אפעלאט געריכט באשטעטיגט: מקען נישט צווינגן צו באגראבן אין קרית יואל
דער אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט א פסק פון ברוקלין געריכט, אז די ניין אידן וואס האבן געקויפט חלקה'ס אין אלטן ביה"ח בקרית יואל און מען וויל זיי נישט באגראבן, איז א סכסוך וואס איז נוגע רעליגעיזע שאלות, און דער געריכט טאר זיך נישט מישן אין רעליגיע, דעריבער וויל זי נישט פסק'נען אויב מען מוז באגראבן איינעם וואס האט שוין געקויפט א חלקה.
דער פסק וועט לכאורה זיין א גרויסער פראבלעם פאר די ארונים וואס צאלן ביטערע שווערע געלטער צו האבן א חלקה אין אלטן בית החיים אבער זענען נישט פארזיכערט אז זיי קענען בכלל באגראבן ווערן, די סאטמארע אידן וואס קענען באקומען חלקה בדרך כבוד אן קיין רציחה'דיגע האלד-אפ אויף פארווייטאגטע משפחות בעת מתם מוטל לפניהם, די זענען נישט אין קיין סכנה מער,
קען איינער מסביר זיין ווען שיקען זיי צי דין תורה און ווען ווארפען זיי ארויס א פסק? נאך אזאך פארוואס שרייבען די ארונים אז דער געריכט האט זיי באשטעטיגט אלץ בעל הבית אויפן בית החיים?
קען איינער מסביר זיין ווען שיקען זיי צי דין תורה און ווען ווארפען זיי ארויס א פסק? נאך אזאך פארוואס שרייבען די ארונים אז דער געריכט האט זיי באשטעטיגט אלץ בעל הבית אויפן בית החיים?
ספרינטער, שתי תשובות בדבר, איינס כדי צו שיקן צו די"ת מוז כאטש 1 צד דאס פארלאנגען, דא, מחמת סיבות, האט קיינער נישט גערעט פון דין תורה, צווייטענס, דער אפעלאט שיקט קיינמאל צו קיין די"ת, זייער דשאב איז בלויז צו באשטעטיגן אדער ארויסווארפן א פסק פון א קלענערע געריכט, זעלטן וואס זיי קומען מיט נייע פסקים,
אלנספאל, קען מען ארויסנעמען עפעס פאזיטיוו פון דעם פסק, ס'געבט א געלעגנהייט צו שליסן די געפעך, איבערמישן דאס בלעטל און קוקן פאראויס, איך ווייס פאר א פאקט אז געוויסע זאליס האבן זיך נאך געקווענקלט צו שטיצן די נייע ביה"ח כ"ז מ'איז נאך געווען אין קארט, יעצט איז די צייט צו זאגן גם זו לטובה, און שלום מאכן מיטן מצב אז דער נייער גרויסער ביה"ח גייט זיין דער מקום קבורה פאר ערליכע סאטמארע אידן תחת קהלת רז"ל, עד יקוצי וירננו שוכני עפר בב"א,
פרעג משפחת דוד לאקס פון בארא פארק וואס איז געשטארבן פאריאר ווינטער, ער איז געווען א פאברענטער אהרוני, ער האט באצאלט אלע יארן מעמבערשיפ פאר זיי, אבער ווען ער איז נעבעך פלוצלינג געשטארבן ביי עטליכע פיפציג יאר, האבן די ארונים געוואלט לייגן אין זייער נייע שטח, די משפחה האט נישט געוואלט ער זאל זיין דער ערשטער אין נייעם שטח, האבן זיי געמוזט באצלאן 12 אלפים פאר א מקום קבירה, פרעג די משפחה פון פארקאש אין וויליאמסבורג וואס האט באצאלט ערב פסח נאך ברכת החמה 16 אלפים פאר שלמה וועצבערגער פאר א חלקה בלויז ווייל סאיז נישט געווען קיין אנדערע בית החיים ווי צו גיין, איך קען דיר צושטעלן א לאנגע ליסטע וואס מהאט סוחט געווען טויזענטער דאלאר סתם ווייל אזוי וויל איך,
אה! די אשכול איז פיינע נייעס כ'האב געוויסט ענק געווינען אייביג!!!!
אין פאר שארקאט כ'וויל דיך נישט דן זיין ספעציעל אין אזא צייט אבער די חברה קדישא האט נישט געבעטן מער געלט זייט עזריאל גליק האט פארלוירן זיין ווארט אין בית החיים די אלע פרייזן וואס די חברה קדישא בעהט היינט פאר איינעם וואס האט נישט געקויפט א חלקה אדער איינער וואס איז נישט קיין מעמבער בחיוו זענען אלטע - פרעגטס ענק אליין'ס נאך וועט איר זיך איבערצייגן חוץ ביי פערלשטיין וואס אין אזא פאל פלעגט די ח''ק בכלל נישט אננעמן אין דארט האט קהל געוואלט מאכען א אויסנאם כדי מ'זאל ענק קענען צווינגן ארויסצוגיין פין קארט
יעצט שרייטס ווייטער די ארונים האבען פארלורין אפעלאט געריכט באשטעטיגט: מקען נישט צווינגן צו באגראבן אין קרית יואל [בילד – נישט אפגעהיט]
אלעס בלייבט ביים אלטן, אהרן קען גאר נישט טוהן אין די אלטע ביה"ח אפילו נישט שניידן גראז, פאלאקס לאט איז סמוך ונראה, ליגן נעבן רבי'ן איז א כבוד המדומה, ליגן נעבן מאנגאס איז א עכטע כבוד נאר הגז"ל מעג אנפייפן זיין אייגענע פסק און באראבן זיין מאמע אין קרקע הנגזלת
חדשות ביטע לייג ארויף דעם פסק גרעסער, כדי יעדער זאל זעהן אז די קענסט נישט קיין ענגליש,
דארט שטייט נישט א ווארט וועגן בעלות פון בית החיים, דארט שטייט בסך הכל אז דער געריכט וויל זיך נישט מישן אין קיין סאטמארע פאליטיק, דעריבער וועט זי נישט דן זיין ווער מען מוז באגראבן און ווער נישט,
איך האב גערעדט פון די בעלות? סך הכל האבן ענק געבעטן אז מ'זאל ענק לאזן באגראבן אינעם ביה"ח (צוליב דעם כבוד המדומה, און ליגן אין א ביה"ח מיט א שאלה פון גניבה) און די שופט האט ענק אראפגעשליידערט אלע שטיגן.
און אזוי אויך האט די שופט ענק געגעבן דאס פילשטענדיגע בעלות אויפן ביה"ח, און אהרן קען זיך גייען זיכן א נייע ביה"ח. און ענק גייען אונז לערנען טאנצן,און קיינעם נישט אריינלאזן אינעם ביה"ח נאר דער וואס גייט מיט ענק אין שפאן אזוי ווי ענק האבן געטוהן מיט'ן ברך משה סוף ימיו.
סך הכל האט מען געבעטן אז דער גבר אלים אהרן טייטלבוים וואס האט זיך משתטלט געווען מיט כח הזרוע מיט פאבליק סעיפטי וכדו' אויפן א שותפות בית החיים וואס אלע סאטמארע אידן זענען געווען בארעכטיגט אלע יארן, האט מען געבעטן אז דער געריכט זאל צווינגן אז דער גבר אלים זאל אריינלאזן איעדן איד אין דעם איינציגער סאטמארער בית החיים וואס איז דעמאלס געווען, און דער שופטת הרבנית דעמערעסט האט געזאגט גייטס שלאגטס ענק צווישן זיך און לאזט ארויס דעם קאורט פון ענקערע געשלעג, דער אפעלאט האט דאס באשטעטיגט, אבער סאיז שוין געווען היבט שפעט, ווייל סאיז שוין נונגע געווען עניוועיס, די סאטמארע קהלה האט שוין געהאט א בית החיים,
אזוי אויך האט די שופט געזאגט אז פון יעצט אן קען ארי לייב גלאנץ מיט צוויבל זיך משתלט זיין אויפן ברך משה און זיי קענען יעצט זיין די גארדיענס אזוי ווי אהרן בשליחות פון זיינע קינדער האבן אזוי געבעטן אין קאורט, און נישט נאר אויפן ברך משה נאר אפילו אויף די רביצין וואס ר' אהרן האט אזוי שטארק געוואלט זעהן צעהן יאר און מהאט צוגעהאקט די טיר אויף אים נעבעך,