וויליאמסבורג וועט אי"ה מיטהאלטן א געהויבענעם ווארעמען שבת קבלת התורה מיט'ן ניקלשבורג'ער רבי שליט"א.
דער רבי וועט דאווענען און פירען שלחנו הטהור אין די זאלן פין ראוז קעסטל, און וועט האבען זיין אכסניא ביי הרבני הנגיד ר' נטע וואלף הירש ווי ער וועט וויילען ביז מאנטאג נאכט.
יהא בואו לברכה ולהרמות קרן התורה והחסידות
איך הער אז ניקלשבורג איז לעיטלי געווארן א ערנסטע קהלה מיט א שיינע פאר מוסדות אונטער זיך!
קען איינער באשרייבן אין דיטעילס וואס ער פארמאגט היינט, און מיט א די דאטומען ווען האט זיך געגרינדעט?
| סטראבערי כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איך הער אז ניקלשבורג איז לעיטלי געווארן א ערנסטע קהלה מיט א שיינע פאר מוסדות אונטער זיך! קען איינער באשרייבן אין דיטעילס וואס ער פארמאגט היינט, און מיט א די דאטומען ווען האט זיך געגרינדעט? |
|
מען האט שוין דורך געטין דעם נושא אויף דעם פארום ליין דא:
_________________
ניקלשבורג האט אן אימפעריא פון תורה וחסידות לשם ולתפארת בעיר התורה מאנסי.
א פראכט פין א בית המדרש ווי עס דאווענען און לערנען אידען פין אלע שיכטען און אלע קרייזען, און ווי יעדער טרעפט זיך דאס פלאטץ, דאס איז א מקום ווי מען איז מקרב יעדן בלי שום יוצא מן הכלל.
א הערליכער תלמוד תורה וואס האט זיך נארוואס געגרינדעד, און ווי עס שטייגט און אלע הינזיכטן, וואס איז מייסד געווארען צי ארבעטען מיט יעדעס קינד באזונדער, אזוי ווי דער ניקלשבורגער רבי האט געזאגט ביים מעמד פתיחת הת"ת אז מען וועט אי"ה ארבעטן מיט יעדעס קינד באזונדער לויט זיינע שאיפות.
א מיידל שולע וואס האט זיך קונה שם געווען אלץ איינע פין די בעסטע אין שטאט.
א ישיבה וואס באשטייט פון ישיבה קטנה און ישיבה גדולה וואס איז שם דבר, ווי בחורים זענען זיך מייגע על התורה ועל העבודה, ממש אז מ'קען זעהן אויף א בחור וואס לערנט דארט אז ער איז א ניקלשבורגער בחור, אויף זייער התמדות התורה פין לערנען רצופות אויף וואס דער ניקלשבורגער רבי לייגט אריין גרויסע כוחות, און אויף עבודה וואס ווער ס'האט נאר געזעהן ווי א בחור דאווענט האט גלייך פארשטאנען אז דאס איז א ניקלשבורגער בחור, און מידות טובות אויף וואס דער ניקלשבורגער רבי פארלייגט זיך שטארק "דרך ארץ קדמה לתורה" און די הצלחה דערקענט זיך טאקע עד אין לשער.
כוללים, וואס באשטייט פין א כולל בוקר, וואס ווי באקאנט פאדערט דער רבי אז לימוד באשמורות הבוקר האט מורעדיגע מעלות, א כולל יום ווי אינגעלייט זענען זיך מייגע על התורה ועל העבודה, און מדקדק אויף שמירת הזמנים, ווי דער רבי האלט און איין פאדערען פין די אינגעלייט, און דער נארוואס מיוסד געווארענע "כולל ערב" וואס דאס אליין איז ווערט אן עקסטערע באשרייבונג, ווי אינגעלייט אינג און אלט לערנען איין שעה רצופות דעם "דף החבורה" (וואס דער ניקלשבורגער רבי האט פראקילאמירט חג השבועות בשנת תשנ"ז) און דאס האלט צוזאם די אינגעלייט וואס ארבעטען על המחיה ועל הכלכלה.
דאס איז נישט אלעס פין וואס ניקלשבורג באשטייט, איך האב נאר אנגערועט אויפן שפיטץ גאפעל, די מעשי הצדקות און די געהויבענע שבתים וימים טובים, און דאס חיזוק בעצה ותושיעה כהנה וכהנה.
און דאס וועט טאקע זיין אונזער זכיה וויליאמסבורגער אידען אז מיר וועלען זעהן פין דער נאנט ווי אזוי א שבת קודש ווערט געפראוועט אין ניקלשבורג
| סטראבערי כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איך הער אז ניקלשבורג איז לעיטלי געווארן א ערנסטע קהלה מיט א שיינע פאר מוסדות אונטער זיך! קען איינער באשרייבן אין דיטעילס וואס ער פארמאגט היינט, און מיט א די דאטומען ווען האט זיך געגרינדעט? מען האט שוין דורך געטין דעם נושא אויף דעם פארום ליין דא:_________________
|
|
גארנישט איבער וואס איך האב געפרעגט ווערט דארט דיסקאסט
תוקן על ידי סטראבערי ב- 19/01/2011 23:47:29
שקויעך חייםחייקל, הגם האסט געשריבן 90% שוואנצאנעס, האב איך כאטש געקענט צוווישן די שורות ארויסקראצן, פון וואסארא מוסדות מ'רעדט.
_________________
יא, איך מיז מודה זיין, סאיז טאקע געווען א שיינעם שבת, ובפרט די של"ס תורה וואס האט מיך שטארק באנומען