היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2871354

outspoken » 27/1/2011 02:44

 

   טאטע :  שלומי טיע אן א ווייסע העמעד און לאמיר שוין גיין.   

אינגעל: ווי גייט מען?

    טאטע :  וואס הייסט, צו די גרויסע חתונה פון די אייניקלעך פון הייליגע צוויי סאטמאר'ע   רבי'ס, און מ'וועט  האבן די זכי' צו זען צום ערשטען מאל ווי זיי טאנצען צוזאמען.  

אינגעל:  וואס מיינסטו צום ערשטען מאל? דו טאנצט אייביג מיט פעטער מושי? 

    טאטע :  ליידער מעשה שטן הצליח.... שוין לאמיר נישט רעדען...

אינגעל:   ס'אמת וואס וואס מיין חבר יוסי האט מיך געזאגט אז זיי זענען גאגאנגען אין קארט?

    טאטע :   עם , יא , עם, די קהילת זענען געגאנגע

אינגעל:   די ביסט געגאנגען פרשת משפטים אין חדר.

   טאטע : זיכער, זיידי איז געווען שטרענג ביי עם איז נישט געווען אזא זאך ווי נישט גיין אין חדר.

אינגעל:   מ'האט געלערענט די רש''י ''אשר תשים לפניהם''?

   טאטע : יא

אינגעל:   וואס האט דיין רבי געזאגט ווען אינגלעך האבן געפרעגט ווי אזוי ס'קען זיין אז אונז זיץ'מער אין קארט.

   טאטע :  תהליכות הקהילה, ר' א. לייטנער, ביה''ח, מהר''א זאל אינטערשרייבען, און נאך תירוצים

אינגעל:    און וואס האט אונזער קאזען נחום'ס רבי געזאגט?

    טאטע :    ווינער רב'ס לעדעל, בג''ץ, אזוי וויל איך, נכסי הקהילה. און נאך תירוצים.

אינגעל:   וואס איז נאכדעם געשען?

    טאטע :   דריי יאר צוריק זענען אריינגעקומען נייע ראשי קהלות און האבן געזאגט ''גענוג איז גענוג'' מ'האט זיך אראפ געזעטץ און פארהאנדעלט וועגען די נכסים און ב''ה......

 

אינגעל:  אבער פארוואס האט מען דאס נישט געקענט טוען 17 יאר פריער און מ'וואלט נישט מייקר געווען שם אלילים אויף אזא גרויסע אופן? און טאטי דו וואלסט געטון אזא הארבע זאך מיט אזעלעכע תירוצים? 

 

    טאטע :  עם, עעעעם ,עם   ,עם   ,עם  

 

וואס איז די תירוץ?

עבדים היינו אדער עברינים היינו


ספרינטער » 27/1/2011 03:47

הלוואי וועט מען דעמאלטס נאך וויסן אז גיין מען טאר נישט גיין געריכט

theחדשות » 27/1/2011 04:23

הלואי. און אפשר אין בג"ץ אויך. ענק וועלן זיך איינשפארן אזעלכע ביזיונות אז שופטים שיקן ענק צו דין תורה. הלואי

_________________


סענעטאר » 27/1/2011 04:47

עס איז א נחת צו זען ווי יאנקעלע11 האלט נאך ביי יאר תשנ"ט, דער אני אמלוך אני ולא אחר עפאכע. נישטא קיין צוויי סאטמאר'ס אז יא איז נישטא קיין שלום, נעבעך.

_________________

outspoken » 27/1/2011 18:02

ספרינטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הלוואי וועט מען דעמאלטס נאך וויסן אז גיין מען טאר נישט גיין געריכט


ס'דא א ווארט (כ'מיין פון ייטב לב) אז פונקט ווי מ'טאר נישט טראכטען מה לפניו ומה לאחריו, טאר מען נישט טראכטן וואס ס'וועט זיין אין צוואנציג יאר ארום.

טאץ_פרוכט » 27/1/2011 21:36

און תשצ"א איז ווייניגער ווי 20 יאר פון יעצט?
ווי אזוי האסטו פארגעשריבן אז מהרי"י וועט טאנצן אנגעכאפט מיט מהר"א?

_________________

outspoken » 27/1/2011 22:06

טאץ-פרוכט

ביזט גערעכט, מיין פיונט איז נישט  צו זייער איינקלעך וועלן זיך משדך זיין און אלע חסידים וועלן טאנצען הנה מה טוב שבת אחים(ביי די אכציג) גם יחד, פונקט ווי די וויזניצע חסידיםהאבן געטון (אנשטאט אראפצולאזען א סריטת לחי פארן די רבי'ס פארן אנמאכען שנאת אחים אלע יארן) אויך האב איך נישט קיין פראבלעם אז ווען מ'ווארפט ארויס אלע זיידעס פון גן עדן צו די שמחות, זעען זיי ווי די אייניקלעך שלאגען זיך ווי די קעצלעך,
 מיין אישו איז אז די צוויי ערליכע קהילת גייען אין קארט און זענען מחלל שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט אזעליכע פוסטע תירוצים וואס קיין דורכשניטליכע בעל בית וואלט דאס נישט געטון.

סענעטאר » 28/1/2011 07:10

אקדמות מילין, איך ווייס אז איז אביסל שווער צו פירן א פאלעמיק מעבר לים, פון א אנדערע פארום, אבער ווי עס האט זיך שוין ארויסגעוויזן אין די פארגאנגנהייט ליינט דער שרייבער אויף וועמענס רייד איך וועל זיך באצוען אויך דעם פארום, דעריבער גלייב איך אז אויב וועט ער האבן וואס צו ענטפערן וועט ער ענטפערן, און אז נישט וועט ער זיך מאכן כאילו ער האט דאס נישט געליינט.

צווייטענס וואלט איך געוואלט בעטן רשות הדיבור פון הרה"ח הזקן ר' יענקעלע עלעף, איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז אייך א כבוד אז א קווינס בחור'ל באפאסט זיך מיט אייערע מאמרים, אבער מכל מלמדי השכלתי זאגן דאך שוין חז"ל, אפילו איך בין אזויפיל אינגער פון אייך, וואס איר זענט א איד אין די הויעכע יארן וואס איז נאכנישט אויסגעוואקסן היידפארק, דאך אויב רעד איך צו די זאך זאלט איר דאס מקבל זיין.

ובזה החלי:

ווי עס שטעלט זיך ארויס פון דיינע תגובות איינמאל און נאכמאל בוסטו גאר א ריאליסטישער מענטש, דיר קען מען נישט פאפן און ארומפירן מיט די שקרים און מעשה'לעך אזוי ווי מ'טוט מיטן היינטיגן יוגענט, דעריבער ברענגט דאס דיר צו שרייבן אזאנע שארפע און קלוגע מסקנות.
האב איך פאר דיר גרויס נייעס, ווי ריאליסטיש דו בוסט האסטו נעבעך איין קוועטש אין מח וואס רופט זיך "סאטמאר רבי", אויב איינער זאגט דיר ח"ו דעם ווארט "סאטמארער רבי'ס" קען דיר דאס צוטרעטן און אריינפירן ביז כעס שיש בו כדי להמית. למעשה ווייסט קינד און קייט, און ווי שטארק דו זאלסט דאס פרובירן צו פארלייקענען האסטו בערך אזא פנים ווי דער איראנער אכמאדיניזשאד וואס לייקענט דעם האלאקאסט, אז אין סאטמאר איז כהיום יום דא "צוויי רבי'ס".
די מאטיוון און ציהלן, אקטן און געדאנקן גאנג דיפרענץ צווישן די צוויי איז גאנץ ווייניג נוגע פארן עולם גולם. ביי זיי איז דאס כתוב וחתום אזוי ווי עס זענען דא צוויי טשערנאבלער רביים איז דא צוויי סאטמארער רביים, נישט קיין חילוק וואס דער ציהל פון זייער חסידות איז, פינטל. איינמאל דו וועסט דיר דאס ארייננעמען אין קאפ וועט דיר אסאך זאכן פארענטפערט ווערן און ליכטיג ווערן.

דו שרייבסט:

בוסט נעבעך אין דיין קווינס ישיבה בחור וועלטל, איין טאג צוקריגסטו דיך מיט דיין חבר און א וואך ארום געדענקסטו נישטאמאל וואס די מחלוקה איז געווען, במילא ווערט מען צוריק חברים, במילא אויף דעם סיסטעם חלום'סטו אז מען גייט ווערן חברים, און מען וועט טאנצען לכה דודי פאר "ביידע" סאטמארע רבי'ס, לדעתי איז דאס א חלום, אדער בעסער געזאגט א זאלי
ווישפול טינקינג.

לאמיר אריינטראכטן א מינוט, ווער וויל דא שלום און ווער וויל נישט שלום. דו שרייסט אגאנצן צייט אז דער ר' זלמן לייב איז א רבי פאר די שונאים פון ר' אהרן, קומט אויס אז עס איז גארנישט אזוי פשוט דאס וואס דו פרובירסט אראפצומאל אז די זאליס זיכן דא שלום צו מאכן מיט ר' אהרן, ווייל לשיטתך וועט דאך די גאנצע זאלי פראקציע צופאלן אויב וועט מען שלום מאכן מיט דעם שונא נומער איינס - ר' אהרן טייטלבוים. ווידעראום די אהרונים לשיטתך זענען חסידים לשם חסידות, זיי קימערן זיך בכלל נישט אז ר' זלמן לייב עקזעסטירט, איז דאך קיין שלום פון זייער זייט אויך נישט דא.

סך הכל = נישט די אהרונים און נישט די זאליס ווילן שלום מאכן
.

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, דו האסט א פראבלעם מיט דעם טיטל "האדמו"ר מסאטמאר", דו האסט חשק אז דער טיטל זאל געהערן אויסשליסלעך צו איין איינציגן קופץ בראש ר' אהרן טייטלבוים. דו בוסט טאקע נישט נאיוו, דו האסט פשוט דיין רבינס תאוות פון אני אמלוך "איך מיך און זיך" וואס ר' אהרן איז מיט דעם אנגעשטעקט געפערליך. דו קומסט מיט שטארקע טענות אז די וועלט איז א מבין, זיי פארשטייען אז נאר ר' אהרן האט די קוואליפיקאציעס צו זיין א רבי. אפשר בוסטו מיר מסביר וואספארא קוואליפיקאציס האט ער? חוץ צאלן פאר א מאגאזין אין ארץ ישראל עשרות אלפים ככר כסף מ'זאל שרייבן נאר אויף זיך האדמו"ר מסאטמאר, און אויפן ברודער האדמו"ר שליט"א. אז די וועלט איז א מבין, מבין'ען זיי אויך אויף דעם שוואכקייט וואס ר' אהרן טייטלבוים און ר' בנציון האלבערשטאם ליידן אז נאר זיי זענען די אדמורי"ם פון די חסידות.

סך הכל = ר' זלמן לייב האט נישט קיין פראבלעם אז דער ברודער רופט זיך אויך האדמו"ר מסאטמאר, און ר' אהרן ווערט קראנק דערפון אז זיין ברודער רופט זיך האדמו"ר מסאטמאר.

דו שרייבסט:

נחזור לענינינו, איך פארשטיי אז די זאליס חלש'ן נעבעך פאר א שלום, ווייל זיי ווילן אביסל אנערקענונג, די וועלט איז קלאר א מבין אויף עהם, יעדער איינער פארשטייט אז צו זיין א סאטמארער רבי דארף מען האבן קוואליפיקאציעס, די נייע ערפינדענדע "נועם המידות" קוואליפיקאציע, איז חספא בעלמא, דאס זאגט נאר אז מען איז "נישט" א גדול בתורה, מען איז "נישט" א צדיק וגאון, מען איז "נישט" א עובד השם, און מען איז "נישט" א גרויסער בעל צדקה ובעל חסד, לאמיר זיך נישט נארן, קיינער האט קיינמאל נישט גערומט דעם בעל דברי יואל זי''ע אדער אפילו דעם בעל ברך משה זי''ע אז זיי זענען א "נועם המידות" איך רעד שוין נישט פון די פריריגע צדיקים דער הייליגער ישמח משה, נועם אלימלך, דער חוזה, דער דברי חיים, דער ייטב לב, קדושת יום טוב, ועוד ועוד,זכר כולם לברכה וזכותם יגן עלינו, קיינער האט זיי נישט באטיטולט אלץ א נועם המידות, ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן געהאט אנדערע קוואליפיקאציעס,
למה הדבר דומה, מען פרעגט אינפארמאציע אויף א בחור אין די ישיבה, און דער בחור קיקט נישט אן קיין ספר, זיין דאווענען איז אויך נישט איי איי איי, ווער רעדט נאך פון יראת שמים ויראת חטא, זילטש, גארנישט מיט גארנישט, אבער קיין שלעכטס וויל מען דאך נישט רעדן אויף דעם בחור, מען וויל דאך חלילה נישט אפרעדן א שידוך, וואס זאגט מען? דער בחור איז א זעלטענער "לב טוב" ער וועט ממש גיין אין פייער יענעם א טובה צוטון, נו, אויב האט יענער א מוח בקדקדו, כאפט ער שוין פונקטליך וואס דער מהות פון דעם בחור איז, כן הדבר הזה, דער טיטול "נועם המידות" איז דער גרעסטער בזיון פאר ענקער "סאטמארער רבי".

די לעצטע זאך מיין פריינט וואס די זאליס דארפן איז אנערקענונג פון די אהרונים. די זאליס זענען זייער צופרידן אז דו אנערקענסט נישט און זיי ס'באדערט זיי גענצליך נישט. וואס יא? די אהרונים פרובירן באקומען אנערקענונג אין די וועלט דורכן אראפרייסן ר' זלמן לייב, וואס אויף דעם איז דאך שוין דא דער מאמר החכם: איטס עי טו וועי סטריט. איך קען זאגן אויף דיין רבין אקוראט וואס די זאגסט אויף מיינס באזירט אויף עובדות און פאקטן, וזה נהנה וזה נהנה.

נאכער פרובירסטו זיך אנצוכאפן אין דעם צונאמען וואס די אהרונים האבן ארויפגעקלעבט אויף ר' זלמן לייב "נועם המידות". קודם כל זענען די זאליס זייער שטאלץ אז זייער רבי איז פאקטיש א נועם המידות, און נישט ווי די אהרונים וואס לאכן זיך זעלבסט אונטער ווען זיי זעען ווי מ'שרייבט אויף זייער רבין "הגאון הקדוש".
צווייטענס, אויפן די אלע א.ד. צדיקים וקדושים, האט מען, להבדיל אלף אלפי הבדלות, נישט געדארפט שרייבן טאג און נאכט "הגאון הקדוש", ווייל זיי זענען פאקטיש געווען גאונים וקדושים, און מ'האט דאס נישט געדארפט שרייבן און זאגן א מיליאן מאל ביז מ'האט אליינס אנגעהויבן גלייבן אין דעם ליגענט אז ר' אהרן איז א קדוש.

סך הכל = ר' זלמן לייב ווערט טיטולירט "נועם המידות" ווייל חוץ זיין גדלות בתורה זענען אפילו די אהרונים מודה אז ער רעפעזענטירט איידעלקייט און דרך ארץ, און ר' אהרן ווערט טיטולירט הגאון הקדוש ווייל קיין מידות איז דאך נישטא, פרובירט מען פאפן די וועלט אז א קדוש איז ער יא. און ווי געשמוסט די וועלט איז א מבין.

 

ועוד חזון למועד. ביי א קומענדיגע געלעגענהייט וועל איך אי"ה ווייטער ממשיך זיין.



תוקן על ידי סענעטאר ב- 28/01/2011 07:11:55

רשכבהגולם » 28/1/2011 18:32

OUTSPOKEN טייערער

משל דיר אויס ביי דיר אלס פשוטער בעל בית,

די האסט א שכן וואס די האסט מיט עם אסאך ציטון, ער טיילט דיר אויס ציפקע צרות,
ער איז נישט אינגאנצן אום גערעכט, ער האט פארשידענע טענות אויף דיר, און עס איז יש דברים בגו,
אלס פשוטער בעל הבית זיכסטו נישט קיין איבריגע דין תורות, שיקסטו צי עם א שליח אז די ווילסט מיט עם פארהאנדלן, בתשואת חן, ער איז מסכים אבער נאהר אויף איינע פון די פרטים און די סיכסוך,
יעצט די אלס פשוטער בעל הבית ביזסט מסכים,
נו לאמיר זעהן צי וואס איז ער גרייט? ער איז גרייט אפציקויפן פון דיר א חלק פון דיין היוז,
און דורך דעם וועט א חלק פינעם מחלוקה ווערן אפגעשטעלט,
די, אלס פשוטע בעל הבית ביזסט אפילו צי דעם אויך מסכים,
די עיקר וואס ליגט דיר פאר די אויגן איז דער "דרכיה דרכי נועם",
מען מאכט דעם געשעפט מען שרייבט אינטער אז מען גייט באצאלן פעימענטס יעצט לייגט מען אראפ 50,000 דאלער
און ביז צוויי יאהר וועט מען באצאהלן די איבריגע 200,000.00 דאלער, דער מקח גייט אריבער,
די פון דיין זייט פארשטייסט טאקע אז די האסט פארקויפט א זאך וואס עס דיר פערזענליך ווערט זייער אסאך ווען די פארקויפסט עס נישט, אבער וואס טוט מען נישט פאר למען השלום, 
גייט אדורך א שטיקל צייט מען דארף באצאלן די אנדערע פעימענט ואין קול ואין עונה,
די פראבירסט מיט שליחות'ער געוויאר צי ווערען וואס דא איז געשען,
די רעדסט מיט די מענטשען וואס האבן פארהאנדלט דעם מקח זאגן זיי עס האט שוין גארנישט מיט אינז די דארפסט יעצט גיין צי דיין שכן אליין,
צום שכן קענסטו נישט ציקומען מיט פארשידענע תריצים, ביז די דערווישט ארויס פון עם עפעס א ריספאנט, און דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער, די וואס האבן געמאכט דעם מקח זענען נישט געווען מיינע שליחים, זיי האבן עס געטון על דעת עצמם, יעצט לויפסטי שנעל זיכער מאכן אז די דירה איז נאך אינטער דיין רשות, ווערסטו געוואהר אז בשעת די ביזסט געווען ראיג ווייל די האסט געוויסט אז מען פארהאנדלט, דעמאלטס איז דיין שכן געגאנגן בערמה און איבער געשריבן די הויז אויף זיין נאמען,

ביז אהער איז איין משל דער נמשל איז די ישיבה בנינים און קרית יואל,

מיט דעם אלעם, די אלס פשוטער בעל הבית, למען השלום זיכסט נישט זיך צי קריגן לגבי די אנדערע שותפות'ער וואס די האסט מיט עם, 
מיט די האפענינג אז ער וועט דאס נישט טון נאכאמאהל, ווייל גארנישט איז עם נישט געגאנגן אזוי בנפשו ווי דער חלק דירה וואס ער האט געוואלט זייער האבן,
די אנדערע געשעפט איז טאקע אזוי אנגעגאנגן ווייטער בשתפות און מען האט זיך קלאהר אויסגענימען ווי אזוי די שותפות גייט צי גיין, און אזוי האט עס טאקע אנגעהאלטן ווייטער א שטיקל צייט,

דא מיז באטאנט ווערן אז די אנדערע שותפות איז נאך פאלקאם געווען אויף דיין נאמען, און די האסט יעצט געהאט די געלעגנהייט אינגאנצן עס צינעמען פון עם, אזוי ווי ער האט געטון ביים פריערדיגן געשעפט,

נאר אלס פשוטער בעל הבית האסט פארשטאנען אז אויב די וועסט דעס טון וועט אויפפלאקערן די מחלוקה אויף א שרעקליכע פארנעם, האסטו געטראכט עס לויט זיך נישט, און מן הסתם וועט ער עס נישט טון ביים דעם יעצטיגן געשעפט,

את אשר יגורני בא די טרעפסט דיך אינדרויסן פון געשעפט. נמשל די בית החיים. 

עס איז דא אזעלעכע משלים לרוב, פאר יעצט וועט דעס געניג זיין, דאס איז דער טייטש לבן ביקש לעקור את הכל.

יעצט וויל איך דיר מסביר זיין וואס די מהלך המחשבה פון דיין שכן איז,

דיין שכן האלט אז אלעס איז זיינס....
דיין שכן האט עפעס א פשעטל  אז די ביזסט גאר די גנב  ....
דיין שכן האלט אז וויבאלד אלעס איז זיינס, אבער די האלטס דאך אז האלב איז דיינס, וועט ער דאך קיינמאהל קענען קימען מיט דיר אויף פשרה ווייל א פשרה מיינט דאך קלאר אז נישט אלעס איז זיינס,

איז ער געקומען צי א החלטה אז ער מעג טון א יעדע מין ערמה און דער וועלט פון דיר ארויס ציריקן אלעס,
איין מאהל איז דער ערמה, איך וויל פארהאנדלן אויף א האלבע דירה.
איינמאהל גיין און געריכט מיט א היתר וואס איז נישט דא,
איינמאהל איז דער ערמה אז דיין טאטע (ר' שמעון ווייס) האט איבער געשריבן פאר דיין שכן די גאנצע דירה.

על זה אמר הכתוב לבן ביקש לעקור את הכל,
ביידע חלקים פינעם פסוק
איינס ער איז ביקש לעקור את הכל ער וויל אלעס פאר זיך,
צוויי ער וויל ציקומען דערצי דורך לבן הארמי, מיט רמאות מיט אלע מין'ע פארבן,

און אויף דעם איז דא דער טייטשט צא ולמד מה ביקש לבן הארמי פרעגט זיך די קשיא ווי דארף מען ארויס גיין און לערנן, פארוואס קען מען נישט בלייבן לערנען און בית מדרש, ווייל אין בית מדרש איז נישט דא קיין לבן הארמי אפצילערנען לבן הארמי און וויסן ווי אזוי מען דארף מיט עם אומגיין דארף מען ארויס גיין פון בית מדרש און זעהן זיינע דרכים און מקיים זיין עם עיקש תתפתל.

יא מיר אלע זענען פארווייטאגט אויפן מצב ווי סאטמאר געפינט זיך יעצט נישט נאר אט-ספאקן,
קוק דיך בעסער אום, און דערמאן דיך די אלטע צייטן נ-נט,
ווען עס האט נאר אויס געזעהן, עפעס א ווייכקייט פון יענע זייט, האט זיך עס ארויס געשטעלט אז עס איז געווען אזוי ווי דוד המלך זאגט און תהילם דמינו כאריה יכסוף לטרף וככפיר ישב במסתרים, 
איך מיין אז איך האב שוין געשריבן געניג ותן לחכם ויחכים. 


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/01/2011 18:40:17

מלך_מלכים » 28/1/2011 18:56

גוט ארויסגעברענגט,

משהלע » 28/1/2011 20:16

נו וואס טיט דער איד וואס איז נעבעך אריין געפאלן מיט א שכן א שווינדלער, ער לויפט גלייך צו א בית דין כשר בישראל און שיקט גלייך ארויס א הזמנה לדין, די זאליס קענען זייער גיט הלכות ערמה, הלכות גניבה, הלכות לבן הארמי, אבער פון פרשת משפטים האבן זיי פארגעסן, הלכות דין תורה האבן זיי אויסגעריסן פון די תורה, דער משל איז בכלל אינו דומה צום נמשל, דו שרייסט חי וקיים אז כולו שלי, איך בין בעל הבית, און די אהרונים שרייען אז זיי זענען די בעלי בתים, איז דער ענטפער דין תורה, און ביז איר שיקט נישט א הזמנה לדין, זענט איר בלויזע מוציאי שם רע, שקרנים וכזבנים.

רשכבהגולם » 28/1/2011 20:57

ווען איינער האט ציטון מיט א שכן  איז נישט די ערשטע זאך דין תורה, די ערשטע זאך איז זיך דורך קומען צווישען זיך, דאן אויב מען קען זיך נישט דורך קומען גייט מען צי דין תורה,

נאר וויבאלד דער שכן איז א שווינדלער, זאגט ער עם נישט זיינע פינקטליכע פלענער (לעקור את הכל) נאר שטעלט זיך אהער אז מען קען מיט עם פארהאנדלן, (לבן הארמי)

נאכער ווארפט ער דיך איבערן דראנג, האט ער מיט דעם, און מיט נאך ענלעכע סארט מעשיות, געוויזן וואס ער האט אינזין בשעת ער וויל פארהאנדלן,

מיט דעם האט ער זיך קאטגרעזירט אלץ לבן הארמי,
און ווען ער שרייט דין תורה דין תורה האט ער אויך נאר אינזין נענטער ציקומען צי זיין ציל לעקור את הכל.
פארשטאנען 

און יא פארדעם ווילן מיר ר"א אינטערשריפט ווייל ווי מיר פארשטייען אויב ער שרייבט נישט אינטער, וועט ער זאגן נאכאמאהל זיי האבן עס געטון על דעת עצמם, און אנהייבן פון דאס ניי צי טון ווייטערדיגע פעולת ציציקומען צי זיין ציל, לעקור את הכל.


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/01/2011 21:02:52

סקאטמאלען » 28/1/2011 21:56

איך פארשטיי ניט אייער משל,

ווי פאר-גוט-יאר ביסטו א שכן אדער א שיתוף מיט ר' אהר'ן ישיבה אין קרית יואל, מה לכהן בבית הקברות, נשים בעזרה מנין, ווי קומט ר' זלמן לייב אן צו די מונרוער מתיבתא,

שנית ווי פונקטליך האט איר אנגעהאלטן ענקער זייט פון די בארגען לגבי די איבריגע נכסים, עטס האטס ארויסגעשטויסן די ארונים פון אלע נכסים אין וומ"ב, בתי מדרשים, מוסדות, קעמפס, מקוה, בוטשער, מצה בעקעריי, אלעס, זיי זענען ארויס נקי מכל, אנע הויזן, און ווען עטס האטס ווען ענקער וועג וואלט עטס ארויסגעשטויסן די ארונים פון ביה"ח אויך, אזוי האט שאול פערלשטיין דעקלערט ברבים נאך די אלבעני פסק, איין ביה"ח וואס זיי האבן זיך יא אפגעשוינט, פונקט דאס מוזן זיי זיך טיילן מיט די זאליס, דאס איז געהעריג חוקי סדום,


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 28/01/2011 21:58:59

סענעטאר » 30/1/2011 03:40

סקאט, פארוואס אין מונרו פארשטייסטו נישט וויזוי די זאלונים זענען מחותנים, און אין וויליאמסבורג פארשטייסטו אז די אהרונים זענען יא גרויסע מחותנים און די זאליס האבן זיי ממש בא'גזל'ט?

ספרינטער » 30/1/2011 04:14

קיינער האט נישט פרובירט אוועקצונעמען די בית החיים פון די ארונים, נישט דא קיין איינער וואס קען אנווייזען סיי וועלכע נפטר וואס מען זאל האבן אפגעהאלטן פון קומען לקבירה, יעדע איד וואס האט געהערט צי סאטמאר נישט קיין נ"מ צי וועלכע זייט איז נאך די פטירה באגראבן געווארן אן קיים שום אפהאלט צו תנאים, מען האט נישט בארויבט קיינעם, נישט געלאפן צי קיין שפיטעלער אדער געשיקט בריוו'ן סטראשענ'ן, דאס אלעס האט זיך געענדיגט ווען דער עלטערע ברידער האט פארריפן א אסיפה אין דארט האט ער אליין ארויסגעשטעלט הרה"ח ר' עזריאל גליק פון חברה קדישה!
 
. דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די אלע טעראר אז מען דארף באצאלן נאר פאר די ארונים נישט קיין נ"מ אויב וואוינט מען אין וויליאמסבורג- בארא פארק אדער אין קרית יואל, ווידעראום די אינגערע ברידער מהרז"ל האט מען קיינמאל נישט ארויסגעווארפן די ארונישע ח"ק נאר געלאזט - אין דאס פארלאנגט אויך שפעטער ביים געריכט אז מען זאל סך הכל עס צוריקשטעלן ווי אלע יארן בעפאר ווען די ק"י קהילה אין די וויליאמסבורג קהילה זאלן זיך טיילן דערמיט.

סקאטמאלען » 30/1/2011 06:28

ווען פונקטליך האט מען געמאכט א דיל אז מ'טיילט זיך מיט די ביה"ח, ס'קיינמאל אז אפמאך געווען, פונקט ווען די ארונים בעטן געלט אויף די  איינע פארמעגן וואס זיי האבן זיך אפגעשוינט, הייסט עס "טעראר", פארוואס זאלן זיי באגראבן בחנם? לפי זה, אפשר אויב די זאליס בעטן  מקוה געלט אין ראדני זאל עס הייסן "טעראר", ווייל מ'צאלט דאך אין הופער,

פריינדליך » 30/1/2011 16:47

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סקאט, פארוואס אין מונרו פארשטייסטו נישט וויזוי די זאלונים זענען מחותנים, און אין וויליאמסבורג פארשטייסטו אז די אהרונים זענען יא גרויסע מחותנים און די זאליס האבן זיי ממש בא'גזל'ט?
ווייל די זאלונים האבן אין ק"י נישט קיין שום תביעה. ווייל אפילו לויט די (פאלשע) צוואה בשם בב"מ איז רז"ל נאר רבי אין וומ"ס. און ווען די זאליס האבן ווען איין תביעה אויף ק"י וואלט עס שוין לאנג געווען אין קאורט. וב"פ וב"ב יוכיחו אדער אין בעסטן פאל ביי די"ת. און ווילאנג עטס פארלאנגטס עס נישט. קענסטו נישט ברענגען קיין ראי'.

ספרינטער » 30/1/2011 17:43

סקאטמאלן די ווילימסבורג קהילה (ראדני) פלעגן זיך אלץ טיילן אויפן בית החיים מיט די קרית יואל קהילה (ווייסע שול)

_________________

סענעטאר » 30/1/2011 18:50

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סקאט, פארוואס אין מונרו פארשטייסטו נישט וויזוי די זאלונים זענען מחותנים, און אין וויליאמסבורג פארשטייסטו אז די אהרונים זענען יא גרויסע מחותנים און די זאליס האבן זיי ממש בא'גזל'ט?ווייל די זאלונים האבן אין ק"י נישט קיין שום תביעה. ווייל אפילו לויט די (פאלשע) צוואה בשם בב"מ איז רז"ל נאר רבי אין וומ"ס. און ווען די זאליס האבן ווען איין תביעה אויף ק"י וואלט עס שוין לאנג געווען אין קאורט. וב"פ וב"ב יוכיחו אדער אין בעסטן פאל ביי די"ת. און ווילאנג עטס פארלאנגטס עס נישט. קענסטו נישט ברענגען קיין ראי'.

 
מ'שטיינס געזאגט אז אין וויליאמסבורג האבן די אהרונים יא א תביעה, והא ראי' זיי זענען געגאנגען אין קאורט?

ספרינטער » 30/1/2011 19:00

האבן די ארונים איינמאל געריפן צי דין תורה וועגן די צוואה?

_________________

outspoken » 30/1/2011 20:19

פון די אלע שמוסען (דא און אין אנדערע אשכולות)זעט מען אז סיי די ארונים אין סיי די זלונים האבן שטארקע טענות, אין יעדער האלט אז זיין פארטיי איז גערעכט, סיי ווען זיי זענען אריין איו קארט, און סיי ווען יענער איז אריין (און זיי שעמען זיך נישט צו טענה'ן אין איין קארט ממש די היפך וואס זיי האבן געטענה'ט אין אן אנדערע קארט).

נעכטען מוצש''ק זענען אנ''ש פון ביידע פארטייען, געווען אין בתי מדרשים, און אויסגיהערט די שובבים תורה פון תשי''ד, ווי רבי וויינט מיט בכיות נוראות וועגן גיין אין ערכאות, ער רעדט פון ''ציון במשפט תפדה'' און אז ''אם אין דין למטה יש דין למעלה'' רח''ל, און דאס איז ביי א יחיד כ''ש ווען ס'איז כלל ישראל, און מ'האט אפילו געלאזט א טרער, ווער ווייסט צו רביה''ק האט זיך נישט געווארפען אין קבר, און געשריגען וואס מאכט עטץ ליצנות פון מיר, 55 יאר נאכן זאגען די תורה זיצען די קהלות אין קארט, און מ'צינט אן די טעיפ ווייל ס'פעלט אויס פאר די פארטיי, און ''אין גם  אחד'' ס'נישט געווען קיין איינער וואס זאל זיך אויפשטעלן און ארויסגיין, אדער מוחה זיין ווי מ'טרייבט ליצנות פונ'ם רבין, פון זיין שובבים תורת, און פונ'ם רבש''ע.

פריינדליך » 30/1/2011 20:26

די ארונים האבן געשיקט א הזמנה נאכדעם וואס איר האט ארויסגעווארפן די ראשי קהילה. ווער און פארוואס מען איז אריין אין קאורט איז נישט נוגע. זיי האבן געזאגט מיר האבן א תביעה. משא"כ די זאליס האבן געזאגט אז אויב וומ"ס צו די"ת דארף ק"י אויך זיין. אויב האט איר א תביעה רופט אונז צו די"ת. און אויב זאגן מיר ניין אויף די הזמנה. קענט איר אפשר זאגן אז איר האט געהאט א תביעה. אבער ווילאנג איר שיקט נישט קיין הזמנה קענט איר קיין טענות נישט האבן. און יעצט קום נישט מיט קיין משל אז מען פרובירט קודם אנדערע זאכן. ווייל דערווייל האבן ענק נאך גארנישט געטוען וואס קען ווייזן אז איר האט א גערעכטע תביעה. ניטאמאל אין קאורט אדער דורך איבערשרייבן(אפילו אויב עס לאזט זיך אויס מיט א דורכפאל) און עס איז דא א כלל אז אויב איינער פרובירט נישט צובאקומען זיינס א זאך איז א סימן אז ער אליין ווייסט אז ער איז נישט גערעכט (דאס איז טרוקן פשט פון כל דאלים גבר)

רשכבהגולם » 30/1/2011 20:47

ווער עס קען רשכבהגולם דא אויפן פארום, ווייסט אז ער איז און פרינציפ קעגן אויסטוישען ווערטער מיט ארונים בנוגע הדברים העומדים על הפרק,

די סיבות איז שוין אויסגעשמיעסט געווארן, סיי דא און אידישע געדאנק און סיי און אחים אנחנו,

דא האט געפענט א אשכול איינער וואס איז קענטיק נישט קיין ארוני (לכוארה) , דערפאר האב איך מיך דא ערלויבט צי שרייבן מיין מיינונג לגבי די נושא וואס ער האט בארירט,

און צי דעם וויל איך דא מוסיף זיין,

נאכאמאהל, איך רעד נישט צי קיין ארוני, נאהר צי איינער וואס ווערט נשפע פון זייער פראפעגאנדע,

איך קען דא ברענגן צענדליגע ראיות צי די טעארי, אז אלע זייערע קאמפיינס פון אויסשרייען געוויסע כלומרשטע ווייטאגן, אדער אנדערע פארשידענע לאזונגען וואס ווערן נאכאנאנד איבערגעקייט דורך זיי, מיטן גאנצן ערנסטן פנים, דאס איז אלס אויס פלאנירטע טאקטיקן פון פאבליק רילעשן פראפעשענעלס,

לאמיר אנכאפן יעצט איינס, און דאס וועט זיין די פרשה פון סידור קדישון,

מיר וועלען נישט יעצט רעדן פון די אינדעווידזשעל ארוני,

מיר רעדן נאהר פון די וואס פלאנירן און פירן די מערכה, און אנדערע ווערטער "די קעפ", נישט די שליחים זייערע,

מען נעמט א באגריף וואס איז יסוד קדשתן של ישראל, א יעדער ווייסט ווי האקעל די ענין איז, איך גלייב נישט אז איך בין ביכולת ארויס צי ברענגן די איידלקייט פון די זאך,

און מען איז מחליט מיט א כוונה תחילה מיט א ניכטערע מוח, אז יעצט גייט מען עס ניצן צי פירן א פאליטישע קאמף,

א נואף איינער וואס דערצערנט דעם אייברשטן מיט עבירות חמירות, די נאמען גייט מען ניצן, נישט פאר א נואף, נאהר פאר איינער וואס טוט אנדרשט ווי איך וויל,

מען גייט מסביר זיין פאר תמימות'דיגע קינדער און בחורים אז דא וווינט א מיידל מיט א אינגל אן א קדישין, פארוואס טוט מען דאס, ווייל ווען איך וויל יענעם ציברעכן, אדער מיך בויען, און קען זיין (ניטאמאהל זיכער)  אז אויב איך וועל ריפן נואפים א ערליך אידיש פארפאלק,  אפשר וועט דאס  צי ברענגן צי מיין ציל, דאן וועל איך דאס אויך טון,

צי דין תורה קען מען גיין ווען צוויי מענטשען ווילן זיך ערנסט אויסגלייכן, און ביידע זענען גרייט אז וואס ע"פ דין תורה איז נישט מיינס געב איך צירוק בתשיאת חן, אבער ווען עס שטעלט זיך ארויס אז ער ניצט נאהר די ווארט דין תורה פאר זיינע פאבליק רילעשנס און האלטן האלט ער ווייטער אז אלעס איז זיינס און טון טוט ער נאהר וואס עס וועט עם ציריק ברענגן צי זיין זיסן טרוים,

דאס מיינט עס איז נאך נישט דא מיט וועמן צי גיין צי דין תורה,

 

 

 

 

 

רשכבהגולם » 30/1/2011 20:55

איך וואלט געוואלט בעטן מר. אטספאקן
ביטע אויב מעגליך אדרעסיר א תגובה ספעציעל געווידמעט צי מיין ערשטע תגובה און דעם אשכול, איך וואלט געוואלט הערן וואס די האסט צי זאגן,
ביטע נישט איבער זאגן די גרויסע ווייטאג וואס אלע סאטמארע אידן האבן פינעם מצב נישט נאהר די,
נאהר ספעצפיש ראגיר צי די נקודה וואס איך ברענג ארויס,
א דאנק

outspoken » 30/1/2011 23:04

רשכבהגולם

איך האב געזען דיין תגובה און ''באמת'' האלט איך אז ביסט גערעכט, (אויב די מיינסט צו פארענטפרן פארוואס מ'וויל נישט גיין צו די''ת ביז מהר''א שרייבט נישט אונטער)
 די ''פאקט'' איז, אז א רבי (א כ''ק אדמו''ר) איז בעל בית אויף זיין קהילה, און אז א ראש הקהל מיט טובים זאלען זאגען אנדערשט ווי די רבי, וועלן זיי פליען נאך יענעם טאג,
 יעצט וואלט 'יושר' געזאגט, אז ווען א קהילה וויל זיך צוטיילען און א גרויס חלק וויל גיין מיט איין ברודער און די אנדערע מיטן אדערע ברודער, צווי זאכען,
1 אז מזאל זיך צוטיילן  מיט אלע נכסים בכל מקומות לויט די פארצענט (באבוב דו''ת גייט אויף דעם שניט).
 2 אז די ברודערס זאלען אינטערשרייבען און זיין די בעל הדברים, ווייל אז איין כ''ק אדמו''ר זעט אז זיין ראשי הקהילה באקומען נישט וואס ער וואלט זיך אויסגע'משלט, קען ער פאר די פסק פארשיקען די ראש הקהל און שרייען אז ער פארטרעט ''מיר'' נישט.

די פראבלעם איז אז  ''טעכניקעל'' זענען די ראשי הקהילה בעלי בתים אויף די קהילה, סיי ע''פ תורה און לכאורה ע''פ די געזעץ (נאר זיי ווילן זיך נישט אריין מישען), און אז איין ראשי הקהילה רופן די אנדערע ראשי הקהילה צו דין תורה, און  די נתבע וויל אז די רבי זאל אינטערשרייבען, קען ער זאגען ''לאו בעל דברים דדי את'' איך האב גארנישט מיט די קהילה איך בין נאר די רוחניות איינגעשטעלטער, ממילא דארפען זיך די ראשי הקהילה שטעלן לדי''ת, אפילו אן די רבי'ס אינטערשריפט.

פארשטייט זיך אז איך נעם נישט קיין צד,  איך וועל דאס איבערלאזען פאר די חושן משפט אידן ,ווייל ביידע האבן שטארקע טענות, נאר אז האסט געוואלט הערן מיין דעת בעל הבית אויף די ספעצפיש נקודה, כנלע''ד

    מיין פוינט איז אבער אז סוכ''ס וועט מען נישט אייביג בלייבן אין קארט (נישט קיין נפק''מ צו אלץ שלום צווישען די ברודעס צו אז ס'מעלקט אויס די גאנצע געלט) פארוואס זאלן נישט אלע ערליכע אידן פון ''ביידע קהלות'' מאכען א אויפשטאנט, ביז די ראשי קהלות און די רבי'ס וועלן פארהאנדלען ווי פשיט'ע אידן וואלטן געטון, און נישט מבזה זיין די מייסד הקהילה. (אפאר טויזענט מענטשען פארפירען אין אגיפטען און די וועלט פאדערט שוין אז מובראק זאל גיין)

רשכבהגולם » 31/1/2011 00:23

על זה אנו דנין,
מהרז"ל איז גרייט צי גיין ווי א פשוטע בעל הבית צי דין תורה,
ער פארלאנגט נאר דאס וואס דער בעל הבית וואלט אויך פארלאנגט, ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף,
מה שאין כן די אנדערע צד, (איך רעדט נאר פון די וואס פירען עס אן במזיד, נישט פון די וואס טאנצן סתם נאך) עיין בתגובה השלישית שלי בזה האשכול, האט מען דא ציטון מיט גאר געמיינע פארשוינען (לבן הארמי אשר ביקש לעקור את הכל) במילא וואס עס בלייבט איבער פאר אינז איז, מתפלל זיין אז עס זאל קומען צי א סוף די אלע זאכן באיזהו און שהוא, מיר ווילן זעהן אלע אידן פון סאטמאר תלמידים וחסידים פון רביה"ק זאלן זיך פירן ע"פ תורה, ביזדערווייל ווייסט יעדער ווער עס וויל וויסן אז ביי צד ר"א שטעלט מען אלעס צי ר"א מיט רבין אויף א אופן פון בזוין, אויף כמה אופנים, וד"ל 

outspoken » 2/2/2011 01:38

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
על זה אנו דנין,
מהרז"ל איז גרייט צי גיין ווי א פשוטע בעל הבית צי דין תורה,
ער פארלאנגט נאר דאס וואס דער בעל הבית וואלט אויך פארלאנגט, ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף,


נא, פארוואס גייט ער נישט, זאל ער פארלאנגען פון בי''ד אז מהר''א זאל אינטערשרייבן, און די אנדערע זאכען וואס יעדע פשוטע דעת ''בעל בית'' פארשטייט, און אויב בי''ד פארשטייט מיט זייער ''דעת תורה'' זאלן זיי עס פאדערען, למעשה האבן די אלטע ראשי קהילה גערופען די נייע ראשי קהילה צו דין תורה, און נישט מהר''א.