אזוי ווי איך ארבעט מיט אפאר זאליס, זעה איך וואס ווי א טאג מער, שפרינגן זיי, זייער הויט ברענט. צופרי מ'קומט אריין אין די ארבעט. "ר' אהרן". ביים זיך אפרוען פון די ארבעט "ר' אהרן". אויפ וועג אהיים. "ר' אהרן". ס'זעהט עפעס אויס ווי זיי ליידן אויף א מחלה ואאס הייסט אהרנייסעס.
די סימפטעמס איז זייער פשוט, יעדעס מאהל וואס מ'דערמאנט נאר דאס נאמען, ווערט דאס מויל אנגעפילט מיט שוים פון כעס, דאס פנים ווערט רויט פאר כעס. יעדער אדער שטעקט זיך ארויס אזש ס'זעהט אויס ווי עס גייט פלאצן.
איך שטיי און איך ווינדער מיר שוין יארן. פארוואס ווען די ארונים רעדן פון ר' זלמן לייב לאכן זיי פון אים, האבן אייביג א גוט ווארט אויף זיין חשבון. אז ווען נישט מען דערמאנט דאס נאמען וואלט מען געווען זיכער אז מ'רעדט פון יודעלע מייזעלס. משא"כ ביי די זאליס, דאס כעס, שנאה, קנאה. וואס איז פשט?
און לאמיר גיין נאך א סטעפ. לאמיר באטראכן די רביס.
פארוואס ווען מ'זעהט ר' אהרן, איז ער אייביג גוט אויפגעליייגט, ביי אלע זיינע טישן, ביי אלע מסיבות, ביי אלע אסיפות, ביי אלע שמחות, לעבט ער. משא"כ ר' זלמן לייב, מיט א זויערע פנים שטענדיג. זעהט אויס מיאוס אנגעזעצט. פארוואס??
לאמיר נעמען ביידע רבי'נס סדר היום. דאן וועלן מיר זעהן די תירוץ.
ר' אהרן: לעבט און לאכט. מ'האט אים מספיד געווען אין גרויסן, און ער איז נאך אלץ דאס גרעסטע רבי פון כלל ישראל.
יעדער רבי וויל זיך טרעפן מיט אים
יעדער רבי קוקט זיך פאר פאר מ'טרעפט זיך מיט אים
פארנומען מיט די ווייץ
פארנומען מיט די קרית יואל'ע בית השחיטה
פארנומען מיט די בהמה שחיטה
פארנומען מיט בויען א מקווה
פארנומען מיט אויפבויען בתי מדרשים
פארנומען מיט אויפנעמען זיין עולם וועלכע לעכטצט צו הערן א ווארט פון אים
מ'רופט אים פון אמעריקא, ארץ ישראל, ענגלאנד, בעלגיע, אסטראליע, קאנאדא. און איבעראל ווי א סאטמארע איד איז נאר פארהאן מיט צרות און שמחות.
פארנומען מיט שיעורים
פארנומען מיט די ישיבה
פארנומען מיט איבערבויען די ביה"ח אין סיגוט.
חסידים וועלכע גייען און פייער און וואסער פאר אים
חסידים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן זייער גאנצע געלט פאר אים.
רעדט דרשות בכל בוקר וערב, און דער גאנצע עולם איז שא שטיל טרינקענדיג יעדעס ווארט מיט א דארשט.
גייט אן אין די לינקע פאה וואס זיין ברודער האט
פארהערט בחורים גאנצע מקצועות אין ש"ס און אין שו"ע, בחורים וואס ער האט זייערע זיידעס נאך פארהערט
מ'געט ארויס קונטרסים ספרים, פון זיינע תורות, אפילו די שיחתן של ת"ח ווערט אפגעדרוקט.
99 פראצענט טאטענ'ס חסידים זענען בייי אים
ר' זלמן לייב
?????????????????????
שטייט אויף, גייט דאווענען, עסט זיך גוט אן. און וואס טוט מען ווייטער????????? מאנטאג און דארנעשטאג שטיפט מען אביסל אין שפיטאל (פארט איז דארט דא טי ווי בחינם) און למען השם וואס טוט מען ווייטער?????????? לענרען האלט ער דאך נישט דערביי, קוויטלעך צו קומען האלט דער עולם נישט דערביי. רבנים טרעטן כמעט נישט אריבער די שוועל, אויב יא איז ביטערע בזיונות.
תשנ"ט ווען ער איז געווען רב איבער גאנץ ברוקלין (ס'קאסט מיר א לאך ווען איך דערמאן זיך אין זיין לעדערהעט דאס ווארט ברוקלין) האט ער זיך נישט פארגעשטעלט אז עד סוף ימיו וועט ער מיזן פירן טיש פרייטאג צו נאכטס פאר 15 אידן (פארגעסט נישט, סאטמארע רבי) קען נישט גיין שלאפן פרייאג צו נאכטס פרי, קען נישט מער שטיפן די צייט מיט אלע סארט פאליטיק, ער דארף זיצן אויבן אן פאר דריי שעה, ער ווערט נעבעך משוגע דארט.
דארף זיך צוגרייטן א תורה יעדע פרייטאג צו נאכטס, שלוש סעודות, און ער קען עס נישט גנב'נען פון א ספר ווי ער האט אמאל פראבירט, מ'כאפט דאך אים גראד.
יעדעס מאהל וואס עפעס אביסל אן ערעסנטע רב איז זיך מרחם און קומט צו אים, דארף ער שוויצן גאנצעטע טעג פארדעם.
מ'קען מער נישט שטיפן אין ביהמ"ד ביז 12-1
ער איז געווארן ללעג און לקלס פאר צענדליגע טויזענטע מענטשן.
יעצט פארשטייען מיר שוין די חילוק פון די צוויי רבי'ס.
יעצט לאמיר צוריקגיין צו די חסידים.
די חיסידים זענען נישט קיין טיפשים. די זאלי'ס זעהן ווי די ארונים לעבן, ווי עס גייט זיי גוט מיט זייער לעבן. מ'לעבט מיט'ן רבי'ן, מ'אטעמט מיט'ן רבי'ן.
דאס האלטן ענק נישט אויס
דער סקעווערע רבי פירט הערליכע טישן, די בעלזא פירט א שטארקע חסידות, דער גערער פירט א ריזיגע חסידות. אבער אז אהרן פירט סיי הערליכע טישן, פירט א שטארקע חסידות, איז יד גרעסטע רבי. און ועל כולם, ער האט נישט קיין מינוט מנוחה. וועלכע נאך רבי ווען א ת"ח אדער א רב קומט צו אים, גייט ער אליינס אריבער צו די בית השחיטה ווי ר' מאיר בראנסדורפער, און ווייזט אים זיין בעבי?
דאס האלטן ענק נישט אויס
200 מענטשן האבן געצאלט 6500 צו קענען פארן מיט די נסיעה. 700 מענטשן האבן שוין געגעבן די געלט פאר די מקווה טהרה, געשאפט קרוב צו 40 מיליון דאלער פאר די וויליאמסבורגע מוסדות אין ווייניגער פון א האלבע יאר. די ארונים לאזן זיך קאסטן פאר זייער רבי.
דאס האלטן ענק נישט אויס
מ'האט אים מספיד געווען אין גרויסן. דער ר' אהרן איז דערנאך. אבער גיב נאר א קוק. ער וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט זיין גרעסער. ענק האבן אים אנטשטאט צו באגראבן, האבן ענק אים אויפגעבויעט 30 מאהל שטערקער.
דאס האלטן ענק נישט אויס
מ'האט גע'ארבעט מיט קעסל און כלים אז ער זאל ווערן אפגעפרעגט ביי אלע רבנים ערגער פון ר' מעכל ניקלעשבורגער. אז יעדער זאל זיך שעמען צו שטיין מיט אים אין ווארט. אבער א מכה. יעדער רבי וואס קומט קיין אמעריקא ווייסט אז ער דארף זיך דאס ערשטע טרעפן מיט ר' אהרן אין קרית יואל. אפילו דער פשעווארסקער האט זיך געטראפן מיט אים. (ביי די וועי, י.ו. איך האב שוין געקויפט א גראז שניידער. געדענקסט וואס דו האסט מיר געזאגט אז ר' לייבוש וועט זיך טרעפן מיט ר' אהרן ווען אויף מיין האנט פלאך וועט וואקסן גראז. אלזא איך האב שוין געקויפט א גראז שניידער) דער סקולענער וועט ער האט זיך דערזעהן מיט אים האט ער זיך מחיה געווען.
דאס האלטן ענק נישט אויס
וויפיל ענק האבן נאר נישט געוואלט אינטערגראבן די אריזאנע ווייץ, עס ווערט מער און מער אויסגעשפרייט ביי די היימישע עולם און רבנים. מענטשן ווילן נישט עסן די מפוקפוק'דיגע מצות וועלכע קומט פון די "מסורה" לאנג איילענד (פארגעסט נישט, די בעל שם האט דארט אויך געשניטן די ווייץ).
דאס האלטן ענק נישט אויס
אוי די פלייש. איך גיי נאר זאגן דא "קראכט". נאך אלע בילבולים, זענען ענק געבליבן ווי דער נער פון ווארשע. יעדער לאכט שוין פון ענק. מענטשן וועלכע האבן מיט סאטמאר גארנישט איינגעשטויסן, מענטשן וועלכע האבן נישט געגעסן קיינמאל קיין בהמה פלייש. יעדע קרייז, ליטווישע, חסידישע, ספרדישע "יעדער" ווייטס אז דאס איז די מהודר'יגסטע פלייש וואס עס איז נאר דא. עטץ קענסט זיך איבערקאצקען 287 מאהל, עס איז א פאקט. וואס יעדער חוץ פון די נערישע זאליס-בני יואל ווייסן.
וויפיל מ'האט נאר פראבירט מיט די מקווה, מסירות, מלשינות, חוזק געמאכט. עס האט ענק גארנישט געהאלפן. אינגע ווי עלטערע זענען געשטאנען אין די שורה'ס צו געבן געלט. יא! מ'איז געשטאנען שעות צו קענען "געבן" געלט, נישט נעמען. אזא זאך איז נאך קיינמאל נישט געווען.
און נאך. ועוד חזון למועד.
_________________
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/02/2011 22:59:00