שוידער: בית נאוה קודש פון רביה"ק איז אין געפאר פון פארניכטונג
ווי באקאנט האט הנגיד ר' פייש מאשקאוויטש ע"ה צוגעשטעלט דעם היסטארישן הויז אויף 500 בעדפארד עוו פארן רבי'ן זי"ע, ווי דער רבי האט געוואוינט דערין פון אלול תש"ז ביז תשרי תשל"ב. אויך נאכדעם וואס דער רבי האט ארויסגעמופט פון דארט איז די הויז געבליבן אלס א הייליג און היסטאריש ארט פאר כלל ישראל און בפרט ביי סאטמאר חסידים אומעטום נאכען איינזאפען אין זיך די קדושה און עבודת ה' במסירות נפש לאנגע יארן. אויך נאכן הסתלקות פונעם רבי'ן פלעגן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן באזוכען אין דעם "ביתו נאוה קודש" און זאגן א פאר קאפיטעלעך תהלים אינעם רבי'ןס ספרים שטוב.
אין די לעצטערע יארן, בשנת תשנ"ט-תש"ס בערך, ווען חלקים פון דעם הויז זענען שוין צופאלן, האט קהל יטב לב ערענסט גערעדט פון רענאווירן און פרעזעווירן דעם הויז עס זאל זיך קענען האלטן פעסט פאר נאך לאנגע יארן (אזוי ווי די היסטארישע צעהלימער ביהמ"ד אדער די הויז פון הרה"ק מסקווירא זי"ע אויף בעדפארד), עס איז אפילו געווען דעמאלסט א קלער אז רבינו שליט"א (מהרז"ל) וואס איז נאך דעמאלטס געווען רב וועט אהין גיין וואוינען, אזוי אז די הייליגע הויז זאל בלייבן מיט איר מאיעסטישקייט און אלס צוצואינגסט ארט פאר יעדן חסיד.
זענען דעמאלסט געגאנגען עטליכע נארישע ארונים, ובראשם חיים ווערצבערגער, וועלעכע זענען געווען קליין קעפיג נישט קוקענדיג אויפן עתיד פון דעם הויז, און האבן עפעס אנגעווערטשאפט ביי די שטאט אזוי אז די הויז האט באקומען א לענד-מארק סטאטוס, אז מזאל גארנישט קענען בויען דארטן... א דאנק זייער נארישקייט איז צו פארדאנקן די שרעקליך נאכגעלאזטן צושטאנד היינט צוטאגסט, אזש עס קוקט שוין אויס ענדערש ווי א חורבה, אין די פייער דעפארטמענט האבן שוין פארבאטן אריינטריט אינעם בנין צוליב געפאר פון צוזאמפאל היה לא תהיה.
דא האט איר עטליכע בילדער, ווי מקען זעהן קלאר די אייזענעס ביי די קארנער וואס מהאט ארויפגעלייגט עטליכע וואכן צוריק כדי צו צוזאמהאלטן די ווענט... אין אויך פונעם הויפט אריינגאנג ווי עס איז ליידער הארמאטיש פארשלאסן מיטן שלאס און ריגל, ואת נוהו השמו
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________