גלעכטער בני יואל-זאלי'ס פעלטשען ווידער לעדערהעד
אבער די צוויי געטרייע גאבאים הרב ר יוסף יואל לעווי אין הרב ר מנחם ישעי לעווי האבען אים אנגעווארענט אז עס איז קעגען די תקנת הבית המדרש אין נאך דערצו מיט די ממליחה ואלך פלייש אין מען וועט עס נישט צילאזען.
ווי באוויסט אבער האט די אינגערמאן נישט געפאלגט אין אריין געברענגט א אויווען פיל מיט קיגעל אין טשאלענט אז עס האט געשמעגט אין גאנצען בנין. האבען די צוויי גאבאים נישט געהאט קיין אנדערע ברירה אין אלעס ארויסגעוואפען
אבער אזוי ווי די זאליס האבען זיך געשפירט אויס קאפעליטש מאכער האבען זיי די וואך אויפגעהאנגען די צעטעל ביים זמן הדלק"נ אז קלאמפיש האבען די גאבאים נישט ארויסגעווארפען
איז דאס יואל ב"ר שמואל קרויס?
דער קרויס (פון טאהש און אן איידעם ביי קויפמאנס קעיטערינג) איז פון די קעגנער אבער מען הערט נישט פון אים קיין שלעכט ווארט אנטקעגן קיין איין איד.
דער אינגערמאן האט געהאט פול רשות פון די גבאים צו ברענגן חמין, עס איז אבער דא איין אנדרייער דארט אין שול וואס אפילו די ארוינים עסן זיך אן די גאל מיט אים, אזוי ווי קיינער קוקט נישט לעצטנס אויף זיין זייט דאן האט ער דאס געטוהן, ווי א קליין קינד וואס זאגט, שריי אויף מיר שלאג מיך אבער קוק מיך אן.
צום סוף זיינען עס געווען די ארוינים וואס האבען זיך אנגענומען אויף קרויס.
קען זיין אז די צעטל איז נישט אמת אבער עס קען פונקט אזוי זיין אז יא
דאס האב איך געוואלט שרייבן, זייענדיג א חבר מיט ר' יואל האב איך געהערט פון אים אז ער האט געבעטן רשות צו ברענגן די חמין, און אזויווי זיין שווער הר"ר אברהם ישעי' קויפמאן איז א קעיטערער און ער מאכט אים אלעס אומזינסט האט ער באקומען רשות, נאר דער משוגענער אנדרייער האט דאס געטוען.
בלומבערג נעקסט טיים פאר די שרייבסט פרעג דיר גוט נאך
דרך אגב די טשאלענט איז געווען מיט פלייש פון ק"י בוטשער
און בלומענבערג איך האב נישט געהערט פטון קיינע פון די חסידי מהר"א זאל בעקן די מעשה וואס די אימריגאנט האט געטוהן, און איך זעה נישט פארוואס די דארפסט עם פארענטפערן, ער האט עס געטוהן אויף זיין אייגענע האנט און פארטיג, די גבאים זענען זייער נארמאלע און ערליכע יונגעלייט און זיי וועלן אזאנס נישט טוהן, און יואל קרויס איז זייער א נארמאלער יונגערמאן, און ער וועט נישט ברענגען און ביהמ"ד קיין זאכן וואס די גבאים לאזן נישט, און די מעה וואר זייער פשווט, מען רעדט פון איין צופידעלטער משוגענער, וואס ווערט געפירט פון איין דיקטאטור, וואס א שיין פראצענט פון די חסידי מהר"א האבן אויך פון די דיקטאטור צו ליידן, און זיי וווילן עם זעהן ארויס, סוי עס איז בכלל נישטא דט וואס צו פארענטפערן,
תוקן על ידי בלומבערג ב- 07/02/2011 21:33:58
שטעלט אייך נאר פאר ווען אן ארוני זאל זיך דערוואגען צו טוהן עפעס אין א זאלי שול קעגן זייער ווילן
כ'רעדט אפי' פין איינער וואס האלט זיך דאס מאל
ווייל פין AP'ס הודאה במוקצת זעהט מען אז מ'רעדט יא פין א זאלי היצקאפ
אויב האט זשיגאן געקענט ארויסווארפען אזא יוד ווי ר' יוסף יושע גראס ז''ל פין שוהל פאר'ן חטא אז זיין זוהן איז גבאי פין קיט''ל אין גייט נישט מיט זיין רשעות אין טעראר וואגען וואס קען מען ערווארטען פין זיי?
דארט אין יענע ביהמ"ד איז דא א מין מאדנע באשעפעניש לאזער האס. וואס ער רייסט וועכענטליך אראפ די קהל יטב לב צעטליך אונמיטן קבלת שבת לפני כל עם ועדה
דארט אין יענע ביהמ"ד האט א אינגערמאן-בחור וואס האט חתונה געהאט אין בני יואל באקומען אן עליה
דארט אין יענע ביהמ"ד איז דא א גראפע וואס האבען נאכגעשריגען דעם רבין ווען מען האט פארמאכט די קרעטשמע
דארט אין יענע ביהמ"ד הערט מען וועכענטליך אויף די העכסטע טענער די גרעסטע שמיץ אויפן רבין
ועוד ועוד אין די גבאים האבן נאך קיינמאל א צעטיל נישט געלייגט.
אין יעצט פאר אביסעלע קיגעל זענען זיי ארויס פון די כלים הא עס מאכט פשוט נישט קיין סענס
די שול איז לכתחילה נישט קיין קהל יטב לב ק"י (פון דא ווייטער קהילה) שול, די געלט פאר די שול קומט פון די מענטשן וואס האבען דארט געקויפט דירות.
לאזער האס טוה איך אויף קיין פאל נישט בארעכטיגען.
א בני יואל וואס וואוינט דארט האט לויט מיין פארשטאנד דארט רעכט עולה צו זיין, די קהילה האט קיין גראשען אין דעם שול אריינגעשטעקט, דאס אז רבינו (מהר"א) שליט"א האט געהייסן טוישן נעמען און עס מאכען א קהילה שול אזוי נעמט נאך נישט אוועק די רעכט פונעם בני יואל דארט צו מעגן עולה זיין, דורך זיין קויפן דארט א דירה האט ער באקומען רעכט אין די געגנט שול.
די גרופע וואס האבען נאכגעשריגען דעם רבין, עיין ערך לאזער האס.
דער גבאי איז גאר א צוגעלאזענער מענטש און ממש א ידיד נפש כל חי דער עולם פאלגט אויס וואס ער זאגט נכלל בזה די בני יואל'ער זאלוינים און ארוינים צוגלייך. אבער ווען ער זאגט עפעס דאן האט ער היבש א ווארט דארט, אלזא איך גלייב נישט אז נאר צוליב קוגל איז קרויס געגאנגען מאכען א מחלוקה. קרויס, ווי איך האב מיך נאכאמאל נאכגעפרעגט איז גאר א נארמאלער מענטש, ער האט טאקע נישט ליב מיין רבי, אבער לעומת זה האב איך אויך נישט ליב זיין רבי. און ממש מען הערט נישט פון אים קעגן רבי'ן קיין שלעכטס, צו ער קען אמאל דורכפאלען? מן הסתם, איך און יעדער קען אמאל זאגען וואס אן אנדערען שמעקט נישט.
אלזא מוז מען צוקומען אזוי ווי די איבעריגע זאגען, אז דער אימיגראנט-צופידלטער-משוגענער וכל שום וחניכא דאית ליה האט דאס געטוהן אויף די אייגענע האנט.
ובזה יצאתי ידי חובתי (עכ"פ ביז די נעקסטע תגובה...)
נאכאמאל פארוואס ביי די אלע אויסגערעכנטע זאכן וואס האט דארט פאסירט האט מען פון די גבאים קיין איין ווארט געהערט אין פאר א שטיקעלע קיגעלע האבען זיי איבער געדרייט וועלטען
אזויווי איך האב פריער ערווענט איז דאס א געגנט שול און דאס ווערט גענצליך אויסגעהאלטן פון די תושבים דארט, די קהילה האט גארנישט געגעבן פאר די שול, אויסער איין זאך וואס דער פרעזידענט האט דארט אריינגעשטעלט וואו דער רופט אים אן, אימיגראנט-צעפידלטער-משוגענער.
ווען ס'פאסירן רוב פון די זאכען וואס דו האסט אויסגערעכנט אויבען דאן איז דאס צווישן פריוואטע מענטשן, און אפילו אויב ס'האט פאסירט האבען נאך אלץ ביידע פראקציעס געגעבן געלט פאר די שול. מה שאין כן ווען די קידוש מעשה האט פאסירט דאן איז מעגליך אז איין זייט וועט אויפהערן צו געבן געלט.
ווייס איך דאך אז דו וועסט זאגן אז מ'ברויך נישט זייער געלט.
וויל איך דיר זאגען אז מען ברויך עס יא.
ווייל אז זיי וועלן נישט געבן, אןו נאך ארוינים וועלן זיין ברוגז צוליב די חיה שטיק.
דאן וועט דאס אויסקוקען אזוי ווי די קדושת יו"ט שול אויף זופניק.
א נארמאלער ארויני האט אויך נישט ליב קיין מחלוקת, עס איז גענוג וואס מען האט, מען זוכט נישט פרישע.
מיט דעם קען מען פארענטפערן פארוואס דעמאלט האט מען נישט מוחה געווען און איצט יא.
ווייל דעמאלט האט די שול נישט דערלייגט און איצט קענען זיי יא דערלייגען.
לאמיר אריינווארפן מיינע פאר צענט (כאילו אייינער פרעגט מיר)
איך קען דעם יואל קרויס גוט, ער האט זיינע קינדער ביי סאסמאן (דאכט זיך) פשוט ווייל די ווינט האט אים אהינגעבלאזן ער האט ליב רז"ל צוגלייך ווי אונזער רבי, ער איז סך הכל א טאהשער
יעצט, אויב איז אמת וואס בלומבערג זאגט די אלע מעשיות וואס דארט האט שוין פאסירט, קענט איר קיינעם נישט בלעימען פארן טון אזא ווילדע שריט, אוודאי איז עס נישט בארעכטיגט, אבער דו קענסט נישט בלעימען, ווייל ס'איז א טו וועי סטריט, אויב איז יענע צד שטיל גייט קיינעם נישט אן ווי דו שיקסט דיינע קינדער און מען לעבט בשלום ובשלוה, אבער טאמער טוסטו עקסטרעמע שריט קעגן די אנדערע צד, וואס פארלאנגסטו יענער זאל בלייבן שטיל?
כל אחד כדאי לעצמו, אויב דרייט זיך דארט א מענטש וואס רייסט צעטלעך פון קהל, פארוואס זאל א צווייטער מיט היציגע בלוט נישט קיין פארקערטע ווילדע שריט?
און יעצט ברוינפן טייערע, איך ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, אבער טוסטו ביסטו נמנה על חסידי רבינו, פארשטייסטו אליין אז אפגעזען צו דוד עקשטיין האט יא געגעבן א פעני פארן שול צו נישט איז דאס ביהמ"ד אז אונטער נשיאות פון רבין שליט"א, און געבן א עלי' פאר א בני יואל בחור-אינגערמאן איז א עולה שאין כמוהו, זאלן מיליאנען רבנים עס מתיר זיין, א ביהמ"ד וואס שטייט תחת נשיאות רבינו אויב געט דאס א עלי' פאר אזא איינעם איז עס א חוצפה, און דו קענסט נישט בלעימען אויב די אנדערע צד טוט ווילדע שריט און זוכט ענג צו מאכן דעם צד שכנגד