דעריבער האבן זיינע פסיכיאטערס ארויסגעגעבן א באפעל פאר די שטוב מענטשן אז מ'מוז דעם עם הארץ טראגן ביי ביי ווי אפטער, און זיי האלטן זיך טאקע פעסט מיט דעם אנזאג. אנגעהויבן ביי א רייד איינמאל א וואך מינומים קיין וויליאמסבורג, און יעדע פיר וואכן איז מען מינומים איין מאל אויף א פליגער. וכל המרבה הרי זה משובח.
נעכטן אינדערפרי זענען די אהרונים אויפגעשטאנען אין שאק (ווי געשריבן אין פרעסס ריליעס וואס די אהרונים האבן געשיקט פאר בחדרי חרדים וועבזייטל) און האבן אנדעקט אז זייער רבי איז שוין ווייטער נישטא, מ'האט אים שוין ווידעראמאל געטראגן ביי ביי מיט א עראפלאן. טראץ וואס ער איז נארוואס צוריקגעקומען פון פאלם ספרינגס און מ'פארט שוין נעקסטע וואך ווייטער זינגען ואני אין סיגעט.
היינט איז מען אבער געוואויר געווארן אז דער רבי איז דאסמאל געפארן אויף א עכטע לאנגע טריפ מיט אסאך פאן. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם שווערן שניי שטורעם וואס האט באטראפן דעם ניו יארקער ראיאן נעכטן נאכט און דעריבער איז דער מעקסיקאנער זאלצער געצווינגן געווארן צו לאנדן אין באלטימאר לופטפעלד. דא הייבן זיך שוין אן פארשידענע גרסאות וואס עס איז געווען די נעקסטע עקטיוועטי. די אהרונישע אפיציעלע טוויטער גרופ האט געשיקט א מעסעדזש אז דער שר המוסרים והנואפים האט ערלעדיגט א שטיבל אין לופטפעלד פאר שחרית, ווייטער דער גע'אסר'טער וואס איז נייעס וועבזייטל שרייבט נאך פון א יו. דזשעי. קעיר סטעיטמענט אז דער רבי איז אריינגעפארן אין א האטעל דאווענען וואו מ'האט געהעריג באצאלט געלט.
נאכדעם האט מען געגעסן פרישטאג, געכאפט פאוטא אפ'ס מיט די ארומיגע פארשטייט זיך, און געגאנגען נאכאמאל ביי ביי מיט די עם טרעק באן קיין ניו יארק.
דא האט איר א לינק צו די שיינע בילדער פון די לעצטע טריפ אפגעהאלטן דורך דעם גלות רבי (וואס האט נאך, אגב, נישט קיין אדרעס אויף זיין לעדערהעד ווייל דעם קומענדיגן מיטוואך פליט ר' זלמן לייב צוריק קיין ירושלים מיט א פערישאוט) אין מעקסיקא.
תוקן על ידי סענעטאר ב- 28/01/2011 07:33:20

