ווי באקאנט האט ר' אהרן טייטלבוים באקומען זייער א שמוציגן נאמען אין די גאס אלץ ציוני. קודם כל באגלייט אים דער פלעק פון זיין שידוך מיט וויזניץ, וואס דאס קען מען נאך זאגן איז געווען על דעת אביו נישט על דעת עצמו. אבער דערנאך מיט זיין באזוך קיין נתני' ביים קלויזענבורגער און יעצט מיט זיין בעלזא שלום פלאן איז פאר יעדן באוויסט געווארן לאן פניו מועדות. ווידעראום אין קנאי'שן פעלד ווייסן אלע עסקנים אז דער אדרעס ווען מען דארף הילף אין א מערכה, איז נישט ביי ר' אהרן טייטלבוים. די גרעסטע ראי' דערצו וועט דינען דער מאסן פראסטעסט דעם ווינטער וואס איז אפגעהאלטן געווארן פארענט פון די RFR געביידעס אין מאנהעטן קעגן די חפירות אין בית החיים אין יפו, וואו עס האבן זיך משתתף געווען אדמורי"ם, רבנים וראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער גרעיטער ניו יארק, אבער אונזער ר' אהרן איז געבליבן פארשפארט אין שטוב.
דעריבער האט שמואל ווידער באשלאסן אז מ'מוז אנהייבן וואשן די מוחות אז אהרוניזים מיט קנאות גייט סינאנים. ער האט אנגעהויבן מיט רופן די עלטערן פון די עמנואל פרשה, וואס האט אויפגעשטורמעט גאנץ ארץ ישראל פאריאר זומער, זאלן זיך קומען פיקטשערן מיט ר' אהרן. דערנאך האט מען געמאכט פאר זיי א מסיבה אין קרית יואל, וועלכער איז געווען די ליצנות פון שטאט אז מ'שטיצט א מוסד וואס קען פשוט לעגאל נישט באקומען היי-יאר קיין פאנדן פון די מדינה, אבער עס איז בכלל נישט פארזיכערט, אז זיי גייען נישט נעמען קיין געלט קומענדיגע יאר ווען זיי וועלן שוין מעגן געזעצליך. פון דארט איז די עמנואל פראפעגאנדע אריבער קיין בארא פארק, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבה, אבער מיט א מיאוס'ן דורכפאל, און מיט דעם איז געקומען צו א שליסונג די עמנואל - אהרונים שידוך, נאך איידער ער האט אפילו עספיעט צו מאכן א קאמפיין אין וויליאמסבורג.
יעצט, אין א פרישן פרואוו צו וואשן די מוחות, האט שמואל ווידער פארגעשלאגן פאר דעם אנפירער פון נטרונא אז ער זאל אריבערקומען קיין קרית יואל, וואו מען וועט מאכן א באמבאסטישע מסיבה פאר אים, און ברייט דעקן אין דער בלאט, און דערמיט ריינוואשן די אלע חששות און ספיקות אז ר' אהרן איז נישט קיין עכטער קנאי. דער אנפירער האט זיך געבראכן צו דעם פארשלאג, זייענדיג געדרוקט אין געלט און נויטיגט זיך אין היבש ביסל פובליסיטי, און דערווייל לאזט ער זיך נאך איינרעדן אז די אהרונים גייען אים אפילו געבן א פיאסטער. מיר וואלטן אים געראטן זיך צו גיין דורכרעדן מיט דעם אינגערמאן וואס די אהרונים האבן געברענגט קיין וויליאמסבורג צו לוחם זיין קעגן ר' משה דוד נידערמאן וועגן די מכלומרשטע חוקי תועבה, און אים צוגעזאגט א הון תועפות אבער למעשה פארשיקט מיט ליידיגע הענט. עס איז נישט קיין ספק אז זיי וועלן טון מיט נטרונא דאס זעלבע די סעקונדע נאכדעם וואס בחצרות סאטמאר וועט ארויסשיקן דעם אימעיל מיט בילדער וואו דער אנפירער פון נטרונא טרעפט זיך מיט ר' אהרן און גיבט אים דו"ח פונעם מוסד.
אנ"ש אחים לדעה ווייטאגן אז אזא הייליגע ארגענעזאציע, וואס חוץ מזה וואס זי איז געשטאנען אלע יארן ווייט פון סיי וואספארא סארט מגע ומשא מיט די סאטמארע פאליטיק, איז זי א קריטיש וויכטיג און הייליגע ארגענעזאציע פארן קיום המערכה קעגן ציונות איבער דער גארער וועלט, פאלט א קרבן צו די ביליגע פי.אר. און פאלטשקייט פון ר' אהרן טייטלבוים.
עס בלייבט נאר צום האפן אז וילמדו תועים בינה.