היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » נייער ווארט זאגער פארן עם הארץ: יודעלע מייזעלס

נייער ווארט זאגער פארן עם הארץ: יודעלע מייזעלס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2878169

דזשיגאן » 15/2/2011 19:21

 

מיט גרויס פרייד האט כלל ישראל אויפגענומען די פרייליכע נייעס לכבוד פורים אז דאס יאר וועט זיך שוין נישט ר' אהרן פארענטפערן וועגן די חששות אויף די ווייץ, ער האט נאר ארויסגעשיקט אויפן פראנט הרב הדומה לו, יודעלע מייזעלס.

 

ווי עס דענקן נאך אלע האט זיך דער דזשיגאן עם הארץ געפערליך מבזה געווען פאריאר פסח מיט זיין פלעטבוש - קאקאו דרשה, עד כדי כך אז זיין אייגענע קהלה האט געדארפט לייגן א הסברה אז דער רבי קוקט ח"ו נישט אונטערנעט, נאר ביי זאכן וואס עס זענען דא א צורך.

 

היי יאר האט פישער גאבע ארויסגעגעבן א ארדער אז דער רבי טאר זיך נישט עפענען ס'מויל צום פובליקום ארום די גאנצע ווייץ פרשה. ביי די ערשטע שערורי' וואס מ'האט גערעדט וועגן די מצות האט מען געשיקט דעם דומ"ץ דברוקלין ר' לייבוש טייטלבוים שרייבן א בריוו אויף היידפארק אז ער גייט ניטאמאל ענטפערן אויף דעם.

 

די טעג ווען עס איז נתפרסם געווארן די שרעקליכע שערורי' איבער די זאלץ אין די שוין פונלאנג מפוקפק'דיגע אריזאנע ווייץ, האט מען ווידער געשיקט שליחים קיין היידפארק זיך צו פארענטפערן, דאסמאל איז דאס געקומען דורך דעם שליח דומה למשלחו יודעלע מייזעלס פון מאנרא.

 

און פישער האט שוין ווייטער אויסגעפירט אז דער רבי עפענט נישט זיין מויל אין דעם נושא. אבער זאך קענער זאגן אז ווען דער דזשיגאן עם הארץ זעלבסט ענטפערט ווען א תשובה אויף די שערורי', וואלט דאס נישט צופיל בעסער אויסגעקוקט...

 

געלעכטער » 15/2/2011 19:26

א לעבעדיגער מוסר הסכל!

 

מען טאר קיינמאל נישט אונטערשאצען א מענטש אפילו יודל מייזעלס, ווי מען זעט יעצט וואס פאר א נוצען ער ברענגט פארן עם הארץ, ער שטעלט זיך צי צום עם הארץ 100%

 

 

ממנו ילמדו וכן יעשו

 


וויפיל מאל מען ליינט איבער דעם בריוו זעט מען וואס פאר א קנאק די בריוו איז, ממש א באמבע, איך גלייב האט ער נישט אליינס דאס ציזאמגעשטעלט, עס איז צי גוט פאר איין מענטש,

 

איך הער טאקע אז די געדאנק פון די מאלפעס האט ער געהערט פונעם עם הארץ זעלבסט

סענעטאר » 15/2/2011 20:03


מייזעלס קען נאר שרייבן אזוי גוט אדער רעדן אויך??

ווער איז ער? און וויאזוי האט ער א קשר מיט'ן עם הארץ אזוי געטריי צו באדינען?

סענעטאר » 18/2/2011 00:56

מייזעלס איז אין די טעג ארויסגעקומען שוין מיטן צווייטן בריוו, אויפן פערזענליכן רוף פונעם דזשיגאן עם הארץ אים צו פארטיידיגן פון זיינע שונאים. זעט אויס אז דער דזשיגאן שפירט אז ער האט געטראפן אין ציהל, און א ענטפער פון יודעלע מייזעלס איז פונקט ווי א בריוו פון אים אליינס, דעריבער שיקט ער יודעלע אפשרייבן אויפן אינטערנעט די ווערטער וואס ער האט געהאט במחשבה צו זאגן.