יראת שמים, ווייסט נישט דו און נישט איך, דאס איז בין אדם למקום, (אויסער אויב משה גבאי האט זיך געטוישט דעם נאמען פאר "שמים" דאן בין איך מודה צו דיר, דער ברך משה האט פאר דעם (משה גבאי) "שמים" געהאט יראת מוות, און דיין רבי האט אויך דעם זעלבן יראת "שמים", ער האט פאר עם דאס קדחת),
דו האסט קיין אנונג נישט וואס דער ברך משה איז געווען, און וויפיל מאל ער האט געזאגט "איך" וועל אייך זאגן, ווייל רוב מאל ווען ער האט געזאגט "איך" וועל אייך זאגן, איז דאס געווען בשבחו של אהרן, (ווען ער האט נאך יא געוויסט בין ימינו לשמאלו), און יא, מיר רעדן פון דעם ר' אהרן וואס דו רופסט אן שחצן ובעל גאוה, און אלע גדולי ישראל רופן אן "סאטמארער רבי",
אגב, דער בעל ברך משה זי''ע, האט געהאט נאך אפאר קוואליפיקאציעס, וואס דיין רבי קומט נישט צו צום שפיץ פינגער דערפון, און רבינו הקדוש רבי אהרן שליט''א איז יא אין דעם זעלבן קאטאגאריע, אזוי זאגן הרב וואזנער שליט''א, רבי משה שטערנבוך, רבי חיים לייב כ''ץ, רבי אליקים שלעזינגער, רבי מלכיאל קאטלער שליט''א, ושאר גדולי ישראל, וויאזוי האט רבי לייבוש לייזער שליט''א געזאגט פאר יודא לייב פערלמוטער? קודם וועלן מיר באזוכן ביים סאטמארער רבי, און דערנאך וועלן מיר גיין צו ר' זלמן לייב, און פרעג נאר די סקולענער גבאים וועם דער סקולענער רבי שליט''א מיינט ווען ער זאגט "סאטמארער רבי" ער דארף נישט מסביר זיין וועמען ער מיינט, און קיינער פרעגט נישט "וועלעכער" עס דערקענט זיך אז ר' אביגדור יאקאבאוויטש איז שוין נפטר געווארן,