די לעבסט נעבעך אין דיין קווינס ישיבה בחור וועלטל,
איין טאג צוקריגסטו דיך מיט דיין חבר און א וואך ארום
געדענקסטו נישטאמאל וואס די מחלוקה איז געווען,
במילא ווערט מען צוריק חברים, במילא אויף דעם סיסטעם
חלום'סטו אז מען גייט ווערן חברים, און מען וועט טאנצען
לכה דודי פאר "ביידע" סאטמארע רבי'ס,
לדעתי איז דאס א חלום, אדער בעסער געזאגט א זאלי ווישפול טינקינג
און רעד דיר נישט איין פאר איין מינוט אז איך בין נאאיוו, ווילסט עס
הערן פון מיר?, נאדיר!!! עס איז דא צוויי סאטמארע רבי'ס!!!.......
צופרידען?, איך האף אז יא, עס איז דא צוויי סאטמארע רבי'ס און קיינער לייקענט
דאס נישט, איין סאטמארער רבי פאר די סאטמארע חסידים, און איין
סאטמארער רבי פאר די שונאי סאטמאר, און איך בין נישט גרייט נאכאמאל
איבער צו קייען די פאקטן, וועלעכער פון די צוויי רבי'ס, איז א עכטער רבי מיט
עכטע חסידים, און ווער עס שפילט סאטמארער רבי, צו וועמען די חסידים
גייען מיט קוויטלעך זיך שואל עצה זיין אויף יעדן טריט און שריט, און
ווער עס קיקט נעבעך ארויס אויף א קוויטל אין סאמען חודש אלול און אין
די הייליגע טעג, אויב ביסטו ריאליסטיג, דארפסטו מודה זיין אז רבי אהרן
איז א רבי פאר טויזענטער עכטע חסידים, און ר' זלמן לייב האט ממש נישט קיין
חסידים, ער איז נאר דער סאטמארער רבי פאר די שונאי רבי אהרן,
נחזור לענינינו, איך פארשטיי אז די זאליס חלש'ן נעבעך פאר א שלום, ווייל
זיי ווילן אביסל אנערקענונג, די וועלט איז קלאר א מבין אויף עהם, יעדער איינער
פארשטייט אז צו זיין א סאטמארער רבי דארף מען האבן קוואליפיקאציעס,
די נייע ערפינדענדע "נועם המידות" קוואליפיקאציע, איז חספא בעלמא,
דאס זאגט נאר אז מען איז "נישט" א גדול בתורה, מען איז "נישט" א
צדיק וגאון, מען איז "נישט" א עובד השם, און מען איז "נישט" א גרויסער
בעל צדקה ובעל חסד, לאמיר זיך נישט נארן, קיינער האט קיינמאל נישט
גערומט דעם בעל דברי יואל זי''ע אדער אפילו דעם בעל ברך משה זי''ע
אז זיי זענען א "נועם המידות" איך רעד שוין נישט פון די פריריגע צדיקים
דער הייליגער ישמח משה, נועם אלימלך, דער חוזה, דער דברי חיים,
דער ייטב לב, קדושת יום טוב, ועוד ועוד,זכר כולם לברכה וזכותם יגן עלינו,
קיינער האט זיי נישט באטיטולט אלץ א נועם המידות, ווייסט פארוואס? ווייל זיי
האבן געהאט אנדערע קוואליפיקאציעס, למה הדבר דומה, מען פרעגט
אינפארמאציע אויף א בחור אין די ישיבה, און דער בחור קיקט נישט אן
קיין ספר, זיין דאווענען איז אויך נישט איי איי איי, ווער רעדט נאך פון
יראת שמים ויראת חטא, זילטש, גארנישט מיט גארנישט, אבער קיין שלעכטס
וויל מען דאך נישט רעדן אויף דעם בחור, מען וויל דאך חלילה נישט
אפרעדן א שידוך, וואס זאגט מען? דער בחור איז א זעלטענער "לב טוב"
ער וועט ממש גיין אין פייער יענעם א טובה צוטון, נו, אויב האט יענער א מוח
בקדקדו, כאפט ער שוין פונקטליך וואס דער מהות פון דעם בחור איז, כן הדבר
הזה, דער טיטול "נועם המידות" איז דער גרעסטער בזיון פאר ענקער
"סאטמארער רבי".
נחזור לעניננו צום צווייטן מאל, אונזער סכסוך איז א פונדאמענטעלע סכסוך,
ער האט געגנבעט די בנינים און צו דין תורה וויל ער נישט גיין, במילא
ביז מען שטעלט זיך נישט צו קיין דין תורה איז דאך נישט שייך קיין שלום,
און ביים רבי שליט''א גייט דאס א טריט ווייטער, ביי עהם איז מבזה זיין
דעם טאטען א עוון פלילי און ער קען דאס נישט מוחל זיין, דער נאמען
סאטמארער רבי איז לגמרי נישט קיין אישוי, דאס איז א זאלי אישוי,
די אהרונים האבן קיינמאל נישט פארלאנגט אז די זאליס טארן זיך נישט
רופן קהל יטב לב, צו אז ר' זלמן לייב טאר זיך נישט רופן סאטמארער רבי,
עס גייט קיינעם נישט אן, דער סכסוך איז די גניבת הבנינים, ועל זה אנו דנין,
און פונקט ווי בעלז וואס זאגן אפן אז זיי חלש'ן פאר א שלום, און אונזער רבי
וואס האט נישט קיין פראבלעם זיך צוטרעפן מיט קלויזענבורג, ער האט נישט
קיין פראבלעם זיך צו טרעפן מיט ליבאוויטש, צו מיט או יו, אבער מיט בעלז
וויל ער נישט שלום מאכן, ווייל דארט איז געווען א מחלוקה וואס מען האט
מבזה געווען רבותינו הק' זי''ע, און ביז מען איז נישט מפייס ווי עס דארף צו
זיין איז קיין רעדע פון א שלום, ווי אויבן געזאגט, מען שטייט נישט נישט אויף איין
צופרי און מען מאכט נייס, מען זינגט ריגעלע ריגעלע רויגעז, און מען ווערט
צוריק פרעינדס, ביי פרינציפ מענטשן ארבייט דאס נישט אזוי, דאס איז נאר
גילטיג אין קווינס ישיבה,
און דאס וואס דו שרייבסט אז:
מיין אישו איז אז די צוויי ערליכע קהילת גייען אין קארט און זענען מחלל שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט אזעליכע פוסטע תירוצים וואס קיין דורכשניטליכע בעל בית וואלט דאס נישט געטון.
וועט אייך גאנץ ווייניג העלפן, כלל ישראל ווייסט זייער גיט ווער
עס וויל זיין אין קארט און ווער עס וויל דין תורה, די ריכטער האבן
דאס שוין כמה פעמים זייער קלאר ארויס געברענגט, אז די אהרונים
ווילן און שטרעבן צו גיין צו דין תורה, און אין יעדן קארט פאפירן האבן זיי קלאר
פארלאנגט פון געריכט צו שיקן דעם סכסוך צו דין תורה, און אז די
זאליס האבן קלאר געשריבן אז זיי ווילן בשום אויפן נישט גיין צו דין
תורה, און אז נאר דאס געריכט זאל פסקענען דעם סכסוך, אלזא איבער חזר'ן
די שקרים, וועט נישט העלפן פאר קיינעם, ווייל קיינער גלייבט דאס
במילא נישט,
לסיכום הענין, איך גלייב נישט אז תשצ''א (אויב משיח וועט חלילה נישט קומען ביז דאן),
וועט זיין א שלום, ווייל צוואנציג יאר ארום וועט נאך א יעדער געדענקען
למי החותמת ולמי הפסולים, אפשר הונדערט יאר ארום וועלן די איר איר איר איר
אייניקלעך זיך משדך זיין, מעיבי, אבער זיכער נישט פריער.