אין א נארוואס ערשינענער קליפ פון די מעלאנע חתונה פארגאנגענעם ט"ו בשבט אין הופפער שול, זעט מען ווי דער רויטער הירצקא שטיין לערנט דעם ר' אהרן טאנצן. טאנצן האבן מיר געזאגט? בעסער געזאגט שפרינגען.
חוץ מזה ווי מען זעט דארט דעם חכם האלטן גאר א כיטרע אויג אגאנצן מצוה טאנץ אויף דעם דזשיגאן עם הארץ צו באבאכטן די פונקטליכע ראוט וואס ר' אהרן נעמט ווען ער מאכט זיך משוגע, כדרכו, לפני הכלה, איז אבער בלי שום ספק דער קלימאקס ווען דער רויטער באקומט דעם סיגנאל פון א דריזעל אין טאש, און לויפט צו פון הונטערוויילעכץ און כאפט אן א האנט פון דעם דזשיגאן, און דזשיגאן שפרינגט ביזן הימל, ממש ווי כ"ק אדמו"ר הגה"ק ר' זיידלע מקרעטשניף שליט"א, אז ער האט דעם גרויסן בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף... הופפער סט.
יודעי דבר זאגן אז דאס איז א שטיקל הכרת הטוב וואס ר' אהרן צייגט פאר הירצקא שטיין נאך וואס ער האט דעליווערט דעם מורא'דיגן געווינס שמיני עצרת תשס"ו מיטן אינוואדירן דעם בית המדרש הגדול אויף ראדני סט. און אים דעמאלס געלערענט צום ערשטן מאל טאנצן.
ווען גלייך נאכען פראווען די "געהויבענע" הקפות נאך איידער "גוט יו"ט" ווינטשען פאר ר' אהרן, האט זיך אויפגעשטעלט אויף די בימה אין "שאטער הענקי" נפתלי הירצקע שטיין און אויסגערופען: אי"ה מארגען צופרי וועט מען זאגען תהילים אין גרויסען ביהמ"ד א פערטעל צו אכט, און זמן שחרית אין האלב צען. נישט מער און נישט ווייניגער. ר' אהרן איז געשטאנען לעבען דעם הירצקע שטיין בשעת ער האט דאס אויסגערופען. און צו מאכען דאס ליצנות נאך גרעסער, האבען זיי געהאט דארט עטליכע פאליציאנטען וואס זענען געשטאנען אין די הייך, וואס דאס האט געוויזען פאר די אלע מיליאנען אקסען אז די פאליציי איז מיט אונז... די פאליציי זענען דארט געשטאנען ווייל מען האט זיי דארט ארויפגעפירט, ווי מען פירט זיך אין "חסידישע קרייזען" בשעת עס איז דא א גרויסער עולם ברענגט מען שישקעס פון די פאליציי, זיי צו ווייזען דעם "עוז וגבורה" פון זייער רבין. אבער זיי האבען באמת נישט געוויסט וואס מען זאגט דא איצט און אז אויפן חשבון פון זייער אנוועזענהייט בויט מען דא ריזיגע פלענער...
דא האט איר דעם קליפ: http://www.youtube.com/watch?v=w9NuNMq8lIs
מישט אויף צו מינוט 7:40
און האט הנאה...

תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 25/01/2011 22:51:09