די זאליס האבן א געפערליכע פראבלעם מיט די מאנראער בני יואל בחורים וואס קומען קיין קווינס און פאר'סמ'ען די גאנצע ישיבה מיט זייער גיפט.
ס'איז געווארן ממש געפערליך לעצטנס אז מען קען נישט טרעפן קיין איין ברך משה אין די קווינס ישיבה אן דברי חירוף וגידוף קעגן דעם הייליגן ברך משה זי"ע. און דאס איז נישט נאר אין קווינס נאר שוין אויך אין ראדני, כידוע, וואס אסאך פון די ברך משה'ס ווערן אנגעסקריבלט און מענטשן וואס קומען אריין און כאפן א בליק אין א ברך משה ווערן נבהל ונשתומם.
אבער דאס באדערט פאר די זאליס גאנץ קנאפ. וואס עס באדערט זיי יא איז דער פאקט אז די בני יואל בחורים מאכן חרוב די גאנצע ווארעמקייט וואס די זאלי בחורים האבן צו אים און ס'האט שוין ביי דעם אז דער מנהל הרב בלומענפעלד מוז האלטן דרשות מסביר צו זיין פאר די בחורים אז ס'איז נארמאל צו גיין צו א טיש און שטיין אויף די פרענטשעס.
די איינציגסטע עצה וואס איז געבליבן פאר די זאליס איז צו צושטעלן אן אייגענע ישיבה פאר די בני יואל בחורים אז זיי זאלן נישט קומען קיין ווילי צו פארדארבן די דארטיגע בחורים.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/01/2011 06:13:46