ביי די נייע בית השחיטה
נאכצוקומען דעם פארלאנג, ספעציעל בעפאר די ימים טובים ווען די ביז יעצטיגע השחיטה אין טעקסאס קען נישט נאכקומען דעם גרויסען פארלאנגן פונעם ציבור המדקדים בכשרות
תוקן על ידי rebyankel ב- 26/01/2011 18:17:20
תוקן על ידי rebyankel ב- 26/01/2011 18:17:20
תוקן על ידי rebyankel ב- 26/01/2011 19:38:24
|
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/01/2011 20:48:13
| |||||||||||||||||||
| [בילד – נישט אפגעהיט] | |||||||||||||||||||
| [בילד – נישט אפגעהיט] | |||||||||||||||||||
|
נאכ'ן ענדיגן געזעגענען דעם ציבור אנ"ש אין וויליאמסבורג איז מרן רבינו שליט"א אפגעפלויגן קיין מעקסיקאו סיטי ווי עס איז פארהאן א שחיטה פלענט אונטער די בעלות פון מיעל מארט, ווי מען האט אין די טעג אנגעהויבן שעחטן בהמות פאר די בית השחיטה דקהלתינו הק' מיט די מהודר'יגע אופנים וואס דער רבי שליט"א האט אראפגעשטעלט אין די בית השחיטה המהודרת אין טעקסאס, נאכדעם וואס די שחיטה אין טעקסאס איז נישט גענוג בליעה"ר פאר'ן פארמערטע ציבור מדקדקים בכשרות.
אין לופט-פעלד אין מעקסיקאו האט אפגעווארט הגה"צ דער נירבאטור רב שליט"א וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און אינאיינעם זענען זיי געגאנגען צום שלאכט-הויז ווי מען האט געדאווענט שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד אינאיינעם מיט די שוחטים ובודקים דקהלתינו הק' וועלכע זענען אצינד דארט.
דער רבי שליט"א האט דורכאויס דעם היינטיגן טאג זיך אומגעקוקט פון דער נאהנט אינעם גאנצן בית השחיטה, און וועט זיך אי"ה אומקערן למעונו אין קרית יואל דאנערשטאג אינדערפרי.
מרן רבינו שליט"א האט נאכט פארלאזט מעקסיקא ווי דער רבי האט געוויילט וועגן די שחיטה, אויפן וועג קיין ניו יארק, אבער דער שווערער וועטער סיטואציע אין ניו יארק און אומגעגנט האט נישט ערלויבט די פליגער צו לאנדן, און צוליב דעם האט דער פליגער פון רבי'ן שליט"א געמוזט לאנדן אין וואשינגטאן די. סי.
ווי נאר דער רבי שליט"א איז אהין אנגעקומען האבן זיך די עסקני קהלתינו הק' גלייך אריינגעווארפן אינעם הינזיכט און נאך גרויסע שתדלנות און אינטערוועץ פון הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, און ר' משה ארי' וויזעל הי"ו ביי די הויכע בעאמעטע ווי סענעטאר יוסף ליבערמאן און נאך, איז מרן רבינו שליט"א אראפגעפירט געווארן פונעם פליגער גלייך צו א פריוואטער ציממער מיט די הילף פון הרב לוי שם טוב הי"ו פון וואשינגטאן, ווי עס האט שוין דאן אפגעווארט א מנין וועלעכע זענען ספעציעל געקומען צו פאהרן פון באלטימאר א דאנק די הילף פון הרב אייכענשטיין שליט"א איידעם פון הרה"ג ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א רב דק' ראשית חכמה, און די חברה הצלה פון באלטימאר, און זיי האבן מיט געברענגט א ספר תורה און מען האט זיך געשטעלט דאווענען.
שפעטער מיטאג צייט האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה, און דאן איז דער רבי שליט"א געפארן אויף ווערדישניע פון ווי דער רבי שליט"א איז אויפן וועג אצינד מיט'ן באן קיין נוארק לופט-פעלד אין ניו דערשזי.
♦♦♦
מרן רבינו שליט"א באזוכט אינעם בית השחיטה מהודרת אין מעקסיקא
דער רבי שליט"א איז בודק די חלפים


דער ספעציעלער מהודר'דיגע מונחת באקס


דער רבי שליט"א איז בודק די סימנם פארן שחט'ן

די רבי שליט"א גייט דורך מיט'ן משגיך די רשימה פון די כשר געמאכטע בהמות



ווערט געזעהן די ספעציעלע רשימה ווי מען האלט חשבון אויף די כשרע און נישט כשרע

ביי די שרי' און הדחות




דער רבי שליט"א געט אנוויזענונגען פאר די זאלצערס


דער רבי שליט"א אויפן ספעציעלן בדיקת פלאטפורמע

דער רבי שליט"א ביים דאווענען מנחה אינאיינעם מיט די שוחטים ובודקים

דער רבי שליט"א לערנענדיג אין לופט פעלד

דער רבי שליט"א ביי תפלת שחרית אין וואשינגטאן נאכדעים וואס די פליגער האט נישט געקענט לאנדען אין ניו יארק

תושבי באלטימאר גייען דורך שלום נעמען

דאווענענדיג מנחה אין וואשינגטאן
