היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אנ"ש תושבי קר"י וועלן שטראמען היינט צו מעמד "חיזוק היסודות"

אנ"ש תושבי קר"י וועלן שטראמען היינט צו מעמד "חיזוק היסודות"

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2871766

מנחם_מענדל » 27/1/2011 21:21

היינט דאנערשטאג נאכט קומט פאר דער ריזיגער מעמד "חיזוק היסודות" לטובת נטרונא, אראנדשירט דורך ועד משמרת חומותיך ירושלים, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

די עסקנים גיבן איבער אז די פראגראם וועט זיין גאר א רייכער און היסטארישער, און די זאל איז צוגעגרייט געווארן אויף א גרויסן פארנעם צו אקאמאדירן א גרויסן ציבור בעז"ה.


מען וועט אויך קענען מיטהאלטן די מעמד מיט א לייוו הוקאפ אויף קול סאטמאר.

מען וועט קענען אריינרופן מיט נדבות אויף 374-871-1007.

איש בל יעדר!!

outspoken » 27/1/2011 21:50

לאמיר דא קלאר מאכען, נטרונה איז אן אימפארטייאישע ארגענעזאציע וואס סאיז דא עסקנים ארונים און זלונים, די ארונישע עסקנים האבען אויפגעארבעט א קאמפיין ביי זייער אנ''ש לחזק אזא הייליגע מוסד אין קרית יואל, ס'שווער אפשר צו בעטען אז אלע זלונים און בני יואל'ער זאלען קומען, אבער ס'וואלט געווען א גרויסע זאך אז די זלונים און בני יואל'ער זאלען אויך אהער שטעלען א מסיבה, און אוודאי נישט אראפרייסען אזא הייליגע מוסד.

מנחם_מענדל » 27/1/2011 22:30

א דאנק אייך פאר די אויפריכטיגע ווערטער, ויה"ר שדברים היוצאים מן הלב (?) זאלן זיין נכנסים אל הלב.

אבער אויב דו זאגסט שוין יא מוסר פאר די שונאים, גיי צושטייטלעך.

בעפאר דו בעט'סט זיי צו "שטיצן" נטרונא, בעט זיי קודם אויפצוהערן די שרעקליכע טעראר וואס זיי פירן אן קעגן די מנהלים פון נטרונא, אויף אלע אופנים!, (אריינגערעכנט פאני קאלס רונדע דעם זייגער, און אריינגערעכט דאס אסר'ן זייערע "זאלי פאנדרעיזערס" צו קומען נאך געלט אין זייערע כוללים, ועוד ועוד).

געווארט » 27/1/2011 22:59

פארןןאס פירן די זאליס א מערכה מיט נטרונא ?

_________________

מנחם_מענדל » 27/1/2011 23:54

ווייל ער וויל נישט אנערקענען אז די קליפה פון ר' אהרן טייטלבוים קומט פריער ווי די קליפה פון ציונות.

זינט נטרונא ארבעט אינאיינעם, און נעמט ראט, און געניסט פון שטיצע, פונעם ועד משמרת חומותיך, טרונקען זיי אים דאס בלוט באופן נורא.

מנחם_מענדל » 28/1/2011 21:39

די נעכטיגע מעמד איז ב"ה געווען א אויסנאם פון א סוקסעס! דער ציבור האט נישט אויפגעהערט שטראמען. דער פראגראם איז געווען הערליך, ממש א סוקסעס ב"ה. לויט וויפיל איך האב געזעהן זענען געווען געווען גאר גרויסע נדבות אויפן פלאץ, פון אינג און אלט.

ברוך המקדש שמו ברבים!

rebyankel » 31/1/2011 02:05

געווארט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארןןאס פירן די זאליס א מערכה מיט נטרונא ?

_________________




קליק דא
שאק: ר' זלמן לייב ברייטערט אויס מלחמה קעגן נטרונא


-----------

ב''ה לא אלמן ישראל
דער עולם האט זיך הערליך משתתף געווען בגוף ובממון
ברוך המקדש שמו ברבים