיל געלט אנבאט מען נעמט יא אן און וויפיל נישט....????
דאס איז דער שערורי', און אויף דעם ווארטן מיר אויף א תשובה!
די וועלט וועט זיך בכלל נישט בארואיגן ווען די וואך אין די העדה וועט אתרא קדישא אריינשיקן א שיינע קאווער-אפ מיט תירוצים פארוואס דא האט מען יא געמעגט גראבן, ווייל די הויפט קושיא בלייבט א קושיא, און וועט קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן!
(פארשטייט זיך אז אלעס וואס איך שרייב וועגן יפו, איז שוין נאכן פארקוקן אויף די טרוקענע פאקט אז אלקטרה האט זיך געוואלט אראפזעצן מיט אתרא קדישא, נאר זיי האבן ארומגעשלעפט 5 יאר ביזן מאכן פארגיין די אפעטיט פון האנדלען מיט די חרדים).