מארגען נאכט וועט פרעזידענט אבאמא איבערגעבן פאר'ן קאנגרעס די יערליכע באריכט איבערן געשטעל פון די פארבאנד. דער באריכט ווערט היינט-צו-טאגס אויך געגעבן אין א רעדע פארמאט.
פרעזידענט אבאמא שטייט אין א קריטישע צייט ווען ער שפרינגט אצינדער אריין אין זיין ווידערערוויילונג קאמפיין נאכן פירן א היבש ליבעראלן רעגירונג אין זיינע ערשטע צוויי יאר, וואס האט געפירט צו היסטארישע פארלוסטן פאר זיין פארטיי פאר עטליכע מאנאטן צוריק.
קיינער האט נישט געגלייבט אז דער פרעזידענט וועט אזוי שנעל כאפן דעם ווינק, ווען ער האט גלייך נאכן פארלוסט זיך צוזאמענגעזעצט מיט זיינע רעפובליקאנער קעגנער און געלאזט הענגן זיינע ליבעראלע פריינט ווען ער האט דערלאנגט פאר די אמעריקאנער א שטייער שניט פארלענגערונג פון צוויי יאר וואס זיין פארגייער דזשארדזש בוש האט איינגעפירט – נאך איידער די רעפובליקאנער האבן געהאט דעם שאנס איבערצונעמען דעם רעפרעזעטאנטן הויז וואס זיי האבן איבערגענומען נאכן פארכאפן 63 בענקלעך - אלעס כדי אפציווישן דעם לינקן פלעק אויפן געזוכט איידער ס'איז צו שפעט. און ווי די לעצטיגע אנקעטעס ווייזן האט זיך דאס פאקטיש איינגעגעבן.
מען קען זיך לייכט פארשטעלן אז דער פרעזידענט וועט ביים רעדע אנאנסירן א שטארק צענטעריסטישן אגענדע. אבער און די זעלבע צייט איז צום גלייבן אז ער וועט אויך שטארק לעקן די לינקע ווי עס ברויך צו זיין, כדי נישט חלילה בלייבן הענגן אינדערמיט ווי א קארטער.
גאר אן אינטערסאנטן ספעקטאקל איז ערווארטעט היי יאר ווען אויף קעפיטאל היל האט זיך געמאכט א ווינט צו פארהיילן די וואונדן פונעם אריזאנא שיסעריי אויף א מאדנעם וועג. דהיינו, עטליכע קאנגרעסלייט פון ביידע הייזער האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען זיך זעצן ביים קעגנערישן פארטיי'ס זייט אינעם צימער, כדי צו ווייזן פאר אמעריקאנער אז פאליטיק טאר מען נישט נעמען פרעזענליך... עס טוט זיך א גאנצער פאליטישער שפיל פונקטליך נעבן וועם מען פלאנט זיך צו זעצן.
ווי עס איז דער שטייגער אין די לעצטיגע יארן שטעלט דער אנדערער פארטיי ארויס אן אייגענעם מעסעדזש גלייך נאך דעם פרעזידענטס אדרעס. דאס יאר האבן די רעפובליקאנער נישט ארויסגעשטעלט א נאציאנאלן שטערן, נאר זיי האבן אויסדערוועהלט קאנגרעסמאן פאול רייען פון וויסקאנסין ארויסצוברענגן זייער פארטיי'ס געדאנק, וואס וועט אים אין איין וועגס שטעלן אינעם ספאט-לייט אינעם פאל ער וועט זיך אריינלאזן אין א געלויף פארן דארטיגן סענאט זיץ. אויך די טי פארטי קען זיך נישט שטיל האלטן, און די מינעסאוטע קאנגרעספרוי באכמאן האט געמאלדן אז זי וועט געבן די אפענטפער לטובת די טיי אווענט חבורה.
רעדענדיג פון 12' קען מען נישט אויסלאזן די לעצטיגע אנטוואוקלונגען וואס קומט פאר סיי מצד דעם סענאט פארמעסט, און זיכער מצד דעם ווייסן הויז פארמעסט.
די 12' סענאט אויסשטעל קוקט אויס ווי א שווערע ארבייט פאר די דעמאקראטן וועלכע וועלן ברויכן צו באוואכן 23 בענקלעך קעגן די בלויז צען וואס די רעפובליקאנער טוען אצינד באזוצן. די רעפובליקאנער ברויכן בלויז נאך פיר זיצן צו פארכאפן דעם העכערן הויז.
ווי עס קוקט ביזרעווייל אויס האבן די רעפובליקאנער שוין געווינען איין בענקל נאכדעם וואס דער נארט דעקאטע דעמאקראט קענט קאנרעד האט געמאלדן זיין ריטייערמענט. די מעלדונג פון דזשאסעף ליבערמאן אז ער וועט אויך נישט זוכן א זעקסטער טערמין וועט צווינגן דעמאקראטן צו אריינגיסן געלטער אין קענעטיקוט, און די רעטייערמענט פון סענעטארשע האטטשינסאן פון טעקסעס וועט איינשפארן א העפטיגע פריימערי פון די רעפובליקאנער פון טעקסעס.
ווי עס קוקט אויס וועט דער אמאליגער פאפולער סענעטאר דזשארדזש אלען פרובירן צו געווינען זיין סענאט זיץ פון זיין באזיגער דזשים וועב אין ווערדזשיניע. אלען האט שמאל פארלוירן צו וועב אין א שווערע וואהל יאר פאר רעפובליקאנער אין 06', ווען ער האט צוליב א פליטת פה אנגעוואוירן זיין ארבייט.
ווען עס קומט צום פרעזידענט פארמעסט טרעפט מען זיך מיט א ים פון קאנדידאטן, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים. העמיר פרובירן צו מאכן א שנעלן סל הכל, אויפן שפיץ גאפל.
רודי דזשוליאני האט געלאזט מעלדן אז ער טראכט ערנסט פון א ווידערלויף נאכן מסביר זיין אז ער האט זיך געלערנט פון זיין דורכגעפאלענע 08' פלארידע סטראטעגיע, און ער פארשטייט שוין אז אויב לאזט מען לויפן ניו העמפשיר איז דער קאמפיין א פארגאנגענהייט.
די מידיא רעדט טאקע נישט פון אים, אבער ווי קענען מיר דער פארגעסן פון אונזער געוועזענער גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי וועלכער פלאנט א שטילער אבער העפטיגער קאמפיין איבער די אייאווע שטעטלעך אין דערפער, א סארט קאמפיין וואס האט אים ארויפגעשטעלט אויפן רעפובליקאנעם טיקעט אין ניו יארק אין 94', ווען ער האט דארנאך באוויזן אראפצוזעצן דעם דריי טערמיניגער גאווערנאר מאריא קאומא.
עס מוז אונטערגעשטרייכט ווערן אז אנדערש ווי ביי די דעמאקראטן ווי א אינגער אומערפארענער האט א שטארקע מעגליכקייט צו געווינען דעם פארטיי נאמינאציע אויב האט ער דער ריכטיגער חן, איז עקספיריענס א דירעקטע פאנדומענט ווען עס קומט צו א רעפובליקאנער פריימערי. נאך א פאנדומענטאלער חילוק צווישן די פארטייען איז דאס וואס די דעמאקראטן וועלן דירעקט נישט זיכן אן אלט פנים, דאקעגן די רעפובליקאנער וועלן ענדערש שענקן דעם נאמינאציע פאר איינעם וועם עס 'קומט זיך', וואס אינעם איצטיגן קאמפיין פארנעמט ווארשיינליך מיט ראמני דער פאזיציע.
מרס. פעילין ווייסט טאקע אויך פונעם פאקט אז די רעפובליקאנער פארטיי וויילער שטימען פאר איינעם וועם די פאזיציע 'קומט זיך', זי ווייסט טאקע אז איצטערט וועט מיט ראמני ענדערש פארנעמען דעם פאזיציע, אבער זי ווייסט אויך אז אין 16' וועט נאכאמאל זיין א פריימערי אויב פרעזידענט אבאמא געווינט ווידערערוויילונג, און זי וואלט זייער געקענט באשטיין אז כאטש דאן זאל די נאמינאציע 'באלאנגן' פאר איר. דאס שטופט אויך אסאך אנדערע קאנדידאטן וואס האבן ניטאמאל קיין מעגליכקייט אינעם איצטיגן פארמעסט.
אוועקוקענדיג פון פאליסי, זיצט זיך פרעזידענט אבאמא אויף פעסטע פאזיציעס. נעמליך, זיין כאריזמאטישער חן און ציענדע רעדעס וואס האט ווידערערוויילט ביל קלינטאן. און ווי די לעצטיגע היסטאריע ווייזט, וועט אמעריקע שטענדיג ערוויילן איינעם וועלכער איז בא'חן'ט אין זייערע אויגן, און זיי קוקן גאר שטארק אויף 'פערסענאליטי'. דעריבער האלט דער אינגער כאריזמאטישער סענעטאר דזשאן טון פון מינעסאוטע אז זיין אויסלענדישע ערפארונג אויפן סענאט ארמד סערוויס קאמיטע, און א ליסטע פון אויסלענדישע רייזעס, שטעלט אים אלס דער ריכטיגער קאנדידאט טראץ זיין אינגן עלטער.
אלע לעצטיגע אנקעטעס ווייזן אז די 08' פריימערי פארלירער – די געוועזענע בירגערמייסטער מיט ראמני פון מאסאטשוסעטס און מייק האקאבי פון ארקענסאו – שטייען דערווייל די העכסטע צווישן אלע אנדערע לויפער. א ניו העמפשיר שטרוי אויספרעג ווייזט אז מיט ראמני זיצט דארט גאר שטארק.