היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מסע הקודש "בעבור אבותינו"

מסע הקודש "בעבור אבותינו"

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2873353

קהל_יטב_לב » 1/2/2011 17:23

צילוב די שוועער וועטער'ס - וואס האט פאראוזאט פליגער קענסעלעישאן'ס, איז מרן רבינו שליט"א מיט א טייל פון די פמליא אפגעפלויגן היינט פארטאגס קיין מיאמי פון ווי דער רבי שליט"א וועט אי"ה ארויספליען נאכמיאטג אויף פראנקפורט.

דער רבי שליט"א איז אפגענומען געווארן אין לופט פעלד אין מיאמי דורך הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו אין וועמענס דירה דער רבי שליט"א וועט וויילן ביז נאכמיטאג.

פרטים יבואו

מלך_מלכים » 1/2/2011 18:16

וויאזוי רופן ענק עס נאר?

יא כאמיך דערמאנט נאסע מאסע

מישמאש » 1/2/2011 19:28

הויעכער געשעצטער קעניג די נאמען נאסע מאסע אויף א נסיעה ריפט מען נאר ווען א מן הארץ גייט זיך פיקשערען מיט רבי'ס, און רעדן מיט גדולי ישראל שטיתים מיט בארשט, און מאכען א האקעס פויקעס, א פיסטער שטורים ווינט און א גלעזעלע וואסער, צו ווייזען אז ער איז א יש,

משא'יכ ווען א צדיק, א רבן של ישראל פארט אויף א נסיעב אויס צו פוילן ישיעות און רפיאות הייסט דאס מסע המלכות, ודוק כי קצרתי 

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

השר_מקוצי » 1/2/2011 19:52

איך וואלט געוואלט בעטן דער מנהל , אז מען זאל באשטימען די אשכול, אדער עפענענן א נייע אשכול,
ווי מען זאל שרייבען נאר פרטים און פאקטן פון די נסיעה, אן די זייטיגע שטותים, א ווי, מלך און מישמאש שרייבען דא
עס איז דא א פארלאנג פון אסאך מענטשן עס מיטצוהאלטן פון דערווייטענס, און וויסן פינקטליך ווי די נסיעה האלט כסדר
עס זאל זיין א אשכול ווי נאר די וואס ווייסען אמת'ע און אינטערסאנטע פרטים איבער די נסיעה זאלן שרייבען


תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 01/02/2011 20:01:26

rebyankel » 1/2/2011 20:51

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

רבינו שליט''א האט זיך היינט אינדערפרי ארויסגעלאזט קיין פלארידא אין וועט פין דארט בעזהשי''ת אפרייזן ווייטער ביז סיגוט

די רבי שליט''א איז געווארען אפגעווארט אין לופט פעלד דורך אנ''ש וואס האלטן זיך דורט אויף אין איז געפארען מיט די קאר פין הנגיד הטפסר ר' יצחק מארקאוויטש צו שחרית אין קרעסטירער ביהמ''ד
Owly Images

rebyankel » 1/2/2011 20:52

אינאיינעם מיטן לאנג יעריגער ראש הקהל דקיט''ל הרה''ח ר' בערל הי''ו

Owly Images

rebyankel » 1/2/2011 20:53

שחרית אין קרעסטיר ביהמ''ד

Owly Images

rebyankel » 1/2/2011 20:58

דערנאך האט קרעסטירע רבי שליט''א מסדר געווען א קבלת פנים אין א לחיים בביתו נאווה
דארטן האבען זיך אויך באטייליגט זקני אנ''ש לאוי''ט וואס וויילן דארט אויף אפרוה אין זענען דורכגעגאנען געזעגנן ביי רבינו שליט''א אין רבינו שליט''א האט געליינט קוויטלעך
ווי אויך האבען באזוכט רבנים אין ר''י צווישען אנדערע הרה''ג ראש ישיבה מיאמי


ביים קבלת פנים
זיצענדיג רעכטס לינקס איז  קרעסירערע רבי שליט''א אין לינקס איז נאנאשער רב שליט''א
Owly Images

rebyankel » 1/2/2011 20:59

די זקני אנ''ש ביים געזעגנן
ווערט אויך געזעהן הגה''צ נאנאשער רב שליט''א

Owly Images

rebyankel » 1/2/2011 21:05

פין דארט וועט רבינו שליט''א פארען קיין סיגוט צו מתפלל זיין ביי קברי אבותיו אינאיינעם מיט א קבוצה נגידים וואס באשטייערן זיך להצלת האוהל הק' והביה''ח, אין אויפצובויען די מקוה טהרה ביי די קוואל פין רבותיה''ק מיט א ביהמ''ד וכו' במקום שתפללו אבותיו זי''ע

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיווה הוא הדרה

בילדער קרעדיט http://twitter.com/SatmarText/

 http://ow.ly/i/7JS5
 http://ow.ly/i/7JRZ
http://ow.ly/i/7JRx 
http://ow.ly/i/7JYc
  http://ow.ly/i/7JYm

rebyankel » 1/2/2011 21:16

rebyankel » 1/2/2011 21:19

מסע היסטורי: סאטמר חוזרת לסיגעט • מיוחד
עשירי סאטמר, ובראשם האדמו"ר, בדרכם לעיירה שבה התגוררו אבות החסידות • המטרה: גאולת בית-הכנסת, בית החיים ובית האדמו"רים • ויש תמונות היסטוריות
ישראל חבר ומנדי כץ, בחדרי חרדים 13:10 01/02/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
ה'ברך משה' בבית החיים סיגעט, לפני כיובל שנים    
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]4
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

אחרי 70 שנות חורבן, העיירה סיגעט קמה לתחיה.

בשעות הצהריים (ג) יעמוד האדמו"ר מסאטמר בראש המסע ההיסטורי לסיגעט, שבה התגוררו אבותיו, ראשי שושלת הזהב של החסידות הגדולה, עד לחורבן הנורא.

במרכז המסע, יפקוד האדמו"ר את ציון זקנו, בעל קדושת יום טוב מסיגעט, לרגל יום היארצייט, החל בכ"ט שבט.

במסע משתתפים נגידי החצר, שהוזילו מכיסם לכל הפחות 10,000 דולר לטובת חידוש בית-הכנסת, בית-החיים ובית האדמו"רים בעיירה, לאחר שנרכשו לפני כחודש על-ידי עסקני החצר, כדי למנוע את חורבנו הטוטאלי של המקום חלילה.

קצת היסטוריה
[בילד – נישט אפגעהיט]
בית רבני סאטמר. צילום: ארכיון סאטמר

העיירה סיגעט אומרת המון לחסידי סאטמאר בפרט, וליהודי הונגריה בכלל. זו היתה עיר ואם בישראל. שם נבנתה הישיבה הראשונה בהונגריה, ומשם יצאו מנהיגי יהדות הונגריה לדורותיהם.

בית-הכנסת הגדול של סיגעט נבנה בשנת תקע"ו - ועד מהרה הפך לסמל ביהדות הונגריה, כאשר בעל ה'ישמח משה' נשא שם את דרשותיו המפורסמות, ובהמשך גם בנו, אב"ד דראביטש.

מאז, הפך בית-הכנסת למקום מרכזי, עד חורבן הנאצים לפני 70 שנה.

בבית העלמין, שנגאל בימים אלו, טמונים ראשי השושלת של סאטמר, ואילו הבית שנגאל הוא אותו בית שבו נולדו ה'עצי חיים' וה'דברי יואל'. רבי שאול בראך, אב"ד קאשוי, העיד על בית זה כי יש בו אדמת ארץ ישראל.

בשנת תרי"ח, הוכתר ה'ייטב לב' לאב"ד סיגעט. הוא כיהן כרב העיירה במשך 25 שנה. לאחר פטירתו, כיהן בתפקיד בנו, ה'קדושת יום-טוב', אביהם של ה'עצי חיים' וה'דברי יואל מסאטמאר'.

בהמשך כיהנו כרבנים ה'עצי חיים', אביו של הברך משה מסאטמאר ואחריו בנו, רבי זלמן לייב הי"ד.

בשואה נחרבה העיירה - וסיימה 86 שנות רבנות של סאטמר.

זו הסיבה להתרגשות הגדולה, שגורמת גאולת המקום על-ידי קהילת סאטמר.

בעל הברך משה בבית החיים לפני 45 שנה

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 1/2/2011 21:20

האוהל
[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 1/2/2011 21:21

בתחילת שיפוץ האוהל

[בילד – נישט אפגעהיט] 



[בילד – נישט אפגעהיט] 

rebyankel » 1/2/2011 21:23

בית החיים. מחוצה לו, נראה גלעד לזכרון הרוגי סיגעט

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

בית-הכנסת, כיום
אינעם שוהל הויף

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

קברי רבותיה''ק זי''ע

[בילד – נישט אפגעהיט]
דער אוהל הק' פארן איבערבויען
[בילד – נישט אפגעהיט]

חומת בית-החיים

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 1/2/2011 21:23

שיפוץ בית-החיים

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט] 

rebyankel » 1/2/2011 21:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

 

השר_מקוצי » 1/2/2011 21:37

what is the lest 2 pic.?

_________________

השר_מקוצי » 1/2/2011 22:26

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2873362&whichpage=&forum_id=771#R_2
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

פשווארסק » 1/2/2011 22:28

http://www.zadikim.net/?p=5823



מסע היסטורי: שבת בעיירה סיגוט בראשות האדמו”ר מסאטמאר שליט”א


מודעה לשבת ההיסטורית

מודעה לשבת ההיסטורית

רגשות של קדושה עוטפת את קהל חסידי סאטמאר עם הישמע בשורת מסע הקודש “בעבור אבותינו”



כאשר אנו עומדים זה כשבועיים לפני המסע ההיסטורי במטרה לשמר ולשפץ את בית הכנסת העתיק ששימשו ברבנות את האדמורי”ם לבית סאטמאר המכונים “עצי הצמרים”

האדמו”ר יערוך את נסיעתו לרגל הילולת זקנו בעל הקדושת יו”ט זי”ע, ובד בבד יהווה הנסיעה כמוקד ההתרמות והקמת קרן לצורך השיפותים הנרחבים שכבר החלו במלא העוצמה כאשר האדמו”ר מנצח על העבודה ומתעניין בפרטי פרטים, כאמור באשר לנסיעה ההיסטרית ישנה היענות רבה בקרב יוצאי העיר סאטמאר וצאצאיהם, כמו”כ חסידי האדמו”ר לא יוורו על הנסיעה ההיסטורית,

מודעה לרגל הנסיעה ההיסטורית

מודעה לרגל הנסיעה ההיסטורית

השיירה תעשה את דרכה בראשות האדמו”ר שליט”א ביום שלישי בערב אור ל- כ”ז שבט לכיוון העיר סיגוט וישובו ביום ראשון ב’ אדר א’, במטרה ליישם את פרוייקט ההצלה והשיקום לכבוד אבותיו הק’.

פשווארסק » 1/2/2011 22:30

Zmanim in
Romania > Maramures > Sighetu Marmatiei

http://www.myzmanim.com/day.aspx?lang=he&vars=88182223

סקאטמאלען » 1/2/2011 23:31

לזכוי הרבים,

ספר "מצבת קודש" מהרב יקתואל יודא גריוולד, יליד סיגעט, ובסוף ימיו בעיר קולומבוס אוהיאו שבארה"ב,
קורות סיגעט, זייער אונטערסאנט לוינט צו דורכליינען

http://www.hebrewbooks.org/7057

היראים » 2/2/2011 00:40

 

 

ווארט פון מערכת בחצרות סאטמאר:


לאור פקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איבער דעם גרויסן הייליגקייט פון קברי צדיקים וקדושים שרפי מעלה זי"ע, כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש היא, און ווי אומפאסיג ס'איז אריינצוברענגען פאטאגראפיר מאשינען א.ד.ג. אין אזא מקום קדוש ונורא, מעלדן מיר פאר אונזערע חשובע ליינער אנ"ש איבער דער גארער וועלט, אז מיר וועלן אי"ה באגלייטן די מסע הקודש פון כ"ק רבינו שליט"א ופלמייתו הנכבדה קיין סיגוט בלויז מיט נייעס באריכטן, און נישט קיין בילדער, ולעשות רצון צדיק חפצנו.


וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם, און דער רבי שליט"א זאל פועל'ן פאר אונז אלע און פאר גאנץ כלל ישראל רפואות וישועות, געזונט פרנסה נחת, און די גאולה שלימה בב"א.


מיט כבוד
המערכת

 

 

•·•·•·•·•·•

היראים » 2/2/2011 00:43

פשווארסק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
http://www.zadikim.net/?p=5823




כ'האב געטראפען אויף זייער וועבסייט א שיינע קליפ
פין די הייליגע אוהל אין שטאט אוהעל
לויטן פלאן וועט רבינו שליט''א פוקד זיין דעם ציון הק' נאך שב''ק אי''ה


די אלטע בית החיים אין אוהל ווי עס ליגט דארט דער הייליגער ישמח משה זי''ע אינאיינעם מיט ר' סענדר'ל מ'קאמארנא זי''ע
איז ב''ה אינטער די בעלות פין די סאטמערע חברה קדישא
ווי זיי האבען ציגעשטעלט א פיינע מקוה מיט אלע הצטרכת'ן

תוקן על ידי היראים ב- 02/02/2011 00:58:18

היראים » 2/2/2011 00:44

zadikim » 2/2/2011 01:56

מסע היסטורי: שבת בעיירה סיגוט בראשות האדמו”ר מסאטמאר שליט”א

מסע היסטורי: שבת בעיירה סיגוט בראשות האדמו''ר מסאטמאר שליט''א

נסיעת האדמו"ר בראשות נגידים ופילנטרופים • שבת התוועדות בעיירה סיגוט • נסיעה למקומות הקדושים

בלינק שלפניכם http://www.zadikim.net/?p=5823

_________________


ויואמ_אמת » 3/2/2011 21:10

כ'האב געהערט דעם רבין'ס דרשה זינטוג ביים גרויסן צאתכם לשלום אין ראוז קעסיל האב איך געזעהן אז די קומט א נסיעה צום געדענקן, די רבי האט גערעדט מיט אזא בענקשאפט אין ציטער אז מ'האט געהאט די זכי צו ראטווען די הייליגע ציונים מיטן גאנצען בית החיים אין יעצט וועט מען דארט באזוכן אין מתפלל זיין, אין לייגן א אבן הפנה במקום שהתפללו אבותיו ורבותינו זצ''ל (אגב, איך זיך נאך די דרשה כ'האף ס'וועט זיין געדרוקט די וואך אין קול התאחדותינו)  אבער רעדענדיג צו אנוועזענדע ביי די מיט די נסיעה גיבט ער מיר איבער די התעוררת וואס האט זיך געטוהן אין אוהל היינט איז נישט מעגליך צו אראפצולייגן, שוין נעכטן אין אוהעל איז געווען עפעס נישט באשרייבליך אבער היינט אין סיגוט איז געווען ווייניג טרוקענע אויגן, דער רבי שליט''א האט געבעטן בנו אב''ד סאטמאר וומ''ס זאל זאגען אפאר ווערטער פאר מ'האט מתפלל געווען אין דערנאך האט געזאגט די תפילה פין ישמח משה אין דערנאך תהילים, מ'האט עס געקענט אביסל מיטהאלטן אויף קול מבשר'ס לייוו הואקאפ (מן הסתם אויך אויף קול סאטמאר) די התעוררת וואס דארט האט זיך אפגעטוהן האט נישט קיין אויסדרוק, די תפילות זענען בוקע רקיעים, יעצט קומט דארט פאר די יארצייט סעודה מיט אלע געסט מ'קען עס מיטהאלטן אויף קול מבשר


מ'זאל האבען געפועלט אלעס גיטס


תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 03/02/2011 21:23:50

קליפ » 3/2/2011 22:31

קליפ » 3/2/2011 22:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 3/2/2011 22:45

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 3/2/2011 22:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 3/2/2011 22:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

פשווארסק » 4/2/2011 20:17

פשווארסק » 4/2/2011 20:17

מסע הקודש “בעבור אבותינו” לעיירה סיגוט בעיצומה

מיד עם הגעתו של האדמו”ר לפרנקפורט שבגרמניה, קיבלו את פניו הרב המקומי וראשי הקהילה היהודית במקום, לאחר מכן המשיכה השיירה בראשות האדמו”ר שליט”א

מודעה בקשר לנסיעה לסיגוט

מודעה בקשר לנסיעה לסיגוט

בטיסה לבודאפסט שבהונגריה, עם הגעתם שבודאפסט עשו את דרכם למלון בשדה התעופה שהוחכר אולם כנסים לצורך עריכת התפילות וסעודת פת שחרית, אכן בראשונה עמדו להתפלל תפילת שחרית, לאחר התפילה קיבלו את פני האדמו”ר האורחים שהגיעו מהארץ ואירופה בברכת שלום.
לאחר תפילת שחרית הכינו המארגנים סעודת פת שחרית ברמה של חמישה כוכבים, דבר מפליא על כושר ארגון למופת, בהכנת כל צרכי הסעודה והדאגה לכל פרט אפשרי. לאחר מכן החל המסי בשלבי דרייב, כאשר עשו את דרכם לעיירה אוהעל שברומניה, כאשר כל הדרך מלווה באווירה עילאית.

ההתעוררות הגיעה לשיאה כאשר הגיעו לאוהל הקדוש של ראש השלשלת מרן בעל הישמח משה זי”עעם הגעתם החלו בתפילת יהי רצון כמו כן התפילה שחיבר בעל הישמח משה, לאחר מכן החלו בקריאת מזמורי תהלים פסוק בפסוק בהשתפחות הנפש מ מזמור צ’ עד ק”ח כנהוג.

לאחר סיום אמירת התהלים פתח האדמו”ר באמירת קדיש ולאחר מכן החלו בשיר האהוב על אביו ה”ברך משה”
לאחר מכן התפללו תפילת ערבית במקום.
משם המשיך האדמו”ר שליט”א עם הפמליא לעיר אבותיו סיגוט שברומניה, כאשר קבוצה חלקית עשתה את דרכם ביינתיים לקערעסטיר לציון קדשו של ר’ ישעי’לע

מסיבת לחיים

מסיבת לחיים

מקרעסטיער זי”ע.

היום יום חמישי בבוקר לאחר לימוד של כשעה החלו תפילת שחרית בשעה 9.30 לאחר התפילה התקיימה במקום מסיבת לחיים לרגל ההילולא קדישא של בעל “קדושת יום טוב” זי”ע. האדמו”ר שליט”א השמיע דברי התעוררת ולאחר מכן עשו את דרכם לבית העלמין אל האוהל הק’ שם מקום מנו”ק של אבותיו ורבותיו הקדושים זי”ע.

לאור קריאתו של האדמו”ר לא לצלם תמונות נכון לשעה זו התמונות שהתקבלו במערכת הינם מעיתון רומני http://www.informatia-zilei.ro

*-- see gallery_shortcode() in wp-includes/media.php *

קליפ » 6/2/2011 07:33

* width="640" height="505"><*

_________________

קליפ » 6/2/2011 07:34

היראים » 7/2/2011 20:20

בשעה טובה ומוצלחת:

מרן רבינו שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די מסע הקודש "בעבור אבותינו" צו די שטאט סיגוט

 

ווי געפלאנט האט דער רבי שליט"א און די פמליא געדארפט ארויסרייזן  נאכמיטאג קיין פראנקפורט און פון דארט קיין בודאפעסט, אבער צילוב די שווערער וועטער איז דער פליגער געווען צווישן די פולע פליגער'ס וועלכע זענען אפגעלייגט געווארן.

 

 דעראיבער איז היינט פארטאגס אום 6:00 אזייגער מרן רבינו שליט"א ארויסגעפלויגן פון נוארק לופט-פעלד קיין מיאמי פלארידא.

 

תיכף ווען דער רבי שליט"א איז אנגקומען איז דער רבי שליט"א צוגעפארן מיטן קאר פון הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו צום קרעסטירער ביהמ"ד ווי רבינו שליט"א איז אויפגענומען געווארן דורך זקני אנ"ש וועלעכע געפונען זיך דארט אין די ווינטער חדשים, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען שחרית, נאכען דאווענען זענען די זקני אנ"ש דורכגעגאנגען ביי מרן רבינו שליט"א לברך ולהתברך.

 

דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אריבער אויף א מסיבת לחיים צום שטוב פון קרעסטירער רב שליט"א.

 

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו ווי רבינו שליט"א האט געגעסן פת שחרית, דערנאך איז הרה"ג ראש ישיבה דמיאמי שליט"א אריבערגעקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א, דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום שטוב פון מוה"ר אנשיל פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי שליט"א האט ארויפגעלייגט א מזוזה.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויסגעפאהרן צום לופט פעלד ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה אין א פריוואטע צימער.

 

אצינד איז רבינו שליט"א אויפן וועג קיין פראנקפורט פון ווי דער רבי שליט"א וועט פאהרן קיין בודאפעסט און פון דארט קיין איהעל.

 

=כי מלאכיו יצוה לךלשמרך בכל דרכיך=

היראים » 7/2/2011 20:22

מסע הקודש בעבור אבותינו

 =ערשטער טאג - יום ד' פר' תרומה=

אצינד וועלן מיר ממשיך זיין מיטן באריכט ווי מיר האבן געהאלטן.

 

פון פראנקפורט איז מרן רבינו שליט"א מיט די פמליא אפגעפלויגן קיין בודופעסט ווי מען איז צוגעגאנגן צום "עירפארט האטעל" און מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית, דערנאך זענען די אלע באטייליגטע געסט פון ארצינו הק' און אייראפע וואס זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן די דערהויבענע נסיעה  דורך געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט"א.

 

גלייך דערנאך איז סערווירט געווארן א ברייטע פרישטאג און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה און זיך ארויס געלאזט קיין אוהעל.

 

גאהר גרויס איז געווען די התעוררות וואס האט זיך געשפירט אריינקומענדיג אונע'ם אוהל הק' פונעם ראש השלשלת מרן בעל הישמח משה זי"ע ווי תיכף ווען מען איז אריינגעקומען אין אוהל האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן דעם יהי רצון און אויך די תפלה וואס דער הייליגער ישמח משה האט מחבר געווען, און דאן האט מען געזאגט תהלים מיט השתפחות הנפש פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ח כנהוג.

 

 מיט געוואלדיגע בכיות וואס האט געשפאלטען הימלען האט מען געזאגט דעם  יהי רצון לאחר אמירת תהלים, דאן האט דער רבי שליט"א געזאגט קדיש און דערנאך האט מען געזינגען אני מאמין.

 

 דערנאך האט דער רבי שליט"א פאר א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך בפרטית פונעם גאנצן ציבור, דאן האט זיך די רבי שליט"א משתטח געווען אויפ'ן ציון הקדוש, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב אין אוהל הק'.

 

דערנאך איז דער ציבור ארויס פיל מיט בטחון אז מען "האט געפויעלט אלעס גוטס".

פון דארט איז דער רבי שליט"א און די פמליא געפארן צום עיר האבות סיגוט, און א טייל עולם איז געפארן קיין קערעסטיר צום ציון הקדוש פון ר' ישעי'לע זי"ע.

דאן אנגעקומען א חלק פונעם עולם וואס האט נישט עספעיט אנצוקומען קיין אוהעל צוליב די שפעטונגען פון די פליגערס.

 

מארגען-דאנערשטיג אינדערפרי וועט מען זיך אי"ה שטעלן דאווענען שחרית אום ,9:30 נאכען דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן קדושת יום טוב זי"ע ווי נכדו מרן רבינו שליט"א וועט אי"ה משמיע זיין דברי התעוררת און דערנאך וועט מען אריבער גיין צום אוהל הק' פון מקום מנו"ק פון רבויתינו הקדושים זי"ע.

 

אין אלע צענטרען איבער די וועלט וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאמען נעמען און די זעלבע צייט וואס דער רבי שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון און מען וועט צוזאמען איינרייסן פאר גאנץ כלל ישראל להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

 

אין קרית יואל וועט אויך אי"ה זיין א מנין תהלים ציונים איןאוהל הק' פון רבותינו הק' זי"ע.

זכותו הגדול יגן עלינו און פועלט אויס אלעס גוטס

 

היראים » 7/2/2011 20:56

צווייטען טאג פון "מסע הקודש בעבור אבותינו" אין שטאט סיגוט

ארום 10:30 אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אין דעם זאל פון קאראנא האטעל, ווי דער רבי שליט"א האט ביי קריאת התורה גומל געבענטשט און מוציא געווען דעם גאנצען ציבור.

 

ארום 15 מינוט נאך תפילת שחרית איז דער רבי שליט"א אריין געקומען צום מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק מרן בעל הקדושת יו"ט זי"ע.

 

עס זענען געזונגען געווארן ניגוני התעוררות און נאכן וואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש דברי התעוררות פארן ארויף גיין צום ציון המצוינת און מאכן די ריכטיגע הכנה.

 

דער רבי שליט"א האט בתוך דבריו ערווענט אז דער גרויסער בעל הילולא האט בחיים חיותו געפוילט ישועות ורפואות פאר כלל ישראל איז אוודאי אצינד לאחר פטירתו פויעלט ער בשמי מעל לנו לכל ישראל.

♦♦♦


היראים » 7/2/2011 20:58

♦♦♦

 

עליה לציון הק' ביומא דהילולא

דערנאך האט דער גאנצער ציבור שפאצירט צום בית החיים פונעם שטאט זיך משטח זיין אויפן ציון קודש הקדשים פון היילגען קדושת יו"ט ביומא דהילולא, אינעם אוהל הק' מקום מנו"ק פון מרנן ורבנן רבותינו הק' לבית סיגוט.

 

אנקומענדיג צום בית החיים האט זיך אנפלעקט פאר די משתתפים א הערליכער בילד דער אוהל הקדוש איז גענצליך רענעווירט געווארן און העכער געמאכט אויף א מייסטערהאפטיגע אופן, עס האט זיך בפועל אנגעזעהן די שווערע הארעוואניע וואס די חשובע עסקנים ובראשם הרב יוסף מייזליש שליט"א לייגן אריין די לעצטע שטיק צייט.

 

אן ערענסטקייט האט געהערשט אינעם פול געפאקטן אוהל ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען, צוערשט האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט ביי די ציונים פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע און מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע און פון הגה"ק ר' משה יוסף זי"ע און פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, דערנאך האט דער רבי שליט"א בקול בכי פארגעזאגט די תפלה פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה, דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגדול הגה"צ וויליאמסבורג'ער רב שליט"א.

 

דער רב שליט"א האט אנגעהויבן מיט די ווערטער וואס דער רבי זאל זיין געזונט האט דערמאנט ביי די לחיים אז א צדיק וואס האט  בחיים חיותו האט געהאלפן אידען איז אוודאי אז לאחר פטרתו העלפט ער, דערמיט האט דער רב שליט"א מרעיש עולמות געווען אז דער גרויסער בעל הילולא זאל זיך אומקוקען אויף אונז, זיינע אייניקלעך ,און תלמידים און פועלן ישועות און רפואת און זש"ק.

 

עס איז נישט געווען א טריקען אויג אין אוהל הק' בשעת דער רב שליט"א האט בקול בכי מעורר געווען די באטייליגטע איינצורייסן אויף אלעס וואס מ'ברויך דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן קאפיטל צ' כנהוג.

 

גרויס איז געווען דאס התעוררת און השתפכות הנפש בשעת ווען רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילם ובפרט ביי די יהי רצון לאחר אמירת תהלים.

 

נאך קדיש און משניות האט דער ציבור אנגעהויבן אריבערגיין פאר רבינו שליט"א איבערצוגעבן די קוויטלעך אזוי אויך די קוויטלאך וואס אנ"ש האבן מיט געשיקט וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו צוויי שעה.

 

נאכן ענדיגן ליינען קוויטלעך האט דער רבי שליט"א זיך משטתח געווען אויףן ציון פונעם בעל ההילולא זי"ע און דערנאך אויף די ציונים פון הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע און הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.

 

אום 4:00 אזייגער נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז ארויס פון אוהל הק' האט זיך דער רבי שליט"א ארומגעקוקט אויף די פריש רענאווירטע געביידע פונעם אוהל הק' און שטארק מעריך געווען די שווערע ארבייט פון די איבערגעגעבענע עסקנים.

דאן האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם ביה"ח.

 

זכותו הגדול יגן עלינו און מ'זאל האבען געפוילט אלעס גוטס

♦♦♦

 

עריכת השולחן הטהור לרגל די יומא דהילולא קדישא

 

פונקליך אום 6:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריין געקומען צום שולחן הטהור אין דעם קאראנא האטעל, ווי ס'איז סארווירט געווארן א סעודה כיד המלך פאר די אלע אורחים חשובים.

 

די קאפעליע האט געזונגען ניגוני התעוררות כנהוג ביומא דהילולא.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דקהלתינו הק' אין ב"פ וואס האט ארויס געברענגט די חשיבות פון אפקויפן דעם בית החיים.

 

דערנאך האט אויפגטרעטן הגה"צ ווילאמסבורגער רב שליט"א, וואס האט ארום גרעדט איבער די גרויסקייט פון זיין שבת אין סיגוט במקום שהתפללו בו אבותינו.

 

נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות ציווישן אנדערע מכתם לדוד געזונגען דורך הרה"צ ר' יוסף מייזליש שליט"א, האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש

דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, וואס דער ייטב לב ברענגט אויף דעם דעם פסוק צדיק כתמר יפרח אז צדיקים זענען מעורר אפי' פון דערווייטענס און דער עצי חיים איז מוסיף אז כ"ש לאחר פטירת הצדיק, און האט מאריך געווען פון דעם גרויסקייט און מסירות נפש פון דעם בעל ההילולא.

 

דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן אזוי שיין צוריק אויפגעשטעלט דעם אוהל און זענען ממשיך מיטן עבודת הקדוש ביים ביהמ"ד.

נאכן בענטשען האט מען געדאוונט מעריב.

 ♦♦♦

 

 

ויושר יליצו בעדינו חיות אש

היראים » 7/2/2011 21:05

מרן רבינו שליט"א אין פלארידא אויף וועג צום "מסע הקודש" אין שטאט סיגוט

 

 

רבינו שליט"א אין פלארידע אין קאר פון הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו

 

זקני אנ"ש נעמען שלום פון רבינו שליט"א ווערט געזען ראש הקהל דקהלתינו ר' בערל פרידמאן הי"ו

 

רבינו שליט"א ביי תפילת שחרית אין ביהמ"ד קערעסטיר

 

 

זקני אנ"ש געבען איבער קוויטלאך פאר רבינו שליט"א פארן פארן צום שטאט סיגוט

 

 

רבינו שליט"א ווערט ארויס באגלייט אויפן וועג צום לופט פעלד

♦♦♦

rebyankel » 7/2/2011 23:24

די רבי שליט''א האט זיך היינט ציריקגעקערט קיין ניו יארק
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה כו'


theחדשות » 8/2/2011 00:09

די ערשטע סטאפ וואס די רבי האט געמאכט 6 אזייגער פארטאגס איז פארשטייט זיך געווען זיין באליבטע ישיבה צו זעהן די בחורים וועלכע ער האט זיך אזוי געבענקט נאך זיי, זיצן על התורה ועל העבודה

_________________


FiveBoro » 8/2/2011 02:23

נאר א צדיק הדור קען דאס באווייזן, נאך א לאנגע נסיעה פון 6 טעג + א וועג פון 12 שעה, גראד צוגעפארן צו די ישיבה ווי ער דינט אלץ ראש ישיבה און דערנאך זיך געזעצט לערנען, און דערנאך געגאנגען דאווענען און אנגעגאנגען זיין סדר היום אין ישיבה ווי געווענדליך, און ער נעמט נאך אויף קוויטלעך היינט ביינאכט, 

היראים » 8/2/2011 19:34

פאלגענד איז דער באריכט פון ביז ווי מיר האבן באריכטעט די פארגאנגענע וואך.

 

פרייטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א צושפאצירט צו די  דעם שטח פון שול-הויף, ווי עס איז דאן פאהרגעגאנגען די לעצטע הכנות אנצוגרייטן דעם גרויסן שאטער פאר די תפלות דוירכאויס דעם גרויסארטיגן שב"ק, ווי דער רבי שליט"א האט געצייגט מיט התרגשות פאר די עסקנים וואס האבן אנגעגרייט דאס מקום פון די ביהמ"ד די ארט פון די מקוה ווי מ'קען נאך זעהן דעם בור מיט די טרעפ, דאס פלאץ פונעם הויז און נאך.

 

‫‫די היסטארישע שבת בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א אין שטאט סיגוט, רומעניע ביים מסע הקודש "בעבור אבותינו" 

 

‫‫אום 5:18 בזמן כניסת השבת האבן שוין די "סיגוט'ער גאסן" געווירבעלט מיט אידן אנגעטוען מיט בגדי שבת, מיט נגידי אנשי שלומינו וועלכער האבן געהאט די זכי' זיך מסתופף זיין ביים אט דעם געהויבענעם און היסטארישן שבת, וואס זענען געגאנגען צום גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט אלע באקוועמליכקייטען אויף א רייכען פארנעם ווי אויסגעפלאסטערט די ערד, הייצונג, וכדומה, אינעם שול-הויף "במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק'" אויפ'ן שטח ווי דער בית המדרש איז געשטאנען על תילה בנוי' פארן חורבן.

 

ארום א דריי פערטעל שעה נאכן זמן איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפלת מנחה, וועלעכע איז אריבער מיט א גרויס דערהויבענקייט.

 

‫‫נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ר"י מהרי"ט ב"ב, וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון דעם מקום, אויסרעכענענדיג די רייכע היסטאריע וואס איז פאראיבער אויף די הייליגע שטאט, און וויפיל אידן זענען געהאלפען געווארען אויף דעם פלאץ, און וואספארא הייליגע אידן האבן דא געדאווענט  און געוואוינט, און אז אונז האב מיר די זכי' צו דאווענען אויף אזא ארט, און אויך אז ס'איז זיכער אז רבותי"ק זענען דא בתוכינו.

 

‫‫מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן הר"ר יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, מזמור לדוד הבו לה' איז געזאגט געווארן פסוק בפסוק כמנהג בית סיגוט און ביי די ריקודין פון בואו בשלום האט געהערשט גרויס התרגשות.

 

‫‫נאכדעם וואס דער גאנצער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן פאר'ן רבי'ן שליט"א איז דער ציבור אריבער צום קאראנא האטעל ווי עס איז צוגעגרייט געווארן א גאהר רייכע סעודת שב"ק כיד המלך לכבוד די נגידים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאר סיגוט, און די זאל איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם ספעציעל צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.

 

‫‫איידער דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די סעודת ליל שב"ק, איז געזינגען געווארן ווארעמע שבת ניגונים פאר א ריכטיגע הכנה אנגעפירט דורך די משוררים בחצרות קדשינו וועלעכע האבן דוירכאויס דעם שבת אנגעפירט מיט די זמירות וניגונים, און דערנאך האט הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה, ווי דער רב שליט"א האט ערווענט אונזער גרויסע זכי' וואס מ'האט אצינד צו פראווען דעם שב"ק אין אזא גרויסע ארט.

 

‫‫‫דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין זאל צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם צוזאמען מיט'ן ציבור , ווען דער עולם זינגט מיט מיט גרויס התעוררות שפירנדיג אין די לופט די געהויבענקייט פונעם מאמענט.

 

‫דער סעודה איז געפראוועט געווארן אויפ גאהר א געהויבענעם פארנעם, די רוחניות'דיגער אטמאספערע וואס האט געהרשט אינעם זאל דוירכאויס די גאנצע צייט איז אומבאשרייבליך, במשך די סעודה האט דער רבי שליט"א דערציילט עובדות וסיפורים פון אבותיה"ק ורבותיה"ק לבית סיגוט, און פון די שטאט סיגוט מיט איר רייכע היסטאריע.

 

מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הר"ר אהרן טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א.

 

‫‫ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק פון ויקחו לי תרומה – לי לשמי, און ארומגרעדט אין די סוגיא פון שינוי השם אז די אידן זענען געווארן א ממלכת כהנים וגוי קדוש, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס מיר פארמאגן געפונענדי'ג זיך אין שטאט סיגוט אין די טעג פון די הילולא.

 

‫‫מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, און מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א, און דאן האט דער רבי שליט"א פארציילט נאך עובדות וסיפורים פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.

 

‫‫מיט קה רבון איז מכובד געווארן הר"ר יואל האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו ב"פ שליט"א, און מיט אז ביום השביעי איז מכובד געווארן הר"ר משה הורוויץ שליט"א חתן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, ווי דער עולם האט דערנאך געטאנצן א לענגערע וויילע מיט התרגשות.

 

‫‫דער טיש האט זיך פארענדיגט ווען עס איז שוין געווען עטוואס נאך צוויי אזייגער, אבער דאך איז דער עולם נאך געווען אינטערן רושם וואס האט צוגעברענגט אז עס האט זיך פארמירט קליינע באטעס ביי די אכט האטעלען ווי דער עולם איז געווען צושפרייט איבערען שטאט.

 

‫‫וביום השבת

 

פאר'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א מנין תהלים אין שאטער, און בערך אום 9:30 אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, מיט פסוקי דזמרה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אין בארא פארק, מרן רבינו שליט"א איז כנהוג צוגעגאנגען צו שחרית און הלל, און נאך שחרית האט הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד ישמח משה בק"י, אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון געבן געלט צו ראטעווען דעם מקום קדוש – מקום מנו"ק פון רבותיה"ק זי"ע אין סיגוט, זאגענדיג אז ווען איינער זאל זאגן אז מיר קענען אצינד א טובה טוהן פאר'ן הייליגן קדושת יו"ט זי"ע וואלט יעדער געגעבען כל הון דעלמא צו קענען טוהן א טובה, און יעצט אז מיר קענען ראטעווען דעם בית החיים דארף יעדער טוהן כל מה שביכולתו זיך אנצושטרענגן מיט גרעסערע סכומים, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט ספעציעל די זכות פון הר"ר יוסף מייזליש שליט"א נכד חביב פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכער איז דער בריח התיכון פון דאס איבערמאכן דאס אוהל און איינהאנדלען דעם שטח פונעם שול-הויף אין סיגוט.

 

‫‫נאך די דרשה האבן זיך די באטייליגטע נגידי ונכבדי קהלתינו הקדושות פריש אנגעשלאסן מיט נייע סכומים און הוספות לטובת די ביה"ח אין די שטאט.

 

‫‫מיט פתיחה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד אבני צדק ק"י, און הר"ר יוסף רוקח שליט"א חדב"ן, און אלס בעל קורא האט געדינט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן מרן רבינו שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.

 

‫‫מיט כהן איז מכובד געווארן הר"ר יואל בן הר"ר יוסף מייזליש שליט"א, לוי הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן שליט"א, שלישי הגה"צ אב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, רביעי הגה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, חמישי הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, שישי מרן רבינו שליט"א, שביעי הגה"צ ר' אשר מרגליות שליט"א פון וויען, אחרון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומ''ס שליט"א, מיט מפטיר איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' חיים צבי שאהן הי"ו פון בארא פארק.

 

‫‫מיט הגבה ביים ערשטן ספר איז מכובד געווארן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א  חדב"ן ורב ביהמ"ד ויואל משה - ברך משה בק"י, און מיט גלילה החתן יואל אשכנזי שליט"א נכד מרן רבינו שליט"א, מיט הגבה ביים צווייטן ספר איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און מיט גלילה החתן שמעון מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר"י בני ברק שליט"א.

 

דאן איז מרן רבינו שליט"א בקול בכי צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און אתה יצרת וועלכער איז פארענדיגט געווארן ארום 2:00 אזייגער.

 

כמעשיהו בראשונה איז די סעודה שב"ק בייטאג אויך אריבערגעגאנען מיט גרויס התרוממות, עס איז געווען אנגעגרייט א סעודה רחבה פאר אלע משתתפים, דער עולם האט קידוש געמאכט און זיך געוואשן, דערווייל האט קאפעליע געזינגען שיינע ניגונים, דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו קידוש, און נאך מזונות און פיש זיך געוואשן צו די סעודה.

 

אינמיטן די סעודה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א מיט א גאהר תוכן'פולע דרשה וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור אויף א שטארקן פארנעם, ווי ער האט ארויסגעברענגט אז אויסער די חלק אז מען האט די זכי' צו זיין אויף אזא מקום, זענען מיר באזונדער זוכה צו זיין אויף "א שבת אין סיגוט מיט'ן רבין", און דערנאך אויסגעפירט אז מיר דארפן זיך אלע אפלערנען פון רבין שליט"א, אז מען טאהר קיינמאל גארנישט אויפגעבן נאר כסדר אויפטוהן פעולות לטובה למען הכלל והפרט.


מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע שליט"א, דער סעודה איז פארענדיגט געווארן נאך 4:00 נאכמיטאג.

 

אום 6:15 נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין שאטער צו תפלת מנחה און סעודת רעוה דרעווין, תפלת מנחה האט פארגעדאווענט הרב יואל ברח"צ מייזליש  שליט"א פון ירושלים עיה"ק, דער בעל קורא איז געווען הרה"ח דוד עקשטיין מראשי קהלתינו הק' בקרית יואל, מיט כהן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' יו"ר וועלכער האט באגלייט די מערכת הכשרות פון די גאנצע נסיעה וויילענדיג דארט פון אנפאנג וואך און זיכער געמאכט אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן מיטן גרעסטן מאס זהירות אין כשרות, לוי האט עולה געווען הר"ר אלי' זאב לעווי הי"ו פון וויען,  שלישי האט עולה געווען הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד אבני צדק בשכונת ברך משה בקרית יואל,  גלילה איז געגאנגען הבה"ח בן הר"ר נפתלי צבי הורוויץ שליט"א המיול"ח הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א.

 

די שלש סעודות איז אריבער מיט א דערהויבענקייט וואס איז גאהר שווער צו באשרייבן, דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן און געוואונטשן לחיים און דערנאך האט מען אנגעפאנגען צו זינגען די זמירות. באזונדער איז שווער אראפצוגעבן די מאמענטן בעת דאס זאגן ה' מלך און קבלת עול מלכות שמים אויפן פלאץ ווי עס זענען ארויסגעפירט געווארן אזויפיל טויזענטער קדושים וועלכער האט זיך געהערט ביז ווייט אוועק, שוין עטליכע זעכציג יאר וואס די גאסן פון סיגוט האבן דאס נישט געהערט.

 

מיט ברכו נפשי לכבוד ראש חודש איז מכובד געווארן הרה"ח יצחק ראזענבערג הי"ו סגן ראש הקהל דקהלתינו הק', מיט אודה איז מכובד געווארן הרה"ח משה ארי' פריינד הי"ו  גבאי דיבהמ"ד הגדול אין לאנדאן, מיט שיר המעלות איז מכובד געווארן הרה"ח חיים לעווי הי"ו פון וויען, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש.

 

עס האט געהערשט א געוואלדיגע התעוררות אויפן פלאץ בשעת מרן רבינו שליט"א האט ביי די דברות קודש ארומגערעדט אלעס וואס איז יאהרן צוריק געזאגט געווארן אויף דעם זעלבען פלאץ ביי אבותינו ורבותינו הק', און דער רבי שליט"א האט גאהר ווארעם אנגעוואונטשן אז מ'זאלן קענען אהיימנעמען אלעס גוט'ס וואס מ'האט אויסגעבעטן אויף דעם פלאץ.

 

מיט ידיד נפש איז מכובד געווארן הרה"ח יצחק אייזיק ווייס הי"ו פון בני ברק מיט קל מסתתר הרה"ח שלום ברוך ראטבארד הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער, מיט שושנת יעקב איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים דוד לויפער הי"ו מראה"ק אין בארא פארק. און דערנאך איז הרה"ח אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל מכובד געווארן מיט א ניגון של שמחה.

 

נאכדעם האט מען געדאווענט מעריב און דאן האט מרן רבינו שליט"א געמאכט הבדלה פארן גאנצן עולם.

 

 

סעודת דוד מלכא משיחא

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער צום קאראנע האטעל ווי עס איז שוין דאן געווען  אנגעגרייט א פרעכטיגער סעודת מלוה דמלכה.

 

דער גאנצער עולם האט זיך געוואשן און געזעצט צו די טישן און דערווייל האט דער רבי  שליט"א געזעגענט אנשי שלומינו תושבי אייראפע וועלכע האבן זיך דאן געגרייט אוועקצופאהרן, און הערשט נאך א לענגערע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מלוה מלכה ווי ער האט זיך געוואשן און מ'האט געזינגען די זמירות.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן מיט גאהר א ווארימער דרשה ארויסברענגענדיג וואס מיר האבן אלץ געהאט די זכי' מיטצוהאלטן במחיצות פון רבינו שליט"א, און דאן בשם הר"ר יוסף מייזליש שליט"א און דער גאנצער וועד הנסיעה באעהרט בנש"ק הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו וועלכער האט זיך איבערגעגעבן בלו"נ פאר די נסיעה די לעצטע פאר וואכן, און דערנאך האט ער ערהאלטן א מתנה פון רבי'ן שליט"א.

 

נאך מלוה דמלכה האבן אלע נגידים ערהאלטן א מתנה א הערליכע זילבער-געניייטע חלה דעקל, א בעכער און טאץ זייער שיין אריינגעקריצט מיט א שיינעם זמירות לכ' שב"ק.

 

דאס הייליגקייט און התרוממות וואס איז פאראיבער אויף די אלע וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן אט דעם אומפארגעסליכען און הייליגן שבת, וועט יאהרן לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.

 

‫‫-יום שבתון אין לשכוח – זכותם של הצדיקים יגן עלינו-

 

ארום 12:00 אזייגער מוצש"ק האט דער גאנצער ציבור פארלאזט די שטאט סיגוט מיט געהויבענע געפילן, אויפן וועג קיין בודאפעסט צום לופט פעלד.

 

א גרויסער טייל איז געפאהרן אויף קאלוב צום ציון הק' פון הייליגן ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וועמענס הילולא עס געפאלט די וואך, און דארט איז געווען א מחזה הוד און א גרויס התעורוות ווען די אריבער הונדערט אידן האבן אינאיינעם מתפלל געווען פאר רפואות און ישועות, און נאך תהלים האט מען געזינגען די הייליגע אידישע נידגונים המיוחס צום הייליגן קאלובע'ר זי"ע, און דאך זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ.

 

זונטאג אינדערפרי איז דער ציבור אנגעקומען אויף בודאפעסט צום "עירפארט האטעל" ווי מען האט געדאווענט שחריתץ און עס איז געווען צוגעגרייט א רייכער פרישטאג.

 

ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי שליט,א געגאנגען צום לופט פעלד פון ווי דער רבי שליט"א איז אפגעפלויגן אויף א דורצע באזוך אין ארה"ק צו באזוכן ביי חותנו כ"ק אדמו"ר מ'ווזישניץ שליט"א לרפו"ש, אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומ''ס שליט"א.

♦♦♦

•·•·•·•·•·••·•·•·•·•·••·•·•·•·•·••·•·•·•·•·•

פאר די נאכפאלגענדע באריכט פין די קורצה אבער רייכע ביקור קודש אין ב''ב מיט בילדער קליקט דא

רבינו שליט"א אויפן וועג קיין ארץ ישראל