היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד"ה: הרה"ח ר' מענדל רייכבערג ע"ה

בד"ה: הרה"ח ר' מענדל רייכבערג ע"ה

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2867351

רבי_יונה » 14/1/2011 19:36

אוי ר' מענדל החסיד איז נישט דא!

היינט איז נפטר געווארן הרב החסיד ר' מענדל רייכבערג ע"ה, ר' מענדל איז באוואוסט געווען מיט זיין געוואלדיגער ארבעט מיט קברי רבותינו ואבותינו אין אייראפע, און ער האט זיך אוועק געגבען זיין גאנץ לעבן און געלט דערפאר.

איבער הויפט קומט ארויף די געגועין ווען מען דערמאנט זיך ווי ר' מענדל פלעגט שטיין אין "זיין" אוהל פון רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, ביי די יארצייט און איין רייסען פארן עמוד, מיט זיין הערלעכע גאלציאנער שטימע.

ת.נ.צ.ב.ה.