פארגאנגענע וואך איז, כידוע, געווען דער יו"ט לישראל, חמשה עשר בשבט, ר"ה לאילנות, המנהג בכל תפוצות ישראל צו עסן פירות מינים ממינים שונים, און פראווען א סעודה, זאגן געוויסע תפילות, זינגען איינגנארטיגע ניגונים וכדומה,
דער מנהג פון עסן פירות, איז איינגעפירט ביי אלע שיכטן אין קרייזן בישראל, אלע חסידישע הויפן, מתנגדים, אשכנזים, ספרדים, ממש יעדער שומתומ"צ האלט דער מנהג אן קיין אויסנאם, ווארשיינליך איז עס א גאר אלטער מנהג נאך מקדמת דנא, אפשר מימי חז"ל,
אויסער איין נייער מאדנער פראקציע אין כלל ישראל האט אפגעמאכט אז זיי גייען אפשפעטן פון דעם מנהג, נישט ח"ו ווייל זיי האבן א פראבלעם מיט מנהגי ישרא' בכלליות, נאר היות דער מנהג איז געפראוועט געווארן ברוב עם, דורך זייער שונא נומער 1, דער סאטמאר רבי שליט"א, אין א שטאט וואס זיי האלטן אז זיי האבן די עקסקלוסיוו רעכטן זיך צו רופן סאטמאר, האבן זייערע קעפ אנגעהויבן אזוי שווינדלן און זיך דרייען ווי א מעריגאראונד, כרגיל, אז נישט מער און נישט ווייניגער מ'גייט חוזק מאכן פון א אידיש קינד וואס איז מקיים א אור אלטער מנהג ישראל, מיטן איהם רופן "מעלאנע רבי"
און איך וויל קלאר שטעלן אז דער סאטמאר רבי האט גארנישט געטאן דא עפעס אויסערארדענליך, סך הכל האט מען אריינגעפרענגט א שיינע טאץ פירות, ער האט געמאכט א בורא פרי העץ בכוונה, טועם געווען פארשידענע פירות לכבוד חמשה עשר, געזאגט א נאך ברכה, וזה הוא,
יעצט וואס קומט זיך איהם פעטש פאר דעם?