די חופה וועט פארקומען אויף ווייט עוו. אין פראנט פונעם בנין התלמוד תורה.
ווי די פלענער זענען איצט, גייט מרן רבינו שליט"א פירן די חמשה עשר טיש ביי די חתונה, צווישען די טאנצן אין בענטשן, וואס דאס וועט זיין א היסטארישע זאך.
שישו ושמחו בשמחת רבינו!
שמחה בחצרות קדשינו


|
_________________
שבת של שמחה בצל הקודש
א הערליכער שבת-אויפרוף איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל.
פרייטאג פארנאכטס פאר'ן זמן איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון חדב"ן הגה"צ ר' ברוך שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט מעטר געווען דעם חתן מיט'ן שטריימל כנהוג, און ארום 20 מינוט נאכ'ן זמן איז דער רבי שליט"א מיט'ן חתן און מחותנים געגאנגען צו ביהמ"ד ויואל משה ווי עס זענען פאהרגעקומען די תפילת ליל שב"ק, קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד דער אבי הכלה הר"ר זלמן אשכנזי שליט"א.
ארום 8:30 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעוקמען צום טיש אין היכל השלחנות אינאיינעם מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הר"ר מענדל פאנעטה שליט"א איידעם פון הגה"צ מ'סוליצא שליט"א, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הר"ר ישעי' קאהן שליט"א בן האדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א איידעם פון הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א.
ביי די תורה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפ'ן מדרש הים ראה וינס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל ראה און מאריך געווען בדרוש בענין שינוי השם ושינוי המעשה.
מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן א זוהן פון הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א, מיט קה רבון איז מכובד געווארן הר"ר יצחק בן הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א, עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הייליגן רבי'ן ר' זושא זי"ע וועמענס יארצייט עס איז געפאלן די פארגאגנענע וואך, מיט אז ביום השביעי איז מכובד געווארן הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א זוהן פונעם מחותן הר"ר זלמן שליט"א איידעם פון הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן.
שב"ק אינדערפרי האט מען באגלייט דעם חתן פון ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א, צום ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פאהרגעקומען די תפילות יום שב"ק און דער שמחת עלי' לתורה.
דער רבי שליט"א האט לרגל שבת שירה געדאווענט פאר'ן עמוד פסוקי דזמרה און די שירה פסוק ביי פסוק כנהוג, תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד דער זיידע פון חתן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער קידושא רבה לרגל די שמחה, ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק זה קלי ואנוהו, און רש"י טייטשט עס אויף בנין ביהמ"ק, האט די רבי נאכגעברעגט ז"ה אל"י איז ר"ה זכור את יום השבת לקדשו, אז שב"ק בעפאר די חתונה קומט אראפ די השפעה פאר די גאנצע וואך ווי ס'שטייט אין זוה"ק, און דעמאלטס קומט אראפ די השפעה פאר די מקדש מעט וואס מען גייט בויען.
ביי שלש סעודות האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק אז ישיר משה, רש"י זאגט עלה בלבו שישיר, און אויסגעטיישט מיט א הקדמה פון דברי יואל אז די תיקון צו הרהורי עבירה איז חשק און השתוקקות צו לימוד התורה ועבודת ה'.
נאך די תורה איז פאהרגעקומען דער שמחת הפארשפיעל צו די שמחה בחצרות קדדשינו.
♦♦♦
פארשפיעל פארגאנגענעם שב"ק נאך ס"ג
בילדער דורך: משה גאלדשטיין




♦♦♦
שמחה בחצרות קדשינו


מודעות
שמחה בחצרות קדשינו

♦♦♦
צהלי ורוני יושבת בארא פארק כי גדול בקרבך קדוש ישראל
מיט גרויס התרגשות גרייטען זיך תושבי בארא פארק, מיט צוהאלטען דעם געהויבענעם שבת קודש, בצל הקודש של אבינו רועינו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וואס וועט וויילן און די שטאט לכבוד די שמחה שבת שבע ברכות של נכדו.
דו לעצטע הכנות ווערן איצט פארענדיגט, צו קענען אקאמענדירן די פולע געסט, וואס קימען צו פארן פון איבער גאנץ ניו יארק, לכבוד דעם שבת של שמחה בחצרות קדשינו,
וואו אויך ווערן די לעצטע דעטאלען פונעם געהויבענעם שב''ק בצל הקודש אויסגעארבייט, דורוך די בארימטע ראשי העסקנים שע''י קהל יטב לב ד'סאטמאר בארא פארק, וואס מאכן זיכער אז אלצדונג זאל קלאפן עצהיו''ט, לכבוד שמחת בית רבינו.
ויה''ר שמשמחה זו ישפע לנו שפע רב, ולכל ישראל, אמן
|
בעלוז צדיקים תעלוץ קרי'
גאהר גרויס איז געווען דאס התרוממות עצומה וואס האט ארומגענומען אנשי שלומינו נעכטן ביי די געהויבענע שמחה בחצרות קדשינו.
ארום 5:40 איז מרן רבינו שליט"א מיט'ן חתן און די מחותנים ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג צו מעמד קבלת פנים.
נאך די דברי כיבושין פונעם בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי התעוררות און דערנאך געענדיגט מיט ברכתו הקודש לכל הקהל הנאספים.
דאן איז מען געגאנגען צום באדעקן צום זאל פון ראוז קעסטל ווי עס איז פאהרגעקומען די שמחת החתונה פאר די נשים, און דאן איז מען געגאנגען צום מעמד החופה וועלעכע איז פאהרגעקומען פארנט פון בנין התלמוד תורה אויף ווייט עוו. ווי עס האט שוין אפגעווארט א ריזיגער ציבור אנשים נשים וטף זקנים ונערים מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם מעמד החופה.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א אן עלטער זיידע פון די כלה, אלס עדי קידושין זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א ר"מ ישיבה לצעירים בקרית יואל, און הרה"ג חיים ברוך וואלפין שליט"א ר"י סטאלין בב"פ.
הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א דער זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, און מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע פון חתן הגה"צ גאב"ד סוליצא שליט"א, און הגה"צ גאב"ד דשיקוב שליט"א זיידע פון די כלה מיט ברכה אחריתא.
אלס עדי יחוד זענען מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר וואלף גליק הי"ו פון קרית יואל און מוה"ר משה חיים פרידמאן הי"ו פון קרית יואל וועלכער האט זיך וואכן לאנג אוועק געגעבן למען סדר ימי השמחה מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט.
נאך די געהויבענע מעמד החופה האט מרן רבינו שליט"א אנגעוואונטשן ברכת קדשו למקהלות אלפי ישראל און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד.
דער סעודת החתונה פאר'ן ציבור איז סערווירט געווארן בביהמ"ד הגדול, ווי די עסקנים האבן אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע סדר, און אויפגענומען דעם ציבור בכבוד הראוי און מכבד געווען איש על מחנהו ואיש על דגלו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל ביהמ"ד הגדול צו די סעודת החתונה ווען דער ציבור ברעכט אויס אין א ספאנטאנע ריקוד, דערנאך איז דער חתן אריינגעקומען און געטאנצן מיט די געהויבענע זיידע'ס, און דאן האט מען ממשיך געווען מיט דער סעודה.
דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזעהן אדמו"רים ורבנים שליט"א און חשובע קרובי המשפחה וועלכע האבן זיך באטייליגט ביי די שמחה בחצרות קדשינו.
נאך די סעודה האט מען מאריך געווען בשמחת חתן א לענגערע צייט, ביז אום 10:55 ווען מען האט געענדיגט טאנצן.
דאן איז דער רבי שליט"א ארויס פאר א קורצע צייט און די עסקנים האבן צוגעגרייט דעם ביהמ"ד צום חמשה-עשר טיש און די מצוה טאנץ.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי שליט"א צירוק אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און אפגעראכטן דעם שלחן הטהור לרגל חמשה עשר בשבט, און דערביי משמיע געווען דברות קודש לרגל המאורע.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א, מיט די זעקס ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ רב דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, און דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ.
א גרויס התעוררות האט געהערשט אינעם פול געפאקטן היכל הביהמ"ד בעת ווען דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד הי"ו האט אויסגערופן מרן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דערביי מזכיר געווען פאר'ן רבי'ן שליט"א צרכי עם ישראל המרובים, אז דער רבי שליט"א זאל אינזין האבן ביי די געהויבענע מאמענטן.
אין א בחינה פון וינועו אמות הספים האבן אנשי שלומינו מיטגעלעבט די געהויבענע הייליגע מאמענטן פון די מצוה טאנץ, בעת ווען דער רבי שליט"א האט אראפגעלייגט זיין עבודת הקודש ביי די ריקודין של מצוה.
א מחזה הוד האט ממשיך געווען ווען דער רבי שליט"א האט געטאנצן מיט בניו ובני בניו בליעה"ר נאכגעפאלגט מיט א רקידה מיט צענדליגער אייניקלעך און אור אייניקלעך פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע בשעת ווען אנשי שלומינו בעטן א הייסע תפילה אז "די הייליגע זיידע'ס זאלן זיך מיען ביים בורא עולם, און דער גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם עד ביגו"צ.
-ויה"ר שהשמחה ישפע לנו שפע רב-
♦♦♦
ספעציעלע זאלץ-טראק'ס זענען אריינגערופן געווארן אויפצולאזן דאס אייז ארום דעם בנין הת"ת
ערמעגליכט געווארן דורך שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו

מען שטעלט אויף די חופה-פלאטפארמע

די ספעציעל אהערגעשטעלטע מאנטלען ציממער אין בנין פון ביהמ"ד המפואר

מען לאזט אויף דאס אייז פארנט פון בניני קהלתינו הק' אויף הופפער סט.




הרב ארי' לייב הי"ו אויפן סצענע


♦♦♦
די בניני קהלתינו הק' באצירט לכבוד די שמחה


האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א ביים מעמד קבלת פנים


דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר'ן חתן

דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר מחותנו הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר חתנו הגה"צ ר' ברוך שליט"א

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר'ן אבי הכלה הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א

דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר כל הקהל הקודש





מעמד החופה
די געהויבענע זיידע'ס שליט"א באגלייטען דעם חתן צום באדעקן

די חופה

דער ריזן ציבור בליעה"ר ביי די חופה פארנט פון בנין התלמוד תורה

דער גרויסער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א ביי סידור קידושין

דער גרויסער עלטער זיידע הגה"צ גאב"ד סוליצא שליט"א

דער זיידע הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א

מרן רבינו שליט"א וואונטשט ברכת קדשו פאר כל הקהל הקודש

ובכן צדיקים יראו וישמחו...

וישרים יעלוזו...

וחסידים ברנה יגולו...

♦♦♦
סעודת החתונה וריקודין
מרן רבינו שליט"א ערשיינט צו די סעודת החתונה




בשעת דער חתן איז ערשינען צו די חתונה
די געהויבענע זיידע'ס שליט"א ביי די ריקודין






א בליק אוי'פן ציבור ביי די ריקודין



הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א טאנצט מיט די חתן און מחותנים


♦♦♦
שמחת החתונה בחצרות קדשינו
סעדות החתונה
בילדער - משה גאלדשטיין - ניו יארק
סעדות החתונה

סקווירא רבי שליט"א ביי די שמחה




חלק פונע'ם ציבור ביי די ריקודין





האדמורים ורבנים מ'אלכסנדר, טארטיקוב, באבוב, ווערדאן, קאזלוו שליט"א ביי די שמחה


חלקים פונע'ם ציבור


♦♦♦
עריכת השלחן לרגל חמשה עשר בשבט


די רבי שליט"א ביים די דברות קודש לרגל חמשה עשר בשבט






♦♦♦
די הערליכע באצירטע פירות וואס זענען געווען עולה על שלחן מלכים

זאל נאר איינער ביטע באטראכן דאס בילד.עס איז ליידער אזוי ביי יעדע חתונה. קוק ווי מ'שטיפט זיך אונטער'ן רבי'ן צו קענען זיין ביים בילד. פארוואס דארף מען שטיין 25 מענטשן אונטערן רבי'ן ביי יעדע מסיבה אדער חתונה? די רבי טאר באמת נישט האבן קיין נערמאלע ביסל ליפט??? איז דאס נישט משוגע???
קוקט ביי די בילדער פון אנדערע רבנים, דארט זענען 2-3 גבאים (אויך מיט ווייסע בערד) אונטער זייער רבי. עס איז א בושה און א חרפה ווי אזוי עס זעהט אויס ביי אונז.
יא, חיים שלמה, און די הויז בחור (אפשר נאך איינער) דארף דארט צו שטיין, חוץ מזה "קיינער". אדרבה, קוקט נאר אן ביי אנדערע ווי מלכותקדיג עס זעהט עס אויס אנדערש

שבת שבע ברכות – קבלת התורה בצל הקודש אין בארא פארק
א הערליכער שבת איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש אין בארא פארק ווי אלפי אנ"ש תושבי בארא פארק האבן געהאט די זכי' אז מרן רבינו שליט"א האט דארט אפגעראכטן דעם שבת שבע ברכות – קבלת התורה.
ליל שב"ק איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול ארום 40 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ, קבלת שבת האט געדאווענט הגה"צ ר' יעקב רובין שליט"א רב הצעיר דק' סוליצא, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן וועלכע האט גענומען א לענגערע צייט, און ווי עס האט זיך אויך אנגעזעהן א גרויסער ציבור תושבי בעיר וועלכע זענען געקומען גוט שבת זאגן פאר מרן רבינו שליט"א.
די סעודות שבע ברכות פאר די קרובי המשפחה איז פאהרגעקומען אין די זאלן פון הילמאן פלאזא.
ארום 9:45 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס האבן זיך אנגעזעהן פארשידענע רבני ואדמור"י העיר שליט"א, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א רב דק' עצי חיים אין לאס אנדשעלעס, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק קרשאנוב שליט"א.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון וואסערמאן שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א, מיט רחם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אליעזר שמעון הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א, מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו אין בארא פארק.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק סוליצא שליט"א, און מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ דער דשיקוב'ער רב שליט"א, און הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.
דאן האט דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער שליט"א עולה געווען על שלחן מלכים ווי ער האט אויסגערופן מרן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א גאהר דערהויבענער מצוה טאנץ בשעת ווען די טויזענטער אנ"ש תושבי בארא פארק האבן די זכי' מיטצולעבן די געהויבענע מאנמענטן.
נאך א לעגערע צייט פון עבודת הקודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די אנדערע זיידע'ס און מחותנים שליט"א צו טאנצן מצוה טאנץ, און דערנאך האט מען געטאנצן אז ביום השביעי, ס'שוין געווען קרוב צו 1:00 אויפדערנאכט ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם טיש מיט געהויבענע געפילן.
שב"ק אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט זיך דער רבי שליט"א באנוצט מיט די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מ'צאנז-קלויזענבורג שליט"א, און פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א זיך באטייליגט ביי די חברת תהלים פון די תשב"ר מוסדותינו הק' אין די עס זאל נעבן ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען זיך וועכענטליך משתתף הונדערטער קינדער בלעיה"ר, און דארט האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען די קינדער שיחיו און די חשוב'ע מלמדים שליט"א העוסקים בעבודת הקודש.
פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר מנחם שמואל טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א יו"ר וועד הכשרות שע"י בד"ץ טארטיקוב, און בעל קורא איז געווען הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אין ב"פ לקראת די יארצייט פון זיין מוטער די אומפארגעסליכע הרבנית הצדיקת מרל חי' בת מרן רבינו משה ע"ה, וועמענס יארצייט עס איז געפאלן היינט זונטאג.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרב שמואל דוד הכהן פריעדמאן שליט"א בעמח"ס שדה צופים, ווי דער רבי שליט"א האט געפראוועט א קידושא רבה און עס האט זיך פארמירט א הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען צו די זאלן פון הילמאן פלאזא ווי דער רבי שליט"א האט געפראוועט די סעודת יום שב"ק ביי די שבע ברכות.
ארום 5:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו מנחה אין שלש סעודות וועלכער איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התעוררות, די תוכן דברות קודש וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א פארלאזט דאס ביהמ"ד הגדול אין די אויטא פון הנגיד ר' יודל פערלשטיין הי"ו צו די אכסניא בבית הרבני הנגיד מוה"ר משה כהנא הי"ו.
♦♦♦
באזוכן ביי גדולי העיר
דער רבי שליט"א האט שפעטער אפגעשטאהט באזוכן ביי גדולי האדמורי"ם ורבנים: ביי הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ דק' פאפ ב"פ לרגל די שמחה במעונו, דערנאך ביי האדמו"ר רמ"ד מ'באבוב שליט"א לרגל די שמחה במעונו, און דאן ביי ראחמסטריווקא רבי'ן שליט"א, ווי עס האבן זיך איבעראל אנטוויקעלט גאהר שיינע שמועסן בדברי תורה, סיפורי צדיקים ועוד.
♦♦♦
סעודת שבע ברכות רבתי – מעמד יקרא דשבתא – דינער השנתי לטובת כולל דברי יואל
דאן זענען זיך שוין הונדערטער אנ"ש צוזאמענגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צענטראלן שבע ברכות וועלכער איז געווען קאמבאנירט אינאיינעם מיט'ן דינער לטובת דעם בארימטן כולל דברי יואל פון בארא פארק מיט'ן מעמד יקרא דשבתא לכבוד די חתני הכולל וועכלע האבן שוין מסיים געווען גענצליכע מקצועות די פארגאנגענעם זמן, וואס איז פאהרגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול.
געעפענט די מסיבה האט הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אברכים דקהלתינו הק', און אויפגערופן דעם יו"ר הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו מחשובי אנ"ש אין מאנסי, און עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע בעלי דרשנים וולעכע האבן ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל, און דאן האט מרן רבינו שליט"א געטיילט פרסים פאר די מצטיינים.
דערנאך האט החזן נפלא שמעון ענגל הי"ו מהנה געווע מיט הארציגע חזנות, און דערנאך האט מרן רבינו שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש.
דער רבי שליט"א האט צו ערשט ארויסגעברענגט שמחת לבו זייענ'דיג א דאפעלטע מחותן צו די שמחה, ווען ער איז א זיידע פון די חתן, און א זיידע פון איינע פון די אויסגעצייכענטע בארימעטע חברי הכולל, און ארויסגעברענגט לשבחו פון די כולל בפרט און פון קהלתינו המעטירה אין בארא פארק בכלל.
נאך די לענגערע דברות קודש האבן תשב"ר תלמידי מוסדותינו הק' אין בארא פארק פארגעזינגען הערליך פארפאסטע חרוזים לכבוד די שמחה בבית מרן רבינו שליט"א וועלכער איז אנגעפירט געווארן דורך דעם איבערגעגעבענער מלמד מומחה הרב ישעי' אשר זילבערשטיין שליט"א, און נאכדעם האט הרב אהרן נאה הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א ראה"כ כולל דברי יואל, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות.
נאכ'ן פארלאזן דאס ביהמ"ד איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א באזוך צו צאנז-קלויזענבורגע'ר רבי שליט"א ווי עס האט זיך אנטוויקעלט גאהר א שיינער שמועס בדברי תורה והלכה, בעניני מקואות, תוספות שבת, סיפורי צדיקים, קברי אבות, און נאך, פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מרן רבינו שליט"א פארלאזט בארא פארק אויפן וועג אהיים למעונו אין קרית יואל.
-אשרי עין ראתה בשמחת קהלתינו-
♦♦♦
שמחת החתונה בחצרות קדשינו
מצוה טאנץ
בילדער - משה גאלדשטיין - ניו יארק



























♦♦♦
דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,
און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:
ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין
מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען
פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.
בכבוד רב
המערכתברכהמ"ז און הבדלה מוצש"ק שבע ברכות בביהמ"ד הגדול דקיט''ל אין בארא פארק





♦♦♦


♦♦♦
צענטראלער שבע ברכות
אינאיינעם מיט'ן דינער לטובת דעם כולל דברי יואל
אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק
בילדער דורך: משה גאלדשטיין - ניו יארק
הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א, מנהל התאחדות אברכים עפענט די מסיבה

יו"ר מוה"ר יצחק ברוך ברוין הי"ו

הרבני הנגיד מוה"ר שאול פריעדמאן הי"ו יו"ר הנהלת הכולל

הגה"צ רב דק' אור החיים שליט"א ביים מעמד

עדות נאמנה: הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד אברכים תהילות יואל

ר' שאול הי"ו מיט העסקן ר' יושע דוד ראפאפורט הי"ו ביים אויפטרייבן די נדבות לטובת דעם כולל

הרבני החסיד מוה"ר יודא שטערן הי"ו נעמט ברכת קדשו פון רבינו שליט"א

די רעכטע זייט פונעם אויבן אהן ביים מעמד

די לינקע זייט פונעם אויבן אהן ביים מעמד

חלקים פון ציבור ביים מעמד


הגה"צ גאב"ד סערדאהעלי שליט"א ביים מעמד

הרה"ג ר' לייבוש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סטריזוב שליט"א

הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ פאפא ב"פ


האדמו"ר מ'טשערנאוויץ שליט"א 
האדמו"ר מ'בורשטין שליט"א


הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א

האדמו"ר מ'מאשאלוי שליט"א


נואם הכבוד: הרה"ג ר' לייבוש פראנד שליט"א רב דק' ראדאמסק

הרה"ג ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א ראש הכולל

דער רבי שליט"א גיט די פרסים פאר די מצטיינים




ביי די דברות קודש



ילדי הת"ת פון בארא פארק זינגען פאהר ספעציעל פארפאסטע חרוזים
אנגעפירט דורך הר"ר ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א


הרב אהרן נאה הי"ו איז משמח מיט דברי בדחנות

מרן רבינו שליט"א גיט ברכת קדשו פאר'ן איבערגעגעבענער עסקן הכולל ר' יואל גראס הי"ו



דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,
און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:
ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין
מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען
פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.
בכבוד רב
המערכת
נעכטן נאכט איז פאהרגעקומען גאהר א שיינער אייגנארטיגער שבע ברכות צוגעשטעלט דורך מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש ווי עס זענען געלאדענט געווארן אלע מגידי שיעור בחבורת יסודי התורה פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און קרית יואל.
דער רבי שליט"א האט דערביי משמיע געווען ווארימע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה פאר די חשובע מגידי שיעור, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מוה"ר ישעי' סאקס הי"ו מגי"ש אין די חבורה ווי ער האט משמח געווען לכבוד די שמחה.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער מחותן אבי הכלה שליט"א, מיט די ערשטע ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שלמה רובין שליט"א רב ביהמ"ד דברי שמחה בקרית יואל, מיט די צווייטע ברכה איז מכובד געווארן בן הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א, מיט די דריטע ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלברשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18'טע עוו. מגי"ש אין די חבורה, מיט די פערטע ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א מגי"ש אין די חבורה, מיט די פיפטע ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' ליפא שליט"א, נכד האדמורי"ם מ'קיוויאשד וראחמסטריווקא שליט"א מגי"ש אין די חבורה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן.
דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע רקידה וועלכע האט אנגעהאלטן א לעגערע צייט, און עס איז געווען א מחזה הוד ווי צענדליגע מגידי שיעור במחיצת הקודש פרייען זיך אינאיינעם מיט די שמחה בבית מרן רבינו הגה"ק שליט"א מייסד החבורה.
♦♦♦
| |||||||||||||||||
| [בילד – נישט אפגעהיט] | |||||||||||||||||
| [בילד – נישט אפגעהיט] | |||||||||||||||||
|
תוקן על ידי משה_גאבע ב- 30/01/2011 08:01:24
קליפ'ס
שמחת החתונה בחצרות קדשינו
יום ד' פ' יתרו - תשע''א לפ"ק
צו עפענען/דאנולאודן די קליפ'ס דרוקט אויף די בילד אדער לינק
חלק א' - מעמד קבלת פנים און מעמד החופה
פאר די העכערע רעזלוציע דרוקט דא
http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/130-ChasinaShvat5771-Part1.wmv
פאר די שוואכערע רעזצלויע דרוקט דא
http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/131-ChasinaShvat5771-Part1-LOWREZ.wmv
חלק ב' - סעודת החתונה וריקודין
פאר די העכערע רעזצלויע דרוקט דא
http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/132-ChasinaShvat5771-Part2.wmv
פאר די שוואכערע רעזצלויע דרוקט דא
http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/133-ChasinaShvat5772-Part1-LOWREZ.wmv
חלק ג' - מצוה טאנץ
פאר די העכערע רעזצלויע דרוקט דא
http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/134-ChasinaShvat5771-Part3.wmv
פאר די שוואכערע רעזצלויע דרוקט דא
http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/135-ChasinaShvat5771-Part3-LOWREZ.wmv
♦♦♦