ברעיקינג: ישיבה גדולה תורה ויראה דרב"י דסאטמאר - קרית יואל, אויפן וועג!
היינטיגן מוצאי שבת, ביי דעם גרויסארטיגן יערליכן דינער לטובת די ישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א, האט דער סגן ראה"ק און יו"ר הנהלת הישיבה גדולה, הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו געמאלדן אז גייט אי"ה געעפענט ווערן א ישיבה גדולה פאר די סאטמארער בחורים אין קרית יואל.
ר' שאול האט ארויסגעברענגט אז פונקט אזוי ווי אין מאנטריאל האט סאטמאר א ישיבה גדולה, און אין לאנדאן האט סאטמאר א ישיבה גדולה, אין מאנסי האט סאטמאר א ישיבה גדולה, אזוי אויך אין ירושלים, וויל דער רבי שליט"א יעצט עפענען א ישיבה גדולה אין קרית יואל פאר די בחורים תושבי קרית יואל.
עס איז איבריג צו באטאנען אז דאס וועט נישט פארמינערן קיין משהו פון די ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג, וואס איז באוואוסט אין די גאנצע וועלט מיט איר אויסערגעווענליכע מעלות, אזוי ווי די היסטאריע האט געצייגט אז טראץ דעם וואס עס זענען דא 60 בחורים אין די ישיבה גדולה אין לאנדאן, 120 אין מאנטריאל, 110 אין מאנסי, און 85 אין ירושלים, איז די ישיבה אין וויליאמסבורג נאר געוואקסן מיט א אימפעט און האלט היינט צוטאגס ביי אריבער 800 בחורים כן ירבו, און דאס עפענונג פון די נייע ישיבה אין קרית יואל איז בלויז א בחינה פון יגדיל תורה ויאדיר.
אנ"ש אין קרית יואל האבן אויפגענומען די פרייעדיגע בשורה מיט גרויס סאטיספיקאציע און וואונטשן און האפן אז דער פלאן זאל קומען צו די ווירקליכקייט די שנעלסטע וואס מעגליך.

תוקן על ידי SatmarHQ ב- 16/01/2011 07:56:25