היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שרעקעדיג: עם הארץ פארשווינדען פון בני ברק!

שרעקעדיג: עם הארץ פארשווינדען פון בני ברק!

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2875008

הבגץ » 6/2/2011 22:24

 

רבותי! הילף דרינגענד געזוכט צו העלפן טרעפן דעם מאנרא עם הארץ וואס איז אין די לעצטע פאר שעה ל"ע נעלם געווארן.

 

דער ירושלימער רב שליט"א פרובירט שוין צוויי שעה נאכאנאנד צו טרעפן מיטן מאנרא עם הארץ אין מען האט נישט קיין  שום שפיר פונעם עם הארץ רח"ל, די איזרעלישע רעגורינג זאגט אז זיין פאספארט האט איינגעטשעקט היינט פאמיטאג און דאס איז די גאנצע אינפארמאציע וואס זיי האבן, לויט זיי דארף ער נאך זיין אין א"י.

 

דאס לעצטע מאל וואס מען האט אים געזען איז געווען אין בני ברק זיך פיקטשערן אויף די גאס לעבן דעם סאטמארן שיכון מיט אפאר ראציגע בחור'לעך, און זינט דער ירושלימער רב שליט"א האט אנגעהויבן צו קאלן איז דער עם הארץ פארשווינדען געווארן.

 

ווייסט איינער פארוואס דער עם הארץ האט אזוי מורא זיך צי טרעפן מיט ירושלימער רב שליט"א, וועם ער האט אזוי שטארק געוואלט אז ער זאל זיין רב, וועם ער האט געמאכט א ריזיגען קבלת פנים אין מאנרא אין געטאנצען מיט אים ווי חתן ביום חפתו?

 

דער בני ברק מעיאר איז יעצט אונטער א פארהער, ווייל ער האט זיך היינט געטראפן מיטן עם הארץ אין מאכנע האלטן אז ער ווייסט וואו אין פארוואס דער עם הארץ באהאלט זיך אויס, ביזדערווייל איז דעם מעיאר'ס מויל הערמאטיש פארמאכט אין געט גארנישט ארויס.

 

פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען!

שארטקאט » 6/2/2011 22:33

וואס דרייסטו א קאפ מיט שטותים, ער האט א קבלת פנים יעצט אין בני ברק שיכון קרית יואל, קיינער זוכט אים נישט,

הבגץ » 6/2/2011 22:41

דעמאלטס פארוואס קאלט ער נישט צירוק דעם ירושלימער רב?

שארטקאט » 6/2/2011 22:51

איינס ווייל ער האלט אימיטן קבלת פנים און אויך ווייל ירושלים'ער רב האט אים נישט געקאלט,

הבגץ » 6/2/2011 22:59

פארצייל איך דיר אז ער האט אים יא געקאלט,

דער עם הארץ האט היינט געדאמפט די דין תורה וואס דער ירושלימער רב האט אזוי שווער געארבייט עס ציזאמברענגען, אלעס ווייל דער עם הארץ האט געוויינט מיט קראקעדייל טרערן אז ער וויל נאר דין תורה,

איז יעצט ווען דער ירושלימער רב האט געהערט אז דער עם הארץ וויל נישט קיין דין תורה שפירט זיך דער ירושלימער רב זייער געטראפן אז דער עם הארץ האט אזוי מיעוס אנגעפיפען, וויל יעצט דער ירושלימער רב הערן פונעם עם הארץ פארוואס ער האט דאס געטוען, אבער דער עם הארץ לאכט אים אין די פויסטען אין באהאלט זיך פון אים אין גייט באלד אנטלויפן אין עראפארט

theחדשות » 6/2/2011 23:44

די גאנצ מעשה פון זיכן איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. אז מענדעלע האגער, דער בני ברק'ע מעיאר, הרב וואזנער קענען די נאמבער פון משה חיים ווייס, קען ער עס אויך. און האסטו נישט פריער געשריבן אז ער האט גע'ענטפערט פאר די עסקנים פון יפו אז ער האט בעסערע דאגות? זיי האבן אים יא געטראפן אין זיין בונקער???

_________________


ספרינטער » 7/2/2011 03:26

פארוואס איז ער טאקע נישט געגאנגען באזיכען דעם גאב"ד?

משהלע » 7/2/2011 03:30

חדשות דו ענטפערטס נאך די אייזלען? נעקסטע וואך וועט נאך ירושלימער רב קומען צו רבינו הקדוש אויף קרית יואל מיט א הכנעה און סימפאטיע, זיך צו לאזן באשרייבן אין משלחן מלכים...  אזוי ווי ביז היינט, א מאל איז דאס רבי לייבוש לייזער וואס וויל זיך נישט טרעפן מיטן רבי שליט''א, און דערנאך כאפן זיי א פליק, אז ער וויל נישט גיין צום גז''ל נאר נאכן באזוכן דעם עכטן סאטמארע רבי, דערנאך איז דאס סקולענער רבי וואס האט נישט געוואלט מנחם אבל זיין דעם רבי'ן, און דערנאך שטייט ער פאר עם אין פאלם ספרינגס כעבדי קמי מארי, ופני הזאליס חפו.

מאיר_הערש » 7/2/2011 04:55

משה'לע, עס דערמאנט מיך פון רבי יונה'ס ספין אז די סיבה פארוואס רבינו שליט"א איז נישט געפארן קיין ירושלים איז צוליב דעם וואס דער גאב"ד שליט"א וויל זיך מיט אים נישט טרעפן. א חודש דערויף איז דער גאב"ד געקומען קיין ניו יארק און געקומען באזוכן כ"ק רבינו שליט"א כרגיל.

געלע_באס » 7/2/2011 05:05

אזוי ווי ביז היינט, א מאל איז דאס רבי לייבוש לייזער וואס וויל זיך נישט טרעפן מיטן רבי שליט''א, און דערנאך כאפן זיי א פליק, אז ער וויל נישט גיין צום גז''ל נאר נאכן באזוכן דעם עכטן סאטמארע רבי,



משהלע זיסע,
וואס מיינט עכטע סאטמארע רבי?

_________________

וואלןסח » 7/2/2011 05:09

ספרינטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס איז ער טאקע נישט געגאנגען באזיכען דעם גאב"ד?


אז דו ווילסט שטארק הערן א תירוץ וועל איך דיר ענטפערן

פשוט ווייל ער איז נישט געווען אין ירושלים

פשי! אזא פשוטע תירוץ! נישט בייגעפאלן? הא?

_________________

משהלע » 7/2/2011 05:17

געלע_באס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי ווי ביז היינט, א מאל איז דאס רבי לייבוש לייזער וואס וויל זיך נישט טרעפן מיטן רבי שליט''א, און דערנאך כאפן זיי א פליק, אז ער וויל נישט גיין צום גז''ל נאר נאכן באזוכן דעם עכטן סאטמארע רבי,



משהלע זיסע,
וואס מיינט עכטע סאטמארע רבי?

_________________

 


א עכטער "סאטמארער" רבי מיינט א רבי וואס קען לערנען, פונקט ווי דער דברי יואל זי''ע און דער ברך משה זי''ע,  דער גז''ל קען זיין בראדער רבי, לאשנאצער רבי, אבער קיין סאטמארער רבי קען ער נישט זיין, א סאטמארער רבי דארף קענען לערנען, און נישט ענטפערן סי דא ווער פירט זיך אזוי און סי דא ווער עס פירט זיך אזוי,  

תוקן על ידי משהלע ב- 07/02/2011 05:19:54

געלע_באס » 7/2/2011 05:21

א עכטער "סאטמארער" רבי מיינט א רבי וואס קען לערנען, פונקט ווי דער דברי יואל זי''ע


אין דאס איז??

_________________

משהלע » 7/2/2011 17:18

נו, געס!!!, אויב וויסטו באמת נישט, קענסטו פרעגן רבי לייבוש לייזער שליט''א

_________________

ספרינטער » 7/2/2011 18:02

פארוואס איז ער נישט געפארן אויף ירושלים שעפן נחת פון זיינע ריזיגע מוסדות אין בית המדרש (וואס איז אגב בערך העלפט פון די פאליש אין ראדני)? אוודאי אז מען ציטערט זיך צי טרעפן מיטן גאב"ד פארט מען נישט אהין נאר מ'זיצט אין בני ברק וואס דארט איז די איינציגסטע פלאץ ווי ער קען זיך אויסבאהאלטן רואיג.

סטראבערי » 7/2/2011 19:24

די גאב''ד איז יעצט אין פארבינדונגען מיט אלע חב''ד שליחום אראונד די ווארלד ווי מ'קען אים טרעפן דעםן אהרנן

משהלע » 7/2/2011 19:51

ספרינטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס איז ער נישט געפארן אויף ירושלים שעפן נחת פון זיינע ריזיגע מוסדות אין בית המדרש (וואס איז אגב בערך העלפט פון די פאליש אין ראדני)? אוודאי אז מען ציטערט זיך צי טרעפן מיטן גאב"ד פארט מען נישט אהין נאר מ'זיצט אין בני ברק וואס דארט איז די איינציגסטע פלאץ ווי ער קען זיך אויסבאהאלטן רואיג.

ער איז נישט געפארן קיין ירושלים צו שעפן נחת, ווייל וויפיל נחת קען אריין אין איין מענטש, דער ר' אהרן האט אין די לעצטע 10 טאג געשעפט נחת אין מעקסיקא, וואשינגטאן, ווירדזשיניע, באלטימאר, פלארידע, אוהעל, סיגוט, בני ברק, נו וויפיל קען ער דאס שעפן?, האט ער איבערגעלאזט די ירושלים נחת פאר א צווייט מאל, אגב, איך הער אז דער גאב''ד האט עם דערווישט איו נוארק עירפארט היינט פארטאגס, קענסט מברר זיין אויס ס'איז אמת?, ואגב דאגב, ווען עפענט זיך חיים הערשעלעס ישיבה אין ירושלים?, ס'איז שוין שיינע חדשים נאך אנהייב זמן, אפשר ווארטן זיי אויפן גז''ל זאל קומען האלטן א פתיחה... 

ספרינטער » 7/2/2011 20:10

וואס מישט איר דא אריין ר' חיים הערש'ס ישיבה? ענטפער וואס איך האב געפרעגט.

משהלע » 7/2/2011 20:53

נישט פארדרייען דעם אשכול.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/02/2011 21:14:44

theחדשות » 8/2/2011 00:29

שעם זיך! דו האסט געוואוסט ווי דער אהרן איז, דו האסט מיטגעהאלטן פינקטליך אלע זיינע מיטינגס און באזיכן ביז אפילו האסט אפילו געהאט צוטריט צו גאר געהיימע אינפארמאציע פון א באזיך פון אקס-נים, און דו האסט געוואוסט אז דער גאב"ד זיכט אים ווי מיט ליכט, און דו האסט אים נישט אנגעקאלט זאגן? ווי איז די כבוד התורה? ווי איז דיין דרך ארץ? האסט נישט אביסל ערענסקייט אין דיר? אז דו ווייסט אז דער גאב"ד זיכט אים און דו ווייסט ווי ער איז, זאגסטו אים נישט??? וואסא חוצפה

_________________


ספרינטער » 8/2/2011 03:27

וואס דארף איך זיך שעמען עטץ ווייסט דאך אליין אז מיר טרעטן אויף די תורה מיט די שלושה רועה בקר, די פראגע איז אבער ענקער עם הארץ וואס איז באקאנט מיט זיין כבוד פאר תלמידי חכמים (איך רעדט נישט פון ביז נ"ט ווען מען האט אים ארויסגעקאפעט פין סאטמאר ווייל ביז דעמאלטס האט ער דאך נאך געטאן וואס משה גבאי האט אים געהייסן...) פארוואס האט ער נישט געפילט פאר וויכטיג כאטש רעדן צום גאב"ד אויפן טעלעפאן?

געלע_באס » 8/2/2011 06:38

משה'ניא טייערער

זאג נאר,
פינקטליך ווער האט באשלאסן וואסערע קוואלעפיקאציעס מ'דארף צו האבען צו זיין סאטמער'ע רבי?
נישט אלעס וואס די ווילסט איז די מציאות אויך אזוי

עפען דיר אביסלע די אויגען,,

_________________

משהלע » 8/2/2011 17:09

זייער פשוט, מען קיקט אויף די קוואליפיקאציעס פון די פרירעדיגע רבני סאטמאר זי''ע, און דאס גיט דיר א שטיקל השגה וואס פאר א קוואליפיקאציעס מען דארף צו האבן, און אויב פארשטייסטו נישט אליין, דאן קיק וואס די גדולי ישראל בדורינו זאגן, גיב א פרעג הרב וואזנער, רבי משה שטרענבוך, רבי אליקים שלעזינגער, וכו', זיי וועלן דיר געבן די פארשרעפטן וואס קוואליפיצירט איינעם זיך צו רופן דער סאטמארער רבי, איך בין זיכער אז הערן דזשיגאן טעיפס איז נישט פון די קוואליפיקאציעס.

ספרינטער » 8/2/2011 17:31

וועם עס דאכט זיך ענק נאר אפילו אז ער מיט ענק דאן איז ער שוין פון די גדולי ישראל בדורינו? וואס האט הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל געהאלטן אויף ענקער הם הארץ? וואס האט קאשוי רב זצ"ל געהאלטן? וואס האבן אלע אמת'דיגע מנהיגים געהאלטן? אגב זאג נאר פארוואס האט רב וואזנער נישט געוואלט ארויסגעבן קיין שום פסק איבער די סידור קידושין אין קרית יואל? עטץ פארקויפטס דאך אז ער האלט אז רא"ט איז דער עכטע סאטמארע רבי נו דאן פארוואס וויל ער ענק נישט געבן א פסק אז נאר רא"ט האט די אויטאריטעט צו זיין מסדר קידושין?