היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד"ה: הצדיק הגאון בחסד רבי זלמן אשכנזי זצ"ל

בד"ה: הצדיק הגאון בחסד רבי זלמן אשכנזי זצ"ל

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2874744

פאפיטעס » 6/2/2011 06:40

אוי ואובי!!

הצדיק ר' זלמן איננו!

בד"ה הצדיק הגאון בחסד רבי זלמן אשכנזי זצ"ל, מייסד מפעל החסד "משמחי לב" בארץ ישראל.

ר' זלמן נסתלק לשמי מרום היום במצואי שב"ק בניו יארק, הלוויה יתקיים בשעה 12:30 בביהמ"ד דעש בווילימסבורג, ואח"כ לפני בית המדרש הגדול בקרית יואל, ויקבור שם בבית החיים דקהל יטב לב.

אי אפשר לתאר עלי גליון, הפירוש של השם: הצדיק ר' זלמן זצ"ל!

אוי ואובי!

אלפי יתומים ואלמנות נשארו בלי אב!

אלפי עניי ארץ ישראל נשארו בלי אב!

רבי זלמן קיבוץ בין שלש וארבע מיליאן דאלער בכל השנה לחלוק לעניי ארץ ישראל, ולא היה לו אפילו משרד בניו יארק!

הבגדים של ר' זלמן היה משרד שלו, רבי זלמן היה אומר שרוצה שכל הכסף ילך לעניי ארץ ישראל.

ועוד! ר' זלמן לא לקח אפילו פרוטה אחת מהכסף, היה עובד למפעלו "משמחי לב" בלי משכורת כלל!

אוי רבי זלמן איננו!

מרוח_אשך » 6/2/2011 08:08

זכר צדק לברכה

[בילד – נישט אפגעהיט]

מרוח_אשך » 6/2/2011 21:13

איך וויל נישט אפפרעגן די גזירה פון אויבן, אבער פארוואס איז אזא שר החסד געשטארבן אזוי יונג מתוך צער ויסורים?

און אויך זיין שותף וואס פלעגט אלס גיין מיט עם נאך געלט, ר' מענדל הענדלער, איז געשטארבען נאך יונגער!

apnews » 6/2/2011 21:52

אויפן גרויסן באשעפער פרעגט מען נישט קיין קושיות, 

apnews » 6/2/2011 21:55

און דאס איז זיכער אז דארטן אויבן ווארט אפ הצדיק רבי זלמן זצוק"ל די אלע וואס ר' זלמן האט געהאלפן זייערע משפחות, און אוודאי די אבי היתומים, וואס ר' זלמן האט אזויפיל געטוהן פאר זיינע קינדער און זיי ארויסגעהאלפן און די צייט פון זייער נויט,

קליפ » 7/2/2011 05:19

סטראבערי » 7/2/2011 19:17

מרוח,
די תירוץ איז זייער פשוט:

אזעלכע טייערע יודן ווי ר' מענדל און ר' זלמן ע''ה ברויך מען דארט אויבן!

rebyankel » 7/2/2011 23:29

אוי ר' זלמן ז''ל איז שוין נישטו
א טייערער איד ווייניג אזעלכע בדורינו
אזויפיל חסד בהצנע לחת

איז זעה איינער רעדן דא פין ר' מענדל הענדלער ע''ה
כ'מיין אז ר' מענדל איז נישט געווען זיין שותף, ער פלעגט אים העלפן שאפען געלט אין ק''י





דרך אגב, עס וואלט געווען כדאי צו באשרייבן אין א באזונערע אשכול
די אלע טעראר וואס ר' זלמן ז''ל האט געהאט אויסצושטיין פין די פראפאגאנדע ארגענעזאציע עונג שבת ויו''ט
וואס קומט נישט צו, צו די פיס פין משמחי לב'ס מולטי מיליאן דאללער'דיגע חסד חלוקה'ס

גוטזאגער » 8/2/2011 00:21

טעראר האט ער געהאט פון דעם אכזר און טיראן משה פרידמאן (בן פראדעל)
ענוג שבת ויו"ט איז א פשוט'ער קאנקורענט און ביידע האבן דאס רעכט צו טאן חסד כפי שידם מגעת.

היראים » 9/2/2011 17:59

 

 

מיט יבלחט"א מרן רבינו שליט"א

ביי די שמחה בחצרות קדשינו - שידוך שליסן פון נכד מרן רבינו שליט"א

פארגאנגענעם חודש סיון העעל"ט

 

 

ביי די חתונה פון נכד מרן רבינו שליט"א שנת תשס"ח לפ"ק

לימינו פון זיין גרויסן טאטען יבדלחט"א כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א

♦♦♦


היראים » 9/2/2011 18:01

ירושלים

 

♦♦♦

rebyankel » 9/2/2011 23:32

גוטזאגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
טעראר האט ער געהאט פון דעם אכזר און טיראן משה פרידמאן (בן פראדעל)
ענוג שבת ויו"ט איז א פשוט'ער קאנקורענט און ביידע האבן דאס רעכט צו טאן חסד כפי שידם מגעת.


ווי קומט דא אריין קאנקורענט?
ר' זלמן אשכנזי ז''ל האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם צו האבען א קאנקורענט
אדרבה ער האט זיך געפריידט אז נאך יודן העלפן
אין פארוואס האט יענע פראפאגאנדע חסד חלוקה געפילט אז ער האט קאמפעטישאן?

קליפ » 10/2/2011 12:05

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

אדמיראל » 10/2/2011 17:08

דאס וואנד איז נאך אפען, דאס הארטץ טראפ נאך בלוט, די טרערן קוואלן האבן זיך נאך נישט אפגעשטעלט, אויפן פריצייטיגער פארלוסט פונם שר החסד הרה''ח רבי זלמן ז''ל

אזוי איך פרעג אים אלעמאל שטיצן מיט שיינע סכומים, וואלט איך געוואלט וויסען ווער עס גייט אים איבערנעמען, ווער גייט פון היינט אן זיין משמחי לב?

היראים » 11/2/2011 19:52

בחצרות סאטמאר, מיטוואך

נעכטן נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געפאהרן אויף סיגעיט מנחם אבל זיין כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א וועלכער זיצט שבעה ל"ע נאך יבדל"ח זיין זוהן הר"ר זלמן ז"ל.

 

דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין סיגעיט ארום 5:00 אזייגער ווי דער רבי שליט"א איז אריין קודם אין היכל הישיבה גדולה ווי דער רבי שליט"א האט רומשפאצירט צווישן די בחורים בשעת'ן לערנען און דערנאך געדאווענט מנחה מיט די בחורים, און נאך מנחה האט דער רבי שליט"א זיך נאכאמאהל אריינגעלאזט אין א תורה'דיגע שמועס מיט די תלמידי הישיבה.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א שפאצירט אינאיינעם מיט'ן ראש הישיבה דער ציעשנוב'ער רב שליט"א און די בחורים, צו בית מדרשו פון מעלבוירן'ער רב שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט אים מנחם געווען און עס האט זיך דארט אנטוויקעלט א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים און נאך.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א געפאהרן אויף פלעטבוש ווי דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען מחותנו אלעסק'אר רבי שליט"א, און פון דארט איז דער רבי שליט"א געפאהרן אויף ווליאמסבורג.

 

אין וויליאמסבורג האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען די קינדער און די אנדערע ברידער פון הר"ר זלמן אשכנזי ז"ל, ווי עס האט זיך אויך אנטוויקעלט א שיינער שמועס, דארט זענען געזיצן די זוהן פונעם נפטר ז"ל און די צוויי ברידער הגה"צ מ'הראדענקא שליט"א און הרה"ג ר' אנטשיל שליט"א.

•♦• 

היראים » 11/2/2011 19:57

מרן רבינו שליט"א אין היכל ישיבה גדולה פון בארא פארק אין סיגעיט

יום ג' העעל"ט

 

 

 

 

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א ביי ניחום אבלים ביי הגואה"צ מ'מעלבוירן ואלעסק שליט"א און ביי די קינדער פון הגה"צ ר' זלמן אשכנזי ז"ל

ג' תצוה העעל"ט

 

מרן רבינו שליט"א ביי ניחום אבלים ביי כ"ק גאב"ד מעלברוין שליט"א

 

 

מרן רבינו שליט"א ביי ניחום אבלים ביי מחותנו הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א

 

מרן רבינו שליט"א ביי ניחום אבלים ביי משפחת הגה"צ ר' זלמן אשכנזי ז"ל

 

 

♦♦♦

עפשטיין » 11/2/2011 22:24

איז דר הייליגער מוסד געשטאנען אויף איין מענטש? האט דאס א עתיד?

פשווארסק » 14/2/2011 20:52

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 

 

 זיין גרויסן טאטען יבדלחט"א כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א




הלב נקרע

אביו כ"ק הגה"צ הישיש גאב"ד מלברון שליט"א בהספידו בנו.

נראים בניו של רבי זלמן זצ"ל, הגאון בחסד ר' סענדר, ואחיו ר' יעקב שלום.

[בילד – נישט אפגעהיט]

אייןסאטמאר » 15/2/2011 20:59


עס ווערט געבּרענגט אז די נשׁמה פינעם נפטר געפינט זיך ווי מען זיצט שׁבעה, אט די בּילד געשׁיקט היינט דורך
JD קענט איר דאס זען קלאר ווי ר' זלמן ז״ל זיצט דארט ( בּים עק לינקס)
C:\Doשuמeנתס אנד צeתתiנגס\חeרסה.COצDOםAIן\Loשאל צeתתiנגס\טeמפּoרארי Iנתeרנeת ףiלeס\OLך19A\7106 מeלבראן  (2) (3).jפּג

אייןסאטמאר » 15/2/2011 21:05

[quote]

עס ווערט געבּרענגט אז די נשׁמה פינעם נפטר געפינט זיך ווי מען זיצט שׁבעה, אט די בּילד געשׁיקט היינט דורך
JD קענט איר דאס זען קלאר ווי ר' זלמן ז״ל זיצט דארט ( בּים עק לינקס)
   [בילד – נישט אפגעהיט]