שלמה עמאר האט גענוצט דעם היתר פון דעם ספרדישן חאכאם עובדי' יוסף, וועלכער האט אים געגעבן דעם גרינעם ליכט.
עס איז א שאק אז אזוינס האט געקענט פארקומען, און מ'זאל מתיר זיין טויזענטער ממזירים רח"ל.
די ליטווישע רבנים זענען שארף ארויסגעקומען צום ערשטן קעגן עובדי' יוספ'ן און קעגן שלמה עמאר.
דערנאך האט הרב וואזנער שליט"א אונטערגעשריבן אן איסור חמור קעגן די גיורת'ן.
צום לעצט האט ביד"ץ זיך צוגעשטעלט צום איסור פונעם פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א.
מיר דאהי אין אמעריקע, געדענקען גאנץ גוט וועט מיט עטליכע יאר צוריק האט א רב א יונגאטש מיט'ן נאמען י. מאנדעל מתיר געווען א שיקסע און מסדר קידושין געווען פאר א ערלית וועלכע האט נישט מקבל געווען קיין עול תורה ומצות.
די שיקסע איז שוין היינט (צוריק) געווארן א אפענע ערלית. און געמאכט דאס גענאר די קידושין וקבלת עול התורה והמצות.
דאס איז פארגעקומען אין קרית יואל.
און א וואונדער אז קיינער פון די רע-בנים האט נישט מוחה געווען !
ווייל פאליטיק קומט פאר אנכי ה' אלקיך !
ליידער ליידער ליידער ליידער ליידער !