היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כדאי ראפעל אויף וואס איז נייעס

כדאי ראפעל אויף וואס איז נייעס

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2868991

השר_מקוצי » 19/1/2011 21:00


כדאי ראפעל איז אדעווערטייזט אויף וואס איז נייעס

איך בין נישט דא ארינטערצורייסען "וואס איז נייעס" אדער די "כדאי ראפעל"

אבער וויבאלד עס איז דא א קול קורא קעגן "וואס איז נייעס", דארף נישט א היימישע מוסד ווי אונז
זיך ווייזען אז זיי לאכען זיך אויס, און זיי פייפען אן, עס פאסט נישט, לא זו הדרך ביי אונזער קהלה


בעצם האלט איך אז מען זאל נישט באשמיצען אדער ארינטערייסען די וואס איז נייעס, ער איז א אידיש קינד,
און איך בין זיכער אז ער וועט זיך אדשאסטען, און זיך פארעכטן, אזוי אז די רבנים זאלן אראפ נעמען די איסור
אבער "האומר מאי אהני' לי רבנן אפיקורס" אויב רבנים זאגען אז עס דערווייל אסור, טאר נישט קימען א
עמטליכע היימישע מוסד און ווייזען בפני קבל עם ועדה, אז איך פייפ אן די רבנים

_________________

היראים » 19/1/2011 22:29

פארשטייט איינער פארוואס ער דארף נאך א אשכול?
ווען א דרויסענדער טוט מארקעטינג פאר סאטמאר: כדי ראפעל

(לינק פארראכטן) 





תוקן על ידי היראים ב- 19/01/2011 22:51:05

טראכטן » 19/1/2011 22:36




תוקן על ידי טראכטן ב- 19/01/2011 22:38:01

SatmarBum » 20/1/2011 03:17

דער אמתער פאקטען אינטערין וואסאיזנייעס קול קורא

ליינט דא:

http://thejewishstar.com/stories/The-truth-about-the-ban,2152

Ziskeit » 21/1/2011 23:29

א חוצפה און אן עזות. איך בעט דא דעם גאנצן עולם נישט צו קויפן דעם כדאי ראפעל פאר'ן אריינשטעכן אזא מעסער אין רוקן פון יהדות החרדית.

און יא, ס'פעלט אויס אן עקסטערן אשכול דערפאר.

וואס איז נייעס איז דער שטירמער בימינו, עס איז דער נאמבער 1 סייט פון יעדן אנטיסעמיט וואס וויל ליינען אידישע שמוץ. אויב כדאי איז זיי מחזק דעמאלט איז נישט כדאי צו קויפן דעם ראפעל.

עפשטיין » 24/1/2011 19:14

איז דער ראפל א סוקסעס?
ארבעט די סארט עדווערטייזמענט?