היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דער ראש הארוינים הרא"ט נאכאמאל מיטן רבין'ס שונא'ס

דער ראש הארוינים הרא"ט נאכאמאל מיטן רבין'ס שונא'ס

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2871226

123news » 26/1/2011 18:46

אזוי האבן דאס באשריבן די ציוניסטישע וועלט, פון מיט באמבאסטישע התפעלות
אז די סטאמארע מחלוקה פון רבין זי"ע איז אפגעווישט 

היסטוריה: קלויזנבורג וסאטמר מתאחדות

בבורו פארק התקיימה פגישה בין האדמו"ר מקלויזנבורג לאדמו"ר מסאטמר • בין החצרות הייתה מחלוקת קשה עוד מימי רבי יואליש וה'שפע חיים' זצ"ל • וידיאו ותמונות
יואל ביטלמן, בחדרי חרדים 10:43 26/01/2011

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי 123news ב- 26/01/2011 18:50:41

מלך_מלכים » 26/1/2011 18:53

מיטן בעל ויואל משה'ס שונאים איז מצוה זיך איבערצובעטן, נאר מיטן בעל ברך משה'ס שונאים טאר מען נישט

בניברקער » 26/1/2011 18:55

איז נישט ערגעצווי א בילד ווי רז״ל איז א באזוך ביים קלויזענבארגער רבי שליט״א?

מלך_מלכים » 26/1/2011 19:01

אוודאי, ער האט זיך דאך געטראפן מיט ר' אברהם לייטנער אויך, ער האט דאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיט מאכן שלום, די קשיא איז אויף ענק, ענק האבן דאך פארגאסן טייכן טרערן אז רז"ל בעט זיך איבער מיט די שונאים רח"ל, ווי קענט איר דאס צוקוקן?

1satmar » 26/1/2011 19:10

זייער אנגעזעצט זעיט ער נעבעך אויס
[בילד – נישט אפגעהיט]

עס שטייט אז

רשעים זענען מלא חרטה!

דער הרא"ט זעיט אויס זייער אנגעזעצט ווען ער האט פא
רלאזט דעם קלויזנבערגער

מען דערקענט אויף זיין פרצוף אז עס איז געווען א להכעיס'דיגער שריט

אויף אריינצושטעכן דעם מעסער אין דעם רבין זי"ע
און אין זיין אייגענעם טאטען זי
"ע

תוקן על ידי 1satmar ב- 26/01/2011 19:12:15

סקאטמאלען » 26/1/2011 20:24

ס'נישטא קיין גרעסערע שטעך מיט א מעסער אין רבי'ן ווי תולה זיין אויף רבי'ן זצ"ל אזא פארקרימטע און פארדארבענע זאך אז מ'דארף ירשנ'ן א פערזענליכע מחלוקה פאר דורי דורות, קעגן מענטשן וואס האבן היינט גארנישט קעגן דיר ער זוכט דיך נישט צו טשעפען, אלעס נאר וועגען א פאליטיק פון 40 יאר צוריק,

אין לך דבר בזוי ומשוטה מזה!

נאך א מזל ס'זענען נאך געבליבן א ציבור נארמאלע ערליכע סאטמארע אידן בעולם וואס זענען מחזיר כבוד רבינו זצ"ל על מכונו, ה"י ווען די הערינג פרעסער און מקוה פיס קראצער וואלטן געווען די פארטרעטער פון שיטת רבינו זצ"ל,

אויטענטיש » 26/1/2011 20:48

 סקאט כתב: 
"ה"י ווען די הערינג פרעסער און מקוה פיס קראצער וואלטן געווען די פארטרעטער פון שיטת רבינו זצ"ל"
עס איז נישט צו גלייבן וואסערע איינגעגסענע ביטערע שנאה עטץ האטץ קעגן די וואס זעהן נישט איין ענקער רבי'ס גרויסקייט, אדער זענען מחולק אויף זיינע השקפות אדער מעשים,  מבהיל הרעיון!
עטץ זענץ באמת איבערצייגט - אין פארגעסט נישט דא רעדט מען שוין פין דעם מעסיגן סקאט - אז די אלע וואס האלטן נישט ביים מקבל מרות זיין פין ענקערע רבי'ס זענען פארפוילט, ווערעמיג, קרעציג, פיס קראצער, מקוה זיצער, ליידיג גייער, פארדארבענע שלעכטע אומפארגינערישע מענטשן אא"וו, און זיי זענען ביי ענק באמת אראפגעקוקט ווי צווייטע קלאס ראסע, ערגעץ צווישן ציגיינער און מאנגאלן.
איך ווייס נישט צו די ערשיינונג האט א אח וריע אין די היסטאריע, מען הערט אז מענטשן זאלן האבן א שנאה קעגן א געוויסן יחיד, אבער אזא מאסן שנאה וואס טוט זיך נעבעך אפ ביי ענק, איז לדעתי א זעלטענע ערשיינוג, וואס איז בהחלט ווערט א אפהאנדלונג.
מיין טייערער פריינט: עס באדערט מיך באמת נישט וואס דו האלטסט אויף די אלע אידן, אבער פשוט להנאתך ולטובתך בגשמיות וברוחניות, ניכטער דיך אויס אביסעלע...

מלך_מלכים » 26/1/2011 21:07

סקאט, מאי שנה די שונאים פון בעל ב"מ, מהשונאים מבעל ויו"מ?

סקאטמאלען » 26/1/2011 21:18

השונאים, מהבעל ויוא"מ, כבר הלכו לעולמם, וה' הטוב יכפר בעדם, ובניהם אשר יקומו אחריהם, למה ועל מה לנו להמשיך ולשנוא אותם לחנם, רק בתורת ירושה, איפה בתורת רבינו מצאני, לא יבוא קלויזענבורגי בקהל ה' עד דור עשירי?

משא"כ השונאים של הב"מ הם חיים וקיימים ועודנו עומדים במורדם, וכהיום יום הם ממשיכים במלחמת פרטי נגד הרב אהרן, ואין להם שום רצון להיות בשלום אתו,

וממילא, בבקשה, אל תתערב תפוחים עם תפוזים,

רעב_מרדכי » 26/1/2011 22:02

מען קען זעין  א קליפ פון די באזוך ביי דעי לינק            http://www.zingmit.com/2011/01/httpwww_24.html

תוקן על ידי רעב_מרדכי ב- 26/01/2011 22:03:48

מלך_מלכים » 26/1/2011 22:49

סקאט במחילת כבודך הרמה, ווער האט געזאגט לא יבא קלאזענבארג בקהל ה' ח"ו? (אגב די ארונים זאגן יא אזוי אויף בני יואל) מען רעד דא ס"ה צו סאיז עפראפריעט פאר א "סאטמער רבי" צו גיין פאבליקלי צו א "קלאזענבארגער רבי" כאפ א בליק אין ספר הקדוש ויואל משה, וואס מיינט ציונות, נעמען געלט, גיין צו בחירות, וכו' אין זיי מסביר וויאזוי עס גייט באנאזאם? א סאטמערע רבי, מיט א קלאזענבארגע רבי.

outspoken » 26/1/2011 23:21

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'נישטא קיין גרעסערע שטעך מיט א מעסער אין רבי'ן ווי תולה זיין אויף רבי'ן זצ"ל אזא פארקרימטע און פארדארבענע זאך אז מ'דארף ירשנ'ן א פערזענליכע מחלוקה פאר דורי דורות, קעגן מענטשן וואס האבן היינט גארנישט קעגן דיר ער זוכט דיך נישט צו טשעפען, אלעס נאר וועגען א פאליטיק פון 40 יאר צוריק,

אין לך דבר בזוי ומשוטה מזה!

נאך א מזל ס'זענען נאך געבליבן א ציבור נארמאלע ערליכע סאטמארע אידן בעולם וואס זענען מחזיר כבוד רבינו זצ"ל על מכונו, ה"י ווען די הערינג פרעסער און מקוה פיס קראצער וואלטן געווען די פארטרעטער פון שיטת רבינו זצ"ל,

רייסען קריעה דארף מען פאר אזעליכע ווערטער מ'דארף ירשנ'ן א פערזענליכע מחלוקה פאר דורי דורות, די רבי ז''ל האט געהאט א פערזענליכע מחלוקה מיט די קלוזינבורגער רבי? ער איז געווארען א ציוני און גערעדט ציונות און .... וואס אפילו שוואכע האבן נישט אזוי גערעדט.

סקאטמאלען » 26/1/2011 23:21

וואס איז דאס א "קלויזנבורגע רבי"? א בוגי-מען? פארוואס איז דאס ארגער ווי "א גורער רבי", אדער א "וויזניצער רבי
 א "רב שך", וכדומה, וואס צו די אלע איז דער ב"מ געגאנגען באזוכן, פארוואס איז פונקט א "קלויזבורגער רבי" אפגעזיגלט לדורי דורות פאר "שונאים" פון רבינו יואל, מער ווי סיי וועלכער רבי וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט שיטת רבינו יואל?

סטראבערי » 26/1/2011 23:58

אהרן דאס איז  נישט אזוי פעינפול פאר אונז, 
ווילסט אונז עכט מסדר זיין?
בייס אריין אין א דבר אחר אום יו"כ
דאס וועט שוין 'עכט' באדערן פאר די צוריקגעשטאנענע יודן..........

_________________

theחדשות » 27/1/2011 00:49

שרעקליך. קריעה דארף מען רייסן.

וואס הייסט? די רבי ז"ל אט געהאט א מחלוקה מיט אסאך רבנים בנוגע די שיטה, דארף מען בלייבן צוקריקט מיט זיירע קינדער אין איינקלעך עד סוף כל הדורות.

איך וויל עס פארשטיין:

דו ווייסט אז אויב וואלט וואלטן מיר געהאלטן אלע מחלוקת וואס סיגוט-סאטמאר און אונזערע רבי'ס האבן געהאט אינדערהיים נאך ביז היינט, וואלטן מיר נישט געטארט רעדן מיט קיינעם אין די גאסן, מיר וואלטן געדארפט גיין וואוינען אין א וואלד, און פארגעס נישט אז אזוי אויך מיט א האלבע סאטמאר וואס שטאמען אדער זייערע בני בית שטאמען פון חסידים פון אנדערע רבי'ס וואלט מען ווען נישט געטארט רעדן. נעם נאר ארויס א טעלעפאן און קוק אליינס.

נישט קיינעם פון בית ספינקא, (סיגוט)- אויך נישט אייזל ספינקא איז כשר

נישט קיינעם פון בית וויזניץ, (סיגוט-סאטמאר)

נישט קיינעם פון בית בעלזא, (סאטמאר)

נישט קיינעם פון בית ריזון, (די קדושת יו"ט רבי דער הייליגע צאנזע רב)

נישט קיינעם פון די ליטווישע הויף, (חרם אויף די חסידות און זייערע מיאוסע בריוון אויפן בעל שם די רבי פון חסידות)

נישט קיינעם פון בית באבוב (גארליץ-באבוב)

נישט קיינעם פון בית סקווירא (סאטמאר)

און אזוי ווייטער 99 פראצענט רבנים וואלטן מיר ביז היינט געווען צוקריקט. דו ואלסט געבליבן נאר מיט'ן פאפא'נער.

ווייל מ'דארף דאך בלייבן צוקירגט מיט זייערע קינדער אויך.

און בכלל, ווען הגז"ל געט זיך די האנט מיט'ן זעלבע קלויזענבורגע, איז ער א בעל נועם המידות. אבער ווען דער קלויזענבורגע האט איינגעזעהן אז מיט הגז"ל וועט ער אינערגעץ נישט אונקומען בנוגע שלום מאכן מיט סאטמאר, האט ער זיך געטראפן מיט'ן עכטע סאטמארע רבי, דא פלוצלינג איז ער שוין בעל יראה ובעל ימצא???????

לאמיר נעמען די רבי ז"ל אזוי ווי די בני יואל-זאליס קוקן אן מיין רבי שליט"א.

די רבי איז געווען אין אר"י אין זיך געטראפן מיט די ראשי האגודה און אלע אנדערע רבנים

.וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

 "א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

די רבי פלעגט כסדר געבן געלט אפילו פאר די מזרחי. ענקער חלום איז אז מיין רבי זאל איין מאהל שטיצן בטעות אפילו א דירעקטע מזרחי מוסד

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

איינע פון די רבינ'ס נאנטע מענטשן איז געווען הערץ פרענקל, די רבי האט אסאך פארברענגט מיט אים און הנאה געהאט מיט אים.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

די רבי האט דאהי אין אמעריקא כסדר זיך געטראפן מיט די רבנים פון אנדערע קרייזן און ווייט פרעמדע קרייזן.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

די רבי האט מספיד געווען גאר שיין און אפילו געזאגט די מגיד שבחו של אהרן שלא שינה אויף רבי אהרן קאטלער זצ"ל

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

די רבי האט זיך אינטערוואועט מיט א עכטע ציוניסטישע פרייע צייטונג.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

די רבי האט אויפגעשטעלט א מיידל סקול אפילו זיינע עלטערן זענען געווען אנטקעגן דעם.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

די רבי האט גענומען ווייץ פון לאנג איילענד און אריזאנע, און נישט צוריקגעפארן קיין אונגארן פאר די ווייץ וואס זיינע עלטערן האבן געניצט.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

די רבי האט געהייסן נעמען סאכדעס זאלץ אום פסח, און זיינע עלטערן האבן דאס נישט געהאט.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

און אזוי ווייטער און ווייטער. אויב ווילן ענק פארשטיין וואס מיינט הקנאה התאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם. זיצט זיך אפאר ליידיגייערס און קראכן פאר קנאה און שנאה. שוין 30 יאר אדער מער וואס זיי ווילן חרוב מאכן סאטמאר און אהרן בפרט, תשנ"ט זענען מיר אלע געווען זיכער אז עס איז פערטיג, אבער דער אהרן, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, ער ווערט נאר גרעסער און שטערקער.

זיינע חסידים גייען אין פייער און וואסער פון אים,

ער איז אנגענומען אין גאנצע וועלט ווי דער גרעסטע חסידישע רבי וואס איז אויך א ת"ח עצום,

ער איז אנגענומען אין די גאנצע וועלט ווי דער רבי וואס טוט אויף,

ער פאדערט פון זיין עולם תורה עבודה און יראת שמים און יעדער פאלגט ערליך,

יעדע רבי דארף זיך צוגרייטן ווען מ'וויל אים גיין באזיכן אז נישט איז בזיונות אינעם קול התאחדות

און דאס הרג'ט ענק אוועק, און וועגן דעם קראכן און פלאצן ענק אלע. און די אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער אויך.

אונז וועלן גיין ווייטער מחיל אל חיל, אונז וועלן בויען נאך א היכל התורה, נאך א חברותא, מער כשר'ע פלייש, ווייניגער סעלפאן'ס פאר בחורים און מיידלעך (1000 ווייניגער טוויטער אקאוטנס), א כשר'ע מקווה טהרה, מער מורה הוראה. און עטץ פארלירטס וויטער נאך און נאך פון ענקער גע'גנב'טע נכסים, ווערטס מער און מער אנגעקוקט אין די גאס פאר ווילדע משוגעים.

אשרינו מה טוב חלקינו. איך בין שטאלץ צו זיין א חסיד פון מיין רבי, ווען איך טרעף מיר מיט א פרעמדער וויל איך אז ער זאל וויסן אז איך בין א חסיד פון מיין רבי. עס גייט מיר אסאך בעסער אזוי אין לעבן. איין קליינע טובה. עס איז דא איין זאך וואס די פאליטיק האט יא זייער וויי געטוהן, און עס רייסט מיר ביים הארץ דאס צו צו זעהן, ווען איך זעה דאס שפיר איך ווי איך וויין, קענסטו מיר ביטע צוריקשיקן יודעלע וויינשטאק מיט זיינע קינדער??????

theחדשות » 27/1/2011 01:05

[בילד – נישט אפגעהיט]

באמת א נאנטע ידיד פונעם רבי'ן, נאך פון קראלע

theחדשות » 27/1/2011 01:14

באטראכט מיט אזא הערצה דעם לוחם מלחמת השם און דומא פאר אנטי ציוניזם און דער גרעסטע לוחם אנטקעגן די בחירות: דער סאדיגורע רבי. באמערק אין די זייט דער רבינס שונא (ווי געשריבן דא אויבן)ער קלויזענבורגע רבי

[בילד – נישט אפגעהיט]

theחדשות » 27/1/2011 01:17

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

רייסען קריעה דארף מען פאר אזעליכע ווערטער מ'דארף ירשנ'ן א פערזענליכע מחלוקה פאר דורי דורות, די רבי ז''ל האט געהאט א פערזענליכע מחלוקה מיט די קלוזינבורגער רבי? ער איז געווארען א ציוני און גערעדט ציונות און .... וואס אפילו שוואכע האבן נישט אזוי גערעדט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
שומו שמים. ווי אזוי שרייבן ענק אויף אים? דער רבינ'ס שונא?????באטראכט נאר ווי די צוויי אומשילידגע אדורכגייער שטייען און באטראכטן די צוויי, ווער איז דא משוגע???היפיקריזם איז נאך א קאמפלימענט אויף ענק. וואס עס איז פאר ענק מותר איז פאר אונז חזיר טריפה

תוקן על ידי theחדשות ב- 27/01/2011 01:19:03

theחדשות » 27/1/2011 01:21

דא שרייב איך שוין נישט גארנישט, טוה מיר א טובה און פאוסט נאר אהער ענקערע לשונות פון ענקערע פאשקעווילן אויף אים. קוק נאר זיין שיינע אויסגערוהטע פיאות אז דאס קישן צייכענס ליגט נאך אויף זיין פנים
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

theחדשות » 27/1/2011 01:23

דאס מיינט שוין טאקע צו זיין א בהעל נועם המידות, רעדן אונטער א מגן דוד, דאס איז קנאות לשם שמים.

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

theחדשות » 27/1/2011 01:32

וואס האבן ענק נאר געשריבן ווען מיין רבי האט זיך געטראפן מיט? ענק קענען מיר אפשר דערמאנען? דאס איז דער קלויזענבורגע פון אר"י

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

theחדשות » 27/1/2011 01:37

דאס איז שוין טאקע נישט צום אויסהאלטן. צו טאנצן מיט א דער יסוד הציונות אין די היינטיגע צייטן, און נאך ברבים?????? אפשר פארדעם האט זיך פארמאכט די אויגן?

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי theחדשות ב- 27/01/2011 01:41:15

מלך_מלכים » 27/1/2011 19:06

די פראבלעם איז קלאר נאר ענקערס, די זאליס האבן אלעמאל זיך געהאלטן אין איין איבערבעטן מיט שונאים, זיי זענען פשוט אהבי שלום, משע"כ ענק וואס דער עיקר טענה אויף רז"ל איז אז ער מאכט שלום מיט די שונאים, עפעס אנדערש איז דאך נישטא אויף אים, ממילא איז דאך שווער ווי קען ענקער רבי זיך גיין איבערבעטן מיט א שונה? לשיטתכם ברויך מען דאך אנהאלטן א מחלוקה לדורי דורות, בויען חומות להבדיל בין הטמא ובין הטהור, מען טאר חלילה קיין שלום נישט מאכן? תיקי!

סקאטמאלען » 27/1/2011 21:23

די פראבלעם איז קלאר נאר ענקערס, ר' זלמן לייב האט בחייו ובפניו פון זיין אלטן טאטן, באותו זמן וואס אט די שונאים האבן קיינמאל נישט חוזר געווען מדרכם הרעה, זיי זענען עומדים במרדם כבתחלה, זיי האבן קיינמאל נישט מפייס געווען דעם ברך משה, קיינמאל נישט געגעבן די מינדיסטע רמז אז זיי האבן חרטה פון זייערע מרידה קעגן זיין טאטן, איז ער גאגאנגען, פאר זיין פערזענליכע בענעפיט, און געמאכט א מדין ומואב שלום-פאקט מיט זיין טאטן שונאים, בחייו ובפניו פון זיין טאטן, דאס איז א מיאוסע בזיון קעגן אן אייגענע אלטע טאטע,

ווידער ר' אהרן האט נישט שלום געמאכט מיט קיין שום שונא פונעם דברי יואל, ר' שמואל דוד הלברשטם, איז קיינמאל קיין שונא פונעם דברי יואל געווען, איך גלייב אז זיי האבן זיך מיטאמאל געזען אדער געקענט,

טאץ_פרוכט » 27/1/2011 21:33

אהין און צוריק, ניי סאטמאר האט נישט קיין פראבלעם מיט זאכן וואס אלט סאטמאר איז געווען יסודן של ישראל.

אנשטאט האט ניי סאטמאר גענומען אויפגשטעלטע זאכן פון אלט סאטמאר און אריינגווארפן פלאקן'ס, כלים צו זעהן רעגן, מעקסיקאנע שחיטה מונחת.

יעדער קען זיך וועלן ווי ער וויל גיין. אבער ווי מען גייט דארף מען זייער זיכער מיט זיך און נישט פרןבירן מטהר צו זיין דעם שרץ ווייל מ'עסט מצות געשניטן אויף JNET אדער ווייל די זאלצערס אין טעקסאס גיין מיט ווייסע זאקן.

_________________

וואלןסח » 27/1/2011 21:37

מלך מלכים מיט אוטספאקען, קיינער איז נישט שולדיג אז עטץ מישט קוגל מיט פיש

זאג מיר וואס איז די פראבלעם פון קלויזנבערג?

ציונות? אגודה? בחירות? געלד נעמען?

די אלע פראבלעמען זענען  דא אין נאך אסאך חסידות'ער, און דאס האט נישט אפגעהאלטן נישט דעם דברי יואל און נישט דעם ברך משה צו גיין באזוכן אדער זיי אויפנעמען ביי זיך.

וואס דען?

בעלז מיט קלז"ב שאני, קלז"ב האט זיך באזונדער מתחצף געווען קעגן רבין ז"ל און בעלזא האט פוער פיו געווען

יעצט קלז"ב ווען דער וואס האט זיך מתחצף געווען איז נישטא, איז נאו פראבלעם זיך צו טרעפן מיט אים פונקט ווי ס'איז נישט קיין פראבלעם פון וויזניץ גור וכו', ווייל אז נישט קענסטו פונקט אזוי פרעגן ווי אזוי האט דער ברך משה זיך געמעגט האלטן נאנט מיטן ספינקער רבין ז"ל הלמאי זיין טאטע אין קראלי

און בעלזא וועט מען לכאורה מיט דעם היינטיגן נישט גיין באזוכן אדער אויפנעמען אויב ער איז נישט מפייס, און זיין זון לכאורה יא (חוץ אויב ער וועט אויך פוער פיו זיין, איך גלייב אבער נישט) און גרייט דיך שוין אן אלע קללות וואס צו שרייבן ווען אהרן מרדכי וועט זיין רבי און די רבי וועט אים באזוכן.

וואלןסח » 27/1/2011 21:41

טאץ'ל

פיין געזאגט, און ביזט 100 פראצענט גערעכט

ואני מוסיף, מען דארף נישט עסן מיעל מארט פלייש אדער לאנג איילענד ווייץ נאר ווייל די רבי ז"ל האט פון דארט געגעסן, נאר מען קוקט אויפן כשרות

מלך_מלכים » 27/1/2011 21:45

דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געגעסן קיין מיעל מארט,

טאץ_פרוכט » 27/1/2011 21:58

וואלן'דל

מען מוז אויך נישט זיין קיין סאטמארער, מען קען זיין א מהר"א פען, אבער אויב וויל מען זיין א סאטמערער מוז מען עסן מיעל מארט פלייש אדער לאנג איילענד ווייץ, וכיוצא בהם.

ס'איז נישט קיין סוד אז אלט סאטמאר האט געהאט א רבי'ן א בעל דבר"י - און די וואס האבן אים נישט געגליכן האט ער נישט געצווינגן צו בלייבן.

נאר פארוואס דען זוכט מהר"א צו איינרעדן פאר די וועלט אז ער איז סאטמאר, ער קען דאך זאגן איך בין דראביהטשער רשכבה"ג? דאס אעז ווייל דער סאטמארער פלעק קוועטשט אים און ער מיינט אז מיט שטופן, שטויסען, זיך גרויסן, לעקן, פליען, רוען, בליצן וועט ער עפעס קענען אראפשאקלען.

_________________

תוקן על ידי טאץ_פרוכט ב- 27/01/2011 22:01:55

סקאטמאלען » 27/1/2011 22:20

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו אנהאלטן לדורי דורות א עקספייערד מחלוקה וואס די פיגורן פון די מחלוקה זענען שוין לאנג בגן עדן ונהנין מזיו השכינה ויהי חלקנו עמהם?
השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו מקפיד זיין אז די שטאט ווי די ווייץ וואקסט מוז הייסן "לונג איילנד" אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?
השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו ערפינדן נייע חששות פון זאלציגע וואסער, ברוינע ערד, רינעדיגע גלוטין שמוטין, וכל הבלים שלא ידעו שערו אבותינו מעולם אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט, נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?
השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו אפחוזק'ן פון שחיטה מונחת דער ארגינעלער און לכתחלה'דיגע וועג וואס אונזער זיידעס בכל הדורות ביז די הייליגע קרבנות אין עזרה בבית מטבחיא האבן געשחט'ן די קרבנות לכפר על כל עוונותינו?
השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

די אלע השגות האבן קיין שום שייכות צו די הדרכה ותורת רבינו הדברי יואל זצ"ל, דאס קומט ענדערש אלס א דירעקטע רעזולטאט פון עסן לכל הפחות איין שאכטל שמאלץ הערינג און זיך קראצן די פיס און מקוה פאר א האלבע שעה,

פינחס_יואל » 27/1/2011 22:34

מלך כתב: כאפ א בליק אין ספר הקדוש ויואל משה, וואס מיינט ציונות, נעמען געלט, גיין צו בחירות, וכו' אין זיי מסביר וויאזוי עס גייט באנאזאם? א סאטמערע רבי, מיט א קלאזענבארגע רבי.

די האלטס טאקע אז דער הייליגער בעל ויואל משה זי"ע האט נישט געקאנט דעם ספר "ויואל משה" ?
טא ווי האט ער געמעגט גיין באזוכען דעם גור'ער ביי זיין באזוך אין ארה"ק ?  

ווי אזוי האט ער זיך ערלויבט צו אפשרייבן א שיינע מזל טוב בריוו מיט מוראדיגע טיטול'ן פאר וויזניצער רבי דער אמרי חיים אויב ער גייט צו די בחירות און איז א ציוני ?

ווי האט ער געקאנט אויפנעמען ביי זיך אין שטוב די שטערקסטע אגודה רבנים וואס האבן מתיר געווען בעסער געזאגט מחייב געווען צו גיין צו די בחירות?

אלא מאי דארפסטו איבער לערנען נאכאמאל(?) דעם ויואל משה, וואס דער רבי אליין האט געשריבן און נישט ר' נתן יוסף וכו' און דערנאך זיי מיר מסביר וואס די פראבלעם צו גיין.

טאץ_פרוכט » 27/1/2011 22:37

אין סאטמאר יא, מהר"א פען'ס פטור ומותר.

פליז ענטפער נישט, די באלאנגסט צו א קהילה וואס האט א רבי'ן, מורי הוראה'ס, אברכים יר"ש, תשב"ר, בחורים, עסקנים און וואס נישט - וועם עס געפעלט נישט דרך מהר"א מוז נישט קוקן.

_________________

שטריברורין » 28/1/2011 04:20

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו מקפיד זיין אז די שטאט ווי די ווייץ וואקסט מוז הייסן "לונג איילנד" אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?

במחילת כבוד חכמתך, די קפידא איז נישט צו דאס הייסט לאנג איילנד אדער אריזאנע אדער אונגערישע ווייץ, די קפידא איז צו דאס וואקסט אויף מי גשמים אזוי ווי אין אונגארן, אדער וואקסט דאס אין נייע שווים באסיינען אן קיין מסורת אבות נישט קיין חילוק צו אין אריזאנע אדער לאנג איילענד/אונגארן.
 
השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו ערפינדן נייע חששות פון זאלציגע וואסער, ברוינע ערד, רינעדיגע גלוטין שמוטין, וכל הבלים שלא ידעו שערו אבותינו מעולם אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט, נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?

אפשר ברויך מען אויך נעמן חשש מורכב'דיגע אתרוגים ווייל ס'איז נקי מכל?

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו אפחוזק'ן פון שחיטה מונחת דער ארגינעלער און לכתחלה'דיגע וועג וואס אונזער זיידעס בכל הדורות ביז די הייליגע קרבנות אין עזרה בבית מטבחיא האבן געשחט'ן די קרבנות לכפר על כל עוונותינו?

שחיטה מונחת איז א שיטה יחידאה (עי' ש"ך יו"ד סי' ו' ב) די חוזק מאכט עטץ אויף אבותינו ורבותינו אז זיי האבן געגעסן ליבי נוקפידיגע פלייש

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

די אלע השגות האבן קיין שום שייכות צו די הדרכה ותורת רבינו הדברי יואל זצ"ל, דאס קומט ענדערש אלס א דירעקטע רעזולטאט פון עסן לכל הפחות איין שאכטל שמאלץ הערינג און זיך קראצן די פיס און מקוה פאר א האלבע שעה,

10 שאכטעלעך הערינג וועט נישט אוועקנעמן איין כזית מוסקאווי שחיטה מונחת פלייש

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

סקאטמאלען » 28/1/2011 04:57

שטריברורין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

מ'געפין מיר און קיין שום פוסק פון שו"ע ונוש"כ, אזא מין מושג צו מקפיד זיין אויף מי גשמים לגבי חיטי פסח, ס'ממש צום שטוינען ווי מענטשן ערפינדן נייע חששות וואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט אין געזען, און מ'קען נאך זאגן כל המשנה,

האלא! מורכב איז א חשש וואס ווערט ברייט ארומגענומען אין אלע פוסקים

מונחת, איז דער לכתחלה'דיגער וועג צו שחט'ן, אזוי האט מען געשחטן אינדערהיים, און אזוי האט מען געשחטן קרבנות אין בית המקדש

השי"ת ישמרהו מהם
ומהמונם!

די אלע השגות האבן קיין שום שייכות צו די הדרכה ותורת רבינו הדברי יואל זצ"ל, דאס קומט ענדערש אלס א דירעקטע רעזולטאט פון עסן לכל הפחות איין שאכטל שמאלץ הערינג און זיך קראצן די פיס און מקוה פאר א האלבע שעה,

10 שאכטעלעך הערינג וועט נישט אוועקנעמן איין כזית מוסקאווי שחיטה מונחת פלייש

לידיעתך, מוסקאווי איז א כשר'ע עוף לכתחלה שבלכתחלה לויט רוב גדולי אחרונים, און אויב איינער עסט עס נישט צוליב מסורה, איז בדיעבד זיכער דא א גרויסער מקום להתיר,

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

היוצא לנו מכל אלו צד מהר"א האלט זיך מיטן שלחן ערוך והפוסקים, פונקטליך וויזוי דער דברי יואל'ס שיטה איז געווען, זיך נישט אוועקרירן פונעם שולחן ערוך, ווידער די ניי סאטמאר, קומען אויף מיט נייע המצאות נייע חששות שלא ידעו ולא שערו אבותינו

theחדשות » 28/1/2011 07:36

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די פראבלעם איז קלאר נאר ענקערס, די זאליס האבן אלעמאל זיך געהאלטן אין איין איבערבעטן מיט שונאים, זיי זענען פשוט אהבי שלום, משע"כ ענק וואס דער עיקר טענה אויף רז"ל איז אז ער מאכט שלום מיט די שונאים, עפעס אנדערש איז דאך נישטא אויף אים, ממילא איז דאך שווער ווי קען ענקער רבי זיך גיין איבערבעטן מיט א שונה? לשיטתכם ברויך מען דאך אנהאלטן א מחלוקה לדורי דורות, בויען חומות להבדיל בין הטמא ובין הטהור, מען טאר חלילה קיין שלום נישט מאכן? תיקי!

הערליך שיין געשריבן. אלזא קינד מיינס, וואס איז דא פראבלעם אז סאטמאר האט זיך געטראפן מיט'ן קלויזענבורגע??

ביטע פארענטפער מיר:

די רבי ז"ל בעל דברי יואל האט געמעגט זיך טרעפן
די רבי ז"ל בעל ברך משה האט געמעגט זיך טרעפן
די רבי שליט"א מהר"א טאר נישט
און להבדיל הגז"ל מעג זיך יא.

און וואלן האט דאס שוין ארויסגעברענגט שיין.

עס איז פארהאן צוויי מיני מחלקות.
עס איז איז דא א מחלוקה לשם שמים, ווי די רבי מיט אגודה און אלעס וואס שמעקט מיט ציוניזם
נאכדעם איז דא א מחלוקה מחמת קנאה שנאה און סתם אומפארגינערשיקייט

לאמיר זעהן די חילוק פון ביידע.

די רבי ז"ל

פלעגט פארגיסן טייכן טרערן ווען א ציוניסטישע צה"ל זעלנער איז געשטארבן (אויף שמירה פון די מדינה). ווי עס איז באקאנט די לבי לבי על חלליהם תורה (פארוואס שטייט צוויי מאהל לבי)

האט שטענדיג געשטיצט און געגעבן אן א שיעור צדקה פאר יענע קרייז און פאר זייערע מוסדות (אין גור'ע מתיבתא שפת אמת אין ארץ ישראל איז דא א קאפי פון די רעסיט וואס מ'האט געשיקט פאר'ן רבין פאר די סכום פון 4000 דולר ( א ריזיגע סכום לכל הדיעות און בפרט יענע צייטן) און דאס איז זאכן וואס יעדער ווייסט

די רבי האט זיי שטענדיג זייער שיין אויפגענומען און געגעבן גאר אסאך כבוד (ביז זיי האבן פראבירט משכנע צו זיין דעם רבי'ן וואס דאן איז געקומען א העפטיגע ווערטער אויסטויש)

די רבי האט קיינמאל געשאלטן די ראשי האגודה פערזענדליך

די רבי האט גאר שיין מספיד געווען רבי אהרן קאטלער (וואס דו דארפט פארשטיין אז ווען די רבי איז געפארן קיין ארץ ישראל משכנע זיין נישט צו וועלן, איז ער געפארן משכנע צו זיין יא צו וועלן און געזאגט אז עס גאר א מצווה רח"ל)

ווען זיי האבן עפעס גוט געטוהן, אזוי ווי די קרן השביעית, האט זיי די רבי גאר שטארק מחזק געווען און געהייסן זיין עולם דאס שטיצן.

די רבי דער בעל ברך משה איז באפרייט געווארן קיין אמעריקא אדןרך די אגודת ישראל פון אמעריקא, די רבי פלעגט זיי כסדר געבן געלט אלס הכרת הטוב.

די בני יואל זאליס

סתם א מחלוקה צוליב קנאה

יעדע גוטע זאך וואס ער טוט איז גראד חזיר טריפה און ער וויל נאר אפפירן דאס אידישע פאלק

די קללות וואס ער ווערט באגאסן טאג טעגליך ווערט נאר גרעסער און גרעסער

א מוסד וואס ווערט געשטיצט אדורך די ארונים (ווי נטרונא חכמת לב עמנואל וכו') טאר נישט נהנה זיין קיין דאלער פון די בני יואל זאליס און מ'דארף זיי פארשפארן (הצלה יוכיח ווי ווייט דאס רשעות קען גיין)

מסר'ן בחורים און אינגעלייט איז געווארן א מצווה מן המבחר וכל המרבה הרי זה משובח

יעצט קומען מיר צו צום פוינט. ווען א קינד טרעפט זיך מיט רבנים פון קאטאגאריע א', קען מען טראכטן אז ער וויל זיין ווי די רבי ז"ל און ווי זיין טאטע ז"ל וועלכע האבן נישט געפירט א פערזענדליכע מלחמה מיט זיי.

אבער ווען ער חבר'ט אויך מיט אזעלכע שונאים פון זיין טאטע, און אונז רעדן פון קאטאגאריע ב', דאס איז א עוון בל יכפר, זיי האבן אים פערזענדליך געפייניגט און גע'רודפ'ט. געשאלטן טאג איין טאג אויס, מיט זיי האסטו דיר געטראפן א אחים לדעה???????? לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב. נישט אומזינסט האבן דיינע טאטע'נס שונאים געטראפן ביי דיר די נקמה אין זייער הייליגע טאטע. דאס ווייזט שוין אז דו האסט דיין טאטע און דיין רבי טיף טייער פארפאקט.

_________________

אומזיסט » 28/1/2011 10:08

עס פעלט נישט אויס זיך וויסנדיג צו מאכן פון חדשות' בלאזערייען. תיתי לי'.

נאר עצור במילין לא אוכל אויף דעם וואס סקאט האט אזוי נישט מיר נישט דיר נישט ארויסגעשאקלט פון ארבל אז מוסקאווי איז א לכתחילה שבלכתחילה לויט רוב גדולי אחרונים, איז ממש חס לי' לזרעא דאבא דנימא הכי.

א עוף וואס האט נישט קיין מסורה, איז אסור לויטן רמ"א, וכן נהגו כל בני אשכנז. פינטל. דא קומט ישט אריין אינטערנעט שאלות צי גוגל הדור סטיל ליצנות.

ביי אונזער עלטערן אין אונגארן, האט מען געכשרט כלים וועגן מוסקאווי.

סקאטמאלען » 28/1/2011 16:01

שטייט טאקע אין רמ"א אז מ'עסט נישט קיין עוף אן מסורה, און פארדעם שעכט מען טאקע נישט לכתחלה קיין מוסקאווי, אבער איך האב פאר דיר גרויס נייעס, וואס איך גלייב אז די האסט נישט געזען אין דער איד, ממילא וועט עס זיין פאר דיר אשטיקל שאק: מוסקאווי איז לפי רוב גדולי אחרונים בני אשכנז שבדור הקדום א מסורה'דיגע עוף וואס מ'מעג לכתחלה עסן, ס'נישטא קיין שום רב ופוסק פון אונזערע מדינות וואס זאל אסר'ן מוסקאווי, אין גם אחד, די איינציגע וואס האבן א פראבלעם דערמיט איז א געוויסער אונגערישער פרופעסער, פון ניו ארלינס, בשם א געוויסער רב אדלער פון לונדון, און דער היינטיגער תחתון ר' יצחק שטיין.
מהר"ש סאלאנטער, דער וואלאזשינער ר"י הנציב, דער דברי מלכיאל מ'לאמזשע, דער דרכי תשובה, ועוד, זאגן אלע אז ס'כשר לכתחלה
ביי אונזערע עלטערן אין אונגארן האט מען נישט געכשרט קיין שום כלים וועגן מוסקאווי, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דאס,

פישמאן » 28/1/2011 16:33

לויט ווי ר' אהרן האט אפגעטיישט דער ענין פון מסורה ביי זיין באקאנטע משכיל'ישע דרשה תשנ"ד ביסטו גערעכט אז מוסקאווי קאטשקעס האט א מסורה,

ר' אהרן האט זומער תשנ"ד געוואלט אפשלאגן דאס וואס אסאך גדולי ופוסקי הדור האבן געזאגט אז דער פובליק סקול אין קרית יואל וואס מען טאר נישט לערנערן קיין רעליגיע איז א איסור חמור, האט ר' אהרן מסביר געווען אז מען מעג לערנען קינדער איבער שופר בלאזן און שאקלען לולב, ווייל עס איז העריטעדש, און העריטעדש איז לעגאל צו לערנען אפילו אין פובליק סקול

אויב איז העריטעדש מסורה דעמאלס דארף מען נישט כשר'ן כלים וואס מהאט געקאכט מוסקאווי, און אפילו נישט די וואס האבן די מהודרת צומת הגידין,

סקאטמאלען » 28/1/2011 16:53

לידיעתך, KJ איז נאך עד היום דער איינציגער שחיטה וואס שנייט אויף די פיסלעך פון יעדן הינדל צו באקוקן די צומות הגידין, מ'קען זעהן די שניט אויף די פיסלעך, ממילא אויב איינער זארגט זיך זייער איבער צומות הגידין איז נאר KJ די אויסווייל,

אומזיסט » 28/1/2011 16:58

סקאט, ר' געציל הייסט עס איז זיכער נישט אזוי געלונגען ווי דו. ווען יא ענטפערט ער תיכף אז דאס האט מען אלע יארן געגעסן, און די פעקין - דאס האט די מסורה פראבלעם. ער וואלט נישט געדארפט מאכן א ריקאל בכלל.

סתם פאר נייגעריגקייט, דאס וואס דו זאגסט האסטו נישט גענומען פערצופאל פון שלום לאנדא'ס תשובה...? איך ווייס טאקע נישט פארוואס ער האט ניטאמאל זוכה געווען דער בלאט זאל זיך מטפל זיין מיט זיינע דברי הבל. זעט אויס אז צו רעדן אזא באנטש שטותים מיט א בלעכענעם פנים, קען אפילו שמואל ווידער אויך נישט.

אגב, א יונגערמאן אין קר"י האט ארויסגעגעבן א בירור איבער די נושא אונטערן נאמען זאת תורת העוף, דוכט זיך. עיי"ש ותמצא נחת.

און צום שלוס סקאט, לאמיר דיר אויסלערנען א וויכטיגע זאך, וואס איז דאפלט וויכטיג פאר אזא איינעם ווי דו וואס וויל זייין א.ג. "מעסיג". 

אין יעדן קרייז, בלייבט אסאך מאל אינסייד ביים עולם נאך א שערוריה אנגענומענע מסקנות וואס ברענגען פיל מאל לידי גיחוך. דאס איז ווייל מען וויל באין אופן נישט זיין קיין לוזער. מילא וועט מען זיך טרייסטן מיט תנחומין של הבל. און נאכדעם א יאר 2 שפעטער וועלן זיי נאר געדענקן די לעצטע ווערסיע וואס זייער צד האט מחליט געווען.

ווערט אבער דער פראבלעם ווען זיי קומען אין א פרעמד מקום וואס דארטן האט מען כלל נישט גענומען קיין שטעלונג, אדער גאר מחליט געווען פונקט ס'פארקערטע. קיומט טייל מאל אויס אז די אידן ברענגען זיך ממש בידים בזיונות און געלעכטער.

ע"כ, הער אויס א עצה פון א ידיד, פרוביר דיך בעסער איין צו חזר'ן די ווערסיע וואס די נייטראלע גאס נעמט אן, און עכ"פ וואס די אפיציעלע קוואלן פון די חסידות זאגן. נישט וואס דער פארווייטאגטער עולם רעדט צווישן זיך.

סקאטמאלען » 28/1/2011 17:26

נאך א גרויס נייעס, וואס איר האט מסתם נישט געליינט און דער איד: מצד ר' געציל ור' משולם פאלאטשעק ושאר הבעלי מכשירים, וואלט מען עד היום נישט געמאכט קיין ריקאל, זיי האבן געהאלטן אז בדיעבד פעלט נישט אויס צו מחמיר זיין אויף א עוף וואס לפי רוב רבותינו איז עס כשר, דער איינציגער וואס האט זיך גע'עקשנט אז מ'זאל דוקא יא מאכן א ריקאל איז ר' אהרן, צוליב זיין אבסעסיע צו אלעמאל מחמיר זיין צוליב די מהודרת נאמען, דאס וועט דיר ר' יצחק שטיין באשטעטיגן, דאס איז געווען ביי די הוקופ אסיפה ווען ר' אהרן איז געווען אין פאלם ספרינגס,

נאך א נייעס וואס איר האט זיכער נישט געליינט און דער איד: די נייטראלע וועלט לאכט זיך אויס פון די גאנצע מוסקאווי-פאליטיק, גלייב מיר איך ווייס וואס איך רעד, 
די אנדערע וואך האב איך פערזענליך גערעט מיט א גאר חשוב'ער נייטראלער סאטמארע טיפ איד, וואס גראדע זיין משפחה פון אלע צדדים געהער מער צו צד מהרז"ל, און ער הערט זיך אלס צאם פון אלע פאליטיק, נעגאטיוו קעגן די ארונים, האט ער מיר געזאגט אז ער קלערט צו אויפהערן קויפן הינער ביי 82, און קויפן נאר KJ, צוליב עפעס א געוויסער חשש, וואס איך גראדע האבן איהם אפגערעט צוליב דעם חשש, אינעם שמועס איז קיינמאל ארויפגעקומען די מוסקאווי-פאליטיק, די איינציגע סקאנדאל וואס קומט אלס ארויף איז די פינקל פרשה, מוסקאווי איז א דשאוק.

מלך_מלכים » 28/1/2011 18:48

theחדשות כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ביטע פארענטפער מיר:

די רבי ז"ל בעל דברי יואל האט געמעגט זיך טרעפן
די רבי ז"ל בעל ברך משה האט געמעגט זיך טרעפן
די רבי שליט"א מהר"א טאר נישט
און להבדיל הגז"ל מעג זיך יא.

דער וואס פארפירט אז מען מאכט שלום מיט די שונאים, אויף אים איז די קשיא, מאך מיך עס נישט איבערחזרן נאכאמאל.

און וואלן האט דאס שוין ארויסגעברענגט שיין.

עס איז פארהאן צוויי מיני מחלקות.
עס איז איז דא א מחלוקה לשם שמים, ווי די רבי מיט אגודה און אלעס וואס שמעקט מיט ציוניזם
נאכדעם איז דא א מחלוקה מחמת קנאה שנאה און סתם אומפארגינערשיקייט

ווי למשל די ארונישע מערכה קעגן בני יואל איז וואס?

לאמיר זעהן די חילוק פון ביידע.

די רבי ז"ל

פלעגט פארגיסן טייכן טרערן ווען א ציוניסטישע צה"ל זעלנער איז געשטארבן (אויף שמירה פון די מדינה). ווי עס איז באקאנט די לבי לבי על חלליהם תורה (פארוואס שטייט צוויי מאהל לבי)

ווייסעך נישט פון וואס דו רעדסט, פליז עקספלעין יור סעלף

האט שטענדיג געשטיצט און געגעבן אן א שיעור צדקה פאר יענע קרייז און פאר זייערע מוסדות (אין גור'ע מתיבתא שפת אמת אין ארץ ישראל איז דא א קאפי פון די רעסיט וואס מ'האט געשיקט פאר'ן רבין פאר די סכום פון 4000 דולר ( א ריזיגע סכום לכל הדיעות און בפרט יענע צייטן) און דאס איז זאכן וואס יעדער ווייסט

קריגסט דא מיט איינעם? איינער האט דא געזאגט אנדערש?

די רבי האט זיי שטענדיג זייער שיין אויפגענומען און געגעבן גאר אסאך כבוד (ביז זיי האבן פראבירט משכנע צו זיין דעם רבי'ן וואס דאן איז געקומען א העפטיגע ווערטער אויסטויש)

די רבי האט קיינמאל געשאלטן די ראשי האגודה פערזענדליך

דער רבי האט געגעסן קיפעלעך פאר מלווה דמלכה

די רבי האט גאר שיין מספיד געווען רבי אהרן קאטלער (וואס דו דארפט פארשטיין אז ווען די רבי איז געפארן קיין ארץ ישראל משכנע זיין נישט צו וועלן, איז ער געפארן משכנע צו זיין יא צו וועלן און געזאגט אז עס גאר א מצווה רח"ל)

דער רבי האט געגעסן בארשט מיטל נאכט יו"ט

ווען זיי האבן עפעס גוט געטוהן, אזוי ווי די קרן השביעית, האט זיי די רבי גאר שטארק מחזק געווען און געהייסן זיין עולם דאס שטיצן.

די רבי דער בעל ברך משה איז באפרייט געווארן קיין אמעריקא אדןרך די אגודת ישראל פון אמעריקא, די רבי פלעגט זיי כסדר געבן געלט אלס הכרת הטוב.

ר' שמואל קאצעטאטערמאן איז געראטטעועט געווארן דורעך ר' גימפל קראצערטאך אין ער האט אים מכיר טובה געוועהן

די בני יואל זאליס

סתם א מחלוקה צוליב קנאה

ווי אויך די ארונים

יעדע גוטע זאך וואס ער טוט איז גראד חזיר טריפה און ער וויל נאר אפפירן דאס אידישע פאלק

גענוי אזוי זאגן די ארוניס אויף די זאליס אויך, זיי מסביר א חילוק?

די קללות וואס ער ווערט באגאסן טאג טעגליך ווערט נאר גרעסער און גרעסער

די קללות וואס רז"ל ווערט באגאסן דורעך די ארוניס ווערט אויך נאר גרעסער אין גרעסער

א מוסד וואס ווערט געשטיצט אדורך די ארונים (ווי נטרונא חכמת לב עמנואל וכו') טאר נישט נהנה זיין קיין דאלער פון די בני יואל זאליס און מ'דארף זיי פארשפארן (הצלה יוכיח ווי ווייט דאס רשעות קען גיין)

א מוסד וואס ווערט געשטיצט דורעך זאליס ווערט בוקאטירט דורך ארוניס, כולל שומרי החומות יוכיח

מסר'ן בחורים און אינגעלייט איז געווארן א מצווה מן המבחר וכל המרבה הרי זה משובח

וכן למר, איך ווייס נישט פארוואס משה לייב וויטריאל מיט דוד עקשטיין מעגן יא? איז מסירה א ארוני טרעידמארק?

SatmarBum » 30/1/2011 11:40

נייע קליפ פון די שמועס

תוקן על ידי SatmarBum ב- 30/01/2011 11:41:28

פריינדליך » 30/1/2011 18:22

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ביטע פארענטפער מיר:

די רבי ז"ל בעל דברי יואל האט געמעגט זיך טרעפן
די רבי ז"ל בעל ברך משה האט געמעגט זיך טרעפן
די רבי שליט"א מהר"א טאר נישט
און להבדיל הגז"ל מעג זיך יא.

דער וואס פארפירט אז מען מאכט שלום מיט די שונאים, אויף אים איז די קשיא, מאך מיך עס נישט איבערחזרן נאכאמאל.

די ארונים פארפירן אז איר מאכט שלום מיט שונאים וואס זענען נאך "היינט" עומד במרדם משא"כ דער היינטיגער קלויזענבורגער איז נישט שולדיג אז זיין טאטע -איז אין בעסטן פאל- געווען א מאדנער מענטש .פון אים האט מען נישט געהערט קיין דברי דופי אויפן רבין זי"ע. עס איז דא גענוג קינדער פון זאליס/בנ"י וואס דרייען זיך ביי די ארונים און מען זאגט זיי גארנישט
-
און וואלן האט דאס שוין ארויסגעברענגט שיין.

עס איז פארהאן צוויי מיני מחלקות.
עס איז איז דא א מחלוקה לשם שמים, ווי די רבי מיט אגודה און אלעס וואס שמעקט מיט ציוניזם
נאכדעם איז דא א מחלוקה מחמת קנאה שנאה און סתם אומפארגינערשיקייט

ווי למשל די ארונישע מערכה קעגן בני יואל איז וואס?

עס איז א שאד איבערצוקייען היסטאריע אזויפיל מאל. אבער בנ"י זענען געווען די ערשטע אנצוהייבן די מחלוקה צו צורייסן סאטמר פון אינעווייניג(דעמאלטס האבן זיי נאכנישט געזאגט אז זיי ווילן זיך אפטיילן. נאר געשטערט פון אינעווייניג.למשל אריינשרייען ווען דער בב"מ האט גטוישט ניגון אויף לכה דודי. ארויפלייגן דעם טאוול וכו') און וואס עס איז געגאנגען ווייטער איז שוין ליידער געווען א באל וואס קוילערט זיך
-
-לאמיר זעהן די חילוק פון ביידע.

די רבי ז"ל

פלעגט פארגיסן טייכן טרערן ווען א ציוניסטישע צה"ל זעלנער איז געשטארבן (אויף שמירה פון די מדינה). ווי עס איז באקאנט די לבי לבי על חלליהם תורה (פארוואס שטייט צוויי מאהל לבי)

ווייסעך נישט פון וואס דו רעדסט, פליז עקספלעין יור סעלף

אז דו קענסט נישט דעם רבין'ס תורות איז קיינער נישט שולדיג. אבער דאס ווייסטו זיכער אז דער רבי פלעגט ביי יעדע מלחמה מתפלל זיין אז קיין שום יוד זאל נישט געשעדיגט ווערן אפילו די צה"לניקעס

האט שטענדיג געשטיצט און געגעבן אן א שיעור צדקה פאר יענע קרייז און פאר זייערע מוסדות (אין גור'ע מתיבתא שפת אמת אין ארץ ישראל איז דא א קאפי פון די רעסיט וואס מ'האט געשיקט פאר'ן רבין פאר די סכום פון 4000 דולר ( א ריזיגע סכום לכל הדיעות און בפרט יענע צייטן) און דאס איז זאכן וואס יעדער ווייסט

קריגסט דא מיט איינעם? איינער האט דא געזאגט אנדערש?

יא! איר שרייט אז מען טאר נישט געבן געלט פאר די מוסדות אין עמנואל ווייל זיי גייען קומענדיגע יאר נעמען געלט פון די מדינה. און בכלל די פוינט איז אז דו מעגסט און דארפסט שטיצן דיין בר פלוגתא אפילו ער גייט נישט מיט אונזער שיטה. כל שכן ווען עס רעדט זיך פון אן ארגאניזאצי וואס קלערט אויף די וועלט אז די ציונים פארטרעטן נישט יודן. אפילו דיין שונא שטיצט אים
-
די רבי האט זיי שטענדיג זייער שיין אויפגענומען און געגעבן גאר אסאך כבוד (ביז זיי האבן פראבירט משכנע צו זיין דעם רבי'ן וואס דאן איז געקומען א העפטיגע ווערטער אויסטויש)

די רבי האט קיינמאל געשאלטן די ראשי האגודה פערזענדליך

דער רבי האט געגעסן קיפעלעך פאר מלווה דמלכה

די זעלבע פוינט. אפילו ער איז אנדערש פון דיר אין די יסודות פון יודישקייט. טארסטו אים נאך אלס נישט שעלטן. כל שכן ווען דיין גאנצע טענה איז נאר אז ער האט דיר בעולה'ט 

די רבי האט גאר שיין מספיד געווען רבי אהרן קאטלער (וואס דו דארפט פארשטיין אז ווען די רבי איז געפארן קיין ארץ ישראל משכנע זיין נישט צו וועלן, איז ער געפארן משכנע צו זיין יא צו וועלן און געזאגט אז עס גאר א מצווה רח"ל)

דער רבי האט געגעסן בארשט מיטל נאכט יו"ט

האט געגבן "כבוד" פאר איינעם וואס איז אפן געווען קעגן די שיטה

ווען זיי האבן עפעס גוט געטוהן, אזוי ווי די קרן השביעית, האט זיי די רבי גאר שטארק מחזק געווען און געהייסן זיין עולם דאס שטיצן.

די רבי דער בעל ברך משה איז באפרייט געווארן קיין אמעריקא אדןרך די אגודת ישראל פון אמעריקא, די רבי פלעגט זיי כסדר געבן געלט אלס הכרת הטוב.

ר' שמואל קאצעטאטערמאן איז געראטטעועט געווארן דורעך ר' גימפל קראצערטאך אין ער האט אים מכיר טובה געוועהן

ער האט זיי געשטיצט אפילו זיי זענען ציונים

די בני יואל זאליס

סתם א מחלוקה צוליב קנאה

ווי אויך די ארונים

א געשאסענע קויל שיסט מען נישט צוריק. די ארונים האבן נישט געהאט וועם צו מקנא זיין...

יעדע גוטע זאך וואס ער טוט איז גראד חזיר טריפה און ער וויל נאר אפפירן דאס אידישע פאלק

גענוי אזוי זאגן די ארוניס אויף די זאליס אויך, זיי מסביר א חילוק?

למשל? און עס איז אויך א חילוק ווען אאיינער רעדט קעגן איינעם ווייל ער וויל סתם בארעדן. ווי איינער וואס רעדט ווייל ער וויל אופטוען לדוגמא שחיטה. ווייץ.  

די קללות וואס ער ווערט באגאסן טאג טעגליך ווערט נאר גרעסער און גרעסער

די קללות וואס רז"ל ווערט באגאסן דורעך די ארוניס ווערט אויך נאר גרעסער אין גרעסער

למשל? זאג מיר וויפיל אשכולות טיז דא לעצטנס קעגן ר' אהרן און וויפיל קעגן רז"ל(פערזענדליך. נישט אויף די פארטיי)
-
א מוסד וואס ווערט געשטיצט אדורך די ארונים (ווי נטרונא חכמת לב עמנואל וכו') טאר נישט נהנה זיין קיין דאלער פון די בני יואל זאליס און מ'דארף זיי פארשפארן (הצלה יוכיח ווי ווייט דאס רשעות קען גיין)

א מוסד וואס ווערט געשטיצט דורעך זאליס ווערט בוקאטירט דורך ארוניס, כולל שומרי החומות יוכיח

האבן די ארונים אויפגעהערט געבן געלט פאר זיי? ניין! נאר וואס דען? פונקט ווי קרן קיימת קען נישט מאכן קיין אפיל אין ראדני. קען איינער וואס שטיצט די אינטערברעכער פון די קהילה נישט מאכן קיין אפיל אין ק"י
מסר'ן בחורים און אינגעלייט איז געווארן א מצווה מן המבחר וכל המרבה הרי זה משובח

וכן למר, איך ווייס נישט פארוואס משה לייב וויטריאל מיט דוד עקשטיין מעגן יא? איז מסירה א ארוני טרעידמארק?

סך הכול: אויב איינעם'ס טאטע איז געווען קעגן אונז און ער איז נישט(אדער ווייניגסטנס זאגט ער עס נישט) איז נישט קיין פראבלעם צו גיין צו אים. משא"כ אז איינער שרייט נאך היינט אויפן ב"מ שגץ. איז ער נישט וועלקאם אין סאטמאר

שטריברורין » 30/1/2011 18:57

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו מקפיד זיין אז די שטאט ווי די ווייץ וואקסט מוז הייסן "לונג איילנד" אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?

במחילת כבוד חכמתך, די קפידא איז נישט צו דאס הייסט לאנג איילנד אדער אריזאנע אדער אונגערישע ווייץ, די קפידא איז צו דאס וואקסט אויף מי גשמים אזוי ווי אין אונגארן, אדער וואקסט דאס אין נייע שווים באסיינען אן קיין מסורת אבות נישט קיין חילוק צו אין אריזאנע אדער לאנג איילענד/אונגארן. 
 
מ'געפין מיר און קיין שום פוסק פון שו"ע ונוש"כ, אזא מין מושג צו מקפיד זיין אויף מי גשמים לגבי חיטי פסח, ס'ממש צום שטוינען ווי מענטשן ערפינדן נייע חששות וואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט אין געזען, און מ'קען נאך זאגן כל המשנה,

גלייב מיר ווען ס'וואלט געווען אין צייטן פון ב"י אזא מין השגה ווי מהודר'דיגע מאשין מצות וואלט ער אויך גערעדט דערפון, און ס'איז ארוניש צו זאגן אז ס'נישטא קיין שום חששות אין מאשין מצות וויבאלד דער שו"ע רעדט נישט דערפון, די מערערים אויף די נייע אויפגעקומענע מהודר'דיגע סווימינג פול ווייץ האלטן אז ס'דא דארט פיל מער חששות ווי מאשין מצות וואס ווערט אויך נישט דערמאנט אין שו"ע אזא מין חשש.

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו ערפינדן נייע חששות פון זאלציגע וואסער, ברוינע ערד, רינעדיגע גלוטין שמוטין, וכל הבלים שלא ידעו שערו אבותינו מעולם אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט, נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?

אפשר ברויך מען אויך נעמן חשש מורכב'דיגע אתרוגים ווייל ס'איז נקי מכל?

האלא! מורכב איז א חשש וואס ווערט ברייט ארומגענומען אין אלע פוסקים

אה קודם א שיינע דאנק פארן בארייכערן דעם ציבור מיט דיינע ידיעות אז מורכב איז שוין א נושא וואס ווערט ברייט ארומגענומען אין אלע פוסקים, אבער דא איז עס נישט נוגע ווייל איך האב נאר מדמה געווען צו חשש מורכב, הגם דו האלסט אז אריזאנע ווייץ האט נישט קיין חשש אויך נישט, אבער אנדערע מבינים אין דעם פעלד זאגן – מאיזה סיבה שהוא –  אז דאס האט יא חששות און ווען דו ענפערסט זיי אז דאס איז מהודר ווייל ס'איז נקי מחשש מצוצחות ומבקעות, האט דאס א פנים ווי איינער וועט ענטפערן אויף מערערים אויף א אתרוג פעלד אז דאס איז א חשש מורכב, – מאיזה סיבה שהוא –  וועט ער ענטפערן ס'איז דאך הדר ממש נקי מכל    

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו אפחוזק'ן פון שחיטה מונחת דער ארגינעלער און לכתחלה'דיגע וועג וואס אונזער זיידעס בכל הדורות ביז די הייליגע קרבנות אין עזרה בבית מטבחיא האבן געשחט'ן די קרבנות לכפר על כל עוונותינו?

שחיטה מונחת איז א שיטה יחידאה (עי' ש"ך יו"ד סי' ו' ב) די חוזק מאכט עטץ אויף אבותינו ורבותינו אז זיי האבן געגעסן ליבי נוקפידיגע פלייש

מונחת, איז דער לכתחלה'דיגער וועג צו שחט'ן, אזוי האט מען געשחטן אינדערהיים, און אזוי האט מען געשחטן קרבנות אין בית המקדש

איך וויל קלאהר מאכן, מיר זענען מערער אויף חיטי אריזאנע וועלעכע איז א נייע זאך וואס מ'האט קיינמאל נישט מהדר געווען צו פלאנצן ווייץ אין בורות, ווידעראום שחיטה מונחת איז נישט דעם עם הארץ'ס חידוש, דאס האט יא געטון פריער אויף דעם זענען מיר נישט מערער און קיינער מאכט נישט חוזק פון שחיטה מונחת, מיר מאכן חוזק פון דעם זשאוק אז משה פינקעל וויל איינפירן צוריק שחיטה מונחת
השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

די אלע השגות האבן קיין שום שייכות צו די הדרכה ותורת רבינו הדברי יואל זצ"ל, דאס קומט ענדערש אלס א דירעקטע רעזולטאט פון עסן לכל הפחות איין שאכטל שמאלץ הערינג און זיך קראצן די פיס און מקוה פאר א האלבע שעה,

10 שאכטעלעך הערינג וועט נישט אוועקנעמן איין כזית מוסקאווי שחיטה מונחת פלייש

לידיעתך, מוסקאווי איז א כשר'ע עוף לכתחלה שבלכתחלה לויט רוב גדולי אחרונים, און אויב איינער עסט עס נישט צוליב מסורה, איז בדיעבד זיכער דא א גרויסער מקום להתיר,

שטאטעלעך, דו מאכסט א קיגל פון כשר מיט מסורה, יעדע עוף לאו דוקא מוסקאווי אויב האט דאס סימני טהרה איז עס כשר אויף דעם איז נישטא מפלפל צו זיין, נישט דעס איז דער פראבלעם מיט מוסקאווי, די פראבלעם איז דאס וואס דו געסט א שלינג צאם 'מסורה' מוסקאווי האט נישט קיין מסורה און לויטן רמ"א טאר מען נישט עסן עופות אן קיין מסורה אפגעזען צו ס'האט סימני טהרה, און פאפ דיך נישט, ווען מ'האט מערער געווען אויף ניקר האט דער עם הארץ געענפערט עפרא לפומיה ויאכלו ענוים וישבעו און זיך אויסגעלאכט, מ'האט מערער געווען אויפן סקול דיסטריקט האט מען זיך אויסגעלאכט פונעם אלטן נער פון בעדפארד היללס, מ'האט מערער געווען אויף חיטי סווימינג פול האט מען זיך אויסגעלאכט ס'איז גאר מער מהודר, פליצלינג ביי די כשר'ע מוסקאווי קאטשקעס וואס האט געהאט א מסורה אין אלע דורות (עפ"ל) דארט האט מען זיך אומזיסט דערשראקן פון די שונאים'ס פאלטשע בילבילים

סקאטמאלען » 30/1/2011 20:21

שטריברורין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו מקפיד זיין אז די שטאט ווי די ווייץ וואקסט מוז הייסן "לונג איילנד" אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?

במחילת כבוד חכמתך, די קפידא איז נישט צו דאס הייסט לאנג איילנד אדער אריזאנע אדער אונגערישע ווייץ, די קפידא איז צו דאס וואקסט אויף מי גשמים אזוי ווי אין אונגארן, אדער וואקסט דאס אין נייע שווים באסיינען אן קיין מסורת אבות נישט קיין חילוק צו אין אריזאנע אדער לאנג איילענד/אונגארן. 
 
מ'געפין מיר און קיין שום פוסק פון שו"ע ונוש"כ, אזא מין מושג צו מקפיד זיין אויף מי גשמים לגבי חיטי פסח, ס'ממש צום שטוינען ווי מענטשן ערפינדן נייע חששות וואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט אין געזען, און מ'קען נאך זאגן כל המשנה,

גלייב מיר ווען ס'וואלט געווען אין צייטן פון ב"י אזא מין השגה ווי מהודר'דיגע מאשין מצות וואלט ער אויך גערעדט דערפון, און ס'איז ארוניש צו זאגן אז ס'נישטא קיין שום חששות אין מאשין מצות וויבאלד דער שו"ע רעדט נישט דערפון, די מערערים אויף די נייע אויפגעקומענע מהודר'דיגע סווימינג פול ווייץ האלטן אז ס'דא דארט פיל מער חששות ווי מאשין מצות וואס ווערט אויך נישט דערמאנט אין שו"ע אזא מין חשש.

מיין טייער ברודער, איר האט א גרויסען טעות דא, דער מושג פון משקה זיין שדות אנע מי גשמים, איז נישט קיין ניי טעכנאלאגיע, ס'איז אזוי אלט ווי דער וועלט שטייט, ארץ מצרים איז דער נילוס משקה, אידישע קהלות האבן דארט געוואוינט פאר דורי דורות, ולא מצאינו בשום מקום אז די אנשי מצרים זאלן האבן געגאגען זוכן דוקא ווייץ פון מי גשמים, בכלל מיר ווייסן אז דער ענין פון חיטי פסח, דארף זיין שמירה משעת "קצירה", ס'נישטא קיין שום חז"ל ראשון אחרון, תשובה, וואס זאל מרמז זיין ברמז קל אז מ'דארף עפעס חושש זיין משעת "חנטה", אדער משעת "זריעה", דאס איז אזא פארקרומטע המצאה אז גלייב מיר ענק וועלן זיך נאך אמאל שעמען דערמיט.

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו ערפינדן נייע חששות פון זאלציגע וואסער, ברוינע ערד, רינעדיגע גלוטין שמוטין, וכל הבלים שלא ידעו שערו אבותינו מעולם אנשטאט וואס דער שלחן ערוך זאגט, נקי מחשש "מצומחת ומבקעות"?

אפשר ברויך מען אויך נעמן חשש מורכב'דיגע אתרוגים ווייל ס'איז נקי מכל?

האלא! מורכב איז א חשש וואס ווערט ברייט ארומגענומען אין אלע פוסקים

אה קודם א שיינע דאנק פארן בארייכערן דעם ציבור מיט דיינע ידיעות אז מורכב איז שוין א נושא וואס ווערט ברייט ארומגענומען אין אלע פוסקים, אבער דא איז עס נישט נוגע ווייל איך האב נאר מדמה געווען צו חשש מורכב, הגם דו האלסט אז אריזאנע ווייץ האט נישט קיין חשש אויך נישט, אבער אנדערע מבינים אין דעם פעלד זאגן – מאיזה סיבה שהוא –  אז דאס האט יא חששות און ווען דו ענפערסט זיי אז דאס איז מהודר ווייל ס'איז נקי מחשש מצוצחות ומבקעות, האט דאס א פנים ווי איינער וועט ענטפערן אויף מערערים אויף א אתרוג פעלד אז דאס איז א חשש מורכב, – מאיזה סיבה שהוא –  וועט ער ענטפערן ס'איז דאך הדר ממש נקי מכל    

ווער זענען די מבינים אין די פעלד? זענען זיי גערעסערע מבינים ווי אבותינו ורבותינו, וואס זענען לגמרי נישט מרמז אז מ'דארף עפעס א שמירה איידער די קצירה

השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

איז דאס טאקע יסודתן פון אלט סאטמאר, צו אפחוזק'ן פון שחיטה מונחת דער ארגינעלער און לכתחלה'דיגע וועג וואס אונזער זיידעס בכל הדורות ביז די הייליגע קרבנות אין עזרה בבית מטבחיא האבן געשחט'ן די קרבנות לכפר על כל עוונותינו?

שחיטה מונחת איז א שיטה יחידאה (עי' ש"ך יו"ד סי' ו' ב) די חוזק מאכט עטץ אויף אבותינו ורבותינו אז זיי האבן געגעסן ליבי נוקפידיגע פלייש

מונחת, איז דער לכתחלה'דיגער וועג צו שחט'ן, אזוי האט מען געשחטן אינדערהיים, און אזוי האט מען געשחטן קרבנות אין בית המקדש

איך וויל קלאהר מאכן, מיר זענען מערער אויף חיטי אריזאנע וועלעכע איז א נייע זאך וואס מ'האט קיינמאל נישט מהדר געווען צו פלאנצן ווייץ אין בורות, ווידעראום שחיטה מונחת איז נישט דעם עם הארץ'ס חידוש, דאס האט יא געטון פריער אויף דעם זענען מיר נישט מערער און קיינער מאכט נישט חוזק פון שחיטה מונחת, מיר מאכן חוזק פון דעם זשאוק אז משה פינקעל וויל איינפירן צוריק שחיטה מונחת
השי"ת ישמרהו מהם ומהמונם!

די אלע השגות האבן קיין שום שייכות צו די הדרכה ותורת רבינו הדברי יואל זצ"ל, דאס קומט ענדערש אלס א דירעקטע רעזולטאט פון עסן לכל הפחות איין שאכטל שמאלץ הערינג און זיך קראצן די פיס און מקוה פאר א האלבע שעה,

10 שאכטעלעך הערינג וועט נישט אוועקנעמן איין כזית מוסקאווי שחיטה מונחת פלייש

לידיעתך, מוסקאווי איז א כשר'ע עוף לכתחלה שבלכתחלה לויט רוב גדולי אחרונים, און אויב איינער עסט עס נישט צוליב מסורה, איז בדיעבד זיכער דא א גרויסער מקום להתיר,

שטאטעלעך, דו מאכסט א קיגל פון כשר מיט מסורה, יעדע עוף לאו דוקא מוסקאווי אויב האט דאס סימני טהרה איז עס כשר אויף דעם איז נישטא מפלפל צו זיין, נישט דעס איז דער פראבלעם מיט מוסקאווי, די פראבלעם איז דאס וואס דו געסט א שלינג צאם 'מסורה' מוסקאווי האט נישט קיין מסורה און לויטן רמ"א טאר מען נישט עסן עופות אן קיין מסורה אפגעזען צו ס'האט סימני טהרה,

עיין לעיל, מה שכתבתי שרוב רובי רבותינו שבדור הקדום פוסקים שמוסקאווי יש להם מסורה

און פאפ דיך נישט, ווען מ'האט מערער געווען אויף ניקר האט דער עם הארץ געענפערט עפרא לפומיה ויאכלו ענוים וישבעו און זיך אויסגעלאכט, מ'האט מערער געווען אויפן סקול דיסטריקט האט מען זיך אויסגעלאכט פונעם אלטן נער פון בעדפארד היללס, מ'האט מערער געווען אויף חיטי סווימינג פול האט מען זיך אויסגעלאכט ס'איז גאר מער מהודר, פליצלינג ביי די כשר'ע מוסקאווי קאטשקעס וואס האט געהאט א מסורה אין אלע דורות (עפ"ל) דארט האט מען זיך אומזיסט דערשראקן פון די שונאים'ס פאלטשע בילבילים

הער מיך צו מיין פריינד, דו קוקסט מיר דאך יא אויס ווי א שטיקל בר שכל, לאמיך אייך יעצט עפעס מסביר, און איך גלייב אז אויב איר וועט אביסל אוועקלייגן אייער זייטיגע נגיעות קעגן ר' אהרן'ען וועט איר איינזעהן און די גרעכטיקייט פון מיינע דיבורים

די א"ג מוסקאווי "סקאנדאל" איז בעיני הבריות משאר העולם הנוטרלי א גרויסער דש
אוק אין ריינער פאליטיק, גלייב מיר איך ווייס וואס איך רעד
איך ווייס אז ס'שווער פאר דער זאלי עס צו אקצעפטירן נאכדעם וואס דער איד האט א מאסיווער פארנעם אזוי געוואשן די מוחות אז דא האט פאסירט נאך פינקל מעשה, און זיך שוין געשפירט גוט אז דא האט מען געפאקט דעם טוטער אהרן, און דא גייט ער האבן די לאנג ערוואטעטע מפלה,

יעצט הער פארוואס:

דאס איז כו"ע מודה אז ר' אהרן האט קיינמאל מציע געווען אז מהיום והלאה זאל מען שחט'ן מוסקאווי קאטשקעס, ער האלט פונקט ווי דיר אז מוסקאווי איז למעשה א עוף וואס מ'האט נישט געשאכטן אין קיין היימישע שחיטות אין ניו יארק און ער גייט זיך ווייטער האלטן ביי דעם
 
דאס גאנצע וואס דא האט פאסירט איז א "שאלה" פון א "בדיעבד", וואס איז נתגלה געוואן לאחר המעשה נאכן שעכטן נאכן דיסטריביוטן אז 1
געוויסער פראדאקשן איז מעגליך געווען מוסקאווי, א עוף וואס לויט אסאך איז עס כשר לכתחלה,

בכגון דא געהער די שאלה סטריקטלי פאר דעם
אינדיווידועלע מענשטן וואס ניצן מוסקאווי קאטשקעס זיי זאלן פרעגן זייער דיין מה להם לעשות, ר' יחזקאל ראטה האט א רעכט צו הייסן כשר'ן, און ר' געציל בערקאוויטש האט א רעכט צו אינגאצן מתיר, און ר' אהרן האט א רעכט צו עכ"פ מאכן א ריקאל,

קומט א בנ"י אינגערמאן אין קר"י און שרייבט אפ א לאנגע תשובה אז מוסקאווי איז טרייף, רבוש"ע פאר וועם שרייבסטו דאס, דיינע קאלעגען האבן דאך זיכער נישט געקויפט די קאטשקעס, אויף להבא זאגט דאך ר' אהרן אז ער פלאנט קיינמאל נישט צו שעכטן מוסקאווי, נו וואס מאכסטעך משוגע?

לאור הנ"ל זאלט איר זיך נישט וואונדערן פארוואס די נורטראלי וועלט האט אינגאנצן איגנארירט די א"ג סקאנדאל.

איך האף איר פארשטייט מיין דערהער, כי קצרתי קצת ותן לחכם ויחכם עוד,