רבותי, איך מוז אייך זאגן: איך בין סורפרייזט און שאקירט!
איך בין געווען זיכער אז עפעס א שכל'דיגע תשובה וועט נאך ארויפשווימען פון אתרא קדישא אויף די ברענעדיגע נושא, און די זאך וועט טיילווייז פארענטפערט ווערן, טראץ וואס די הויפט קושיא איז כמובן ווייטער אין קראפט, ווייל דער מציאות - אז עטליכע בעלי תאווה פירן כלל ישראל אין באד כאוות נפשם - דאס בלייבט, אבער די דערציטערונג פון די בילדער ווי אידישע קינדער גראבן ארויס קברי ישראל, דאס וועט כאטש טיילווייז פארענטפערט ווערן.
אלזא, ביך איך געזיצן אויף די בחדרי חרדים פורם, דארט ווי עס זענען סטאנציאנירט עטליכע הויפטן פון די מאפיאנערן, און איך האב געווארט צו זעהן ווא דער תשובה גייט זיין. און: איך גלייב נישט וואס איך זעה.
עס איז געגאנגען אזוי: אין אנהייב זענען געקומען תירוצים ווי וואסער, די ערשטע איז געווען אז די קברים זענען פון גויים. איי וועט איר פרעגן זיי שרייען דאך אלעמאל אז קברי עכו"ם איז אויך א פראבלעם משום מה יאמרו הגויים?, והשנית והיא העיקר: פארוואס ברויך מען אידן צו אזא ארבעט?... והשלישית, ווער עס פארשטייט אביסל זעהט אז מרעדט פון קברי ישראל, ווייל עס איז שכוב כדרכו.
ווייטער איז געקומען א תירוץ, אז ס'איז געווען בלית ברירה, ווייל דער בעה"ב האט נישט געוואלט נאכגעבן. אויב אזוי פארוואס איז מען נישט ארויס אין א מערכה? ווייל יענער האט באצאלט?... הייסט דאס אז די אונטערשייד צו אידן זאלן יא גיין בתמימות כאפן קלעפ צו נישט ווענדט זיך אין געלט?!
נאך א תירוץ איז געקומען, עס איז דא א היתר פון הרב וואזנער. אויף וואס איז באזירט דער מכלומרשטער היתר? און אפשר קען איינער זעהן דעם היתר? אזאנע ביליגע שקרנים ווי ענק זאל מען גלייבן אויפן ווארט? די בלעטער דא זענען צו קורץ איך זאל קענען פארציילן אלע בלאפערייען וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן מיט וואס זיי באנוצן זיך, אזא בלאף אז עס איז דא א היתר - אין די צייט וואס עס איז נישטא לא מיני' ולא מקצתי' - דאס איז פון די גאר קליינע קלייניקייטן.
אצינד, היינט, איז שוין געקומען א ענדגילטיגער תשובה פון יוסף90 אליינס, דער אפיציעלער ווארטזאגער פון די מאפיאנערן, און אליינס א טייל פון די גרופע, און זיין תשובה איז - דאסמאל מיט דעם ניק.. - אז להד"ם. דהיינו? עס האט גארנישט מיט אתרא קדישא, און אתרא קדישא האט נישט געוויסט דערפון ביז יעצט!
און מיר עולם גולם זאלן אים גלייבן און שווייגן!
דאס הייסט אז איבעראל וואו די ציונים גראבן, ווייסן זיי גלייך, אבער דא - עטליכע גאסן אוועק פון די שטח וואו מען פראטעסטירט אין יפו - וואו אידן גראבן קברים בדחילו ורחימו, שוין גאנצע פיר חדשים, דאס ווייסן זיי נישט?! פאר וועמען ווילן זיי אזאנס איינרעדן?
און יעצט אז זיי זענען "שוין דערגאנגען דעם סוד"(...) ווואס גייט מען יעצט טוהן? עס קומט א מערכה? גייט מען פראטעסטירן?
געווענטליך נעמט עס נישט מער ווי 2 שעה פון ווען עס קומט די ידיעה ביז ווען זיי זענען דארט אויפן פלאץ מיט א מחאה. וואס נעמט דא אזוי לאנג?...
און דאס איז שוין נאכדעם וואס עס זענען דא עדי ראי' אז חיים טויסיג איז געווען אויפן שטח דעם מאנטאג!
די זאך זעהט אויס צו זיין טונקעלער פון טונקל! מער ווי איך האב אליינס געגלייבט.