דער שר מקוצי האט שוין עטליכע מאל געוויזן זיין ציהל דא
אבער דאך וועל איך נעמען די מי אין אים ענטפרן
אז מ'קוקט גיט צירוק
שטעלט זיך ארויס גאנץ א אנדערע בילד
ווייל די זעלבע וועג וויאזוי די זאליס האבען געכאפט וויליאמסבורג אין ירושלים, אנטווערפן, די ת''ת אין לאנדאן, האבען זיי אויך געכאפט קרית יואל, ב''פ, לאנדאן, בני ברק, מאנטשעסטר
משה פרידמאן דער משתב''ק האט שטענדיג אריינגשטעלט זיינע מענטשן אין אלע פירענדע פאזיציעס אין סאטמאר, אין דארט ווי נישט האט ער זיכער געמאכט אז די וואס שטייען בראש זאלען זיין שטארק פארפליכטעד צו אים אין נאכטאנצען זיין ווילן
פרעגט אייך נאך ווי נאנט אין פארפליכטעד ר' בערל פרידמאן, ר' אברהם ווידער, ר' אהרן וועלץ, ר' ישעי' וואלף לעוו, ר' משה חיים ווייס, ר' בעריש ווייס, וכו' זענען געווען מיט דעם משתב''ק ביז תשנ''ט
ווען ס'איז געקומען די צייט וואס דער משתב''ק האט אפגעמאכט אז די צייט איז גענוג רייף אין מ'קען שוין שיקען ר' אהרן פארקויפן פענסילס אין מאכען פאר א {ר'} ישראליק פין וויזניץ (עפ''ל)
איז ער געווען זיכער אז אלעס וועט פארען ווי געפלאנט ווי ער האט געהאט אפגעמאכט מיט די שני בני רבינו פין פאראויס
אין נעמען די גאנצע מלכות סאטמאר מיט אירע רבבות תלמידים וחסידים אין געבן אין די האנט פין א לאו לייף א ליידיגע שטריק אין לץ א תלמיד פין איינס פין די גרעסטע ליצים כידוע
למעשה איז אבער ב''ה נישט געווען ווי ער האט געוואלט,
ירושלים האט ער טאקע געהאט אין די האנט, די זעלבע מיט אנטווערפן מיט די בילדינגס, שלום ציק מיט ת''ת, די בילדינג פין די מוסדות אין וומ''ס,
אבער די גרעסערע חלק ראה''ק ומנהלי המוסדות האבען אים יא געוויזן די רוקן (ר חיים יושע האט געזאגט כ'נעם עס פאר מיר,)
נאר ארגער איז געווען זיין דורכפאל מיט די 'מענטשן' ווען כמעט קיינער פין די רבבות חסידי סאטמאר האבען נישט מיטגאטאנעצן מיט זיין נייע וואגען אין האבען נישט אנערקענט אין דעם ליידיגען וועקי שטריק.
ווען ער האט געזעהן ווי שלעכט ער האט זיך פארערכנט, ספעציעל מיט די ''מענטשן'' ווען רובם ככולם חסידי סאטמאר איז קיינער נישט מיטגעגאנגען מיט דעם בועט באביו,
אין ער האט געמוזט זיך אראפלאזען אזי נידריג אין לעקן די בלוט שונאים פין סאטמאר, אנגעהויבן פין אזא ברי' ווי דער מסור ומלשין יוסל וואלדמאן אין גענדיגט ביי אזעלכע ווי הרב דאמפ אדער הרב מארגענשטערן,
האט ער אינאיינעם מיט די שב''ר אנגעהויבן פארשידענע מערכות ניצענדיג רבינו בעל ברך משה פאר זייער פריוואטע שטעקן צו קענען צירוקכאפען נכסים אין מענטשן
אבער חוץ אין ביי קהל וומ''ס { - דערווייל} האט ער גארנישט געקענט צירוקכאפען
מיר געדענקן נאך גיט זייערע פראווען צו קענען צירוקכאפען אין נעמען קאנטראל פין סאטמאר מיט זייער זשיהאד טעראר גרופע
מיר געדענקן זיינע טעגליכע פריווען אין קרית יואל צו ווארפן ר' דוד עקשטיין נאכדעם ביי ר' עמרם כהן
מיר געדענקן נאך ווען דער שטריק אליין'ס האט פראבירט זיך אריינצורייסן אין ב''פ שול
אין ווער ער איז געבליבן ללעג ולקלס האט ער געמאכט אן אסיפה אין אראפגעשלפעט זיין טאטע ז''ל אויף ב''פ
(נאך יארען וואס ער פלעגט שוין נישט קומן צו דינער פאר די מוסדות)
אין געמאכט א גאנצע שפיל אין פראבירט צו טוישן גבאים אין ביהמ''ד
די זעלבע האט ער פראבירט ביי די נסיעה אין לאנדאן
ווי ס'איז געלונגען פאר דעם שטריק א חי שעה ווען ער האט פארגלערנט פרק שבת נאכמיטוג אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד
נאכפאלגענדיג אין מאנטשעסטער ווי דער שטריק איז געבליבן ווארטן אין באן סטאנציע ווי א לוזער
די זעלבע האט ער פראבירט אין ב''ב ביי זיין נסיעה
ווען ער האט פראבירט צו מאכען א קבלת פנים אין ביהמ''ד הגדול אין שיכון
אין שפעטער ווען ס'איז אים נישט געלונגן האבען די גנבים צירוקגעהאלטן די געלט פין מוסדות יטב לב
נאכדעם האט ער ווידער פראבירט אין ב''פ פשוט אין פרעך דורך ערכעות
נאכפאלגענדיג אין ב''ב אין קיין שום בושה פרעכערהייט דורך די ציוניסטישע בג''ץ
די זעלבע מיט די בניני המתיבתא ביי פרשת אביגדור
די זעלבע מיט בית רבינו אין קרית יואל דורך קהל עצי חיים
שוין אפגערעדט פין די בניני הקהילה אין קרית יואל וואס מ'האט אפגעראטעוועט אין די לעצטע מיניט ממש
די זעלבע מיטן ביה''ח אנגעהויבן ביי די העליקאפטער אקציע דערנאך ביי די פולע קלאגעס אין ערכעות
אין נאך צענדליגע פראווען מיט גניבות אין טעראר קעגן קהילות אין יחידים, וואס וועט נעמען גאנצע בלעטער צו באשרייבן
אבער מ'דארף דאנקען דעם אייבירשטען אז והי' המחנה הנשאר לפליטה
אין דארט ווי נישט האט מען מיט גרויס סיעתא דשמיא באוויזן אהערצושטעלן פרישע פרעכטיגע בנינים
א שטייגער ווי די נייע בנינים אין אנטווערפן, די נייע בינינם אין ירושלים אפגערעדט פין די בנינים אין וומ''ס
(אין וומ''ס אליין פארמאגן שוין היינט די ארונים קרוב צו 100,000 טויזענט אין ריעל עסטעיט, רעכן צאם וועט איר זיך איבערצייגן)
ועוד ידינו נטי' בעזהשי''ת
די סיבה פונעם ביה''ח'ס ניצחון איז אזוי גרויס איז ציליב די אייגענארטיגקייט פונעם ביה''ח וואס איז מער ווי אלעם
ווייל ווי פארשטענדליך בילדינגס קען מען אייביג ריפלעיסן אויב נישט אין 1 יאר וועט עס נעמען לענגער
אבער א בית החיים איז א זאך וואס שטייט ביז תחית המתים
אין דער אנדערער צד וועט אייביג מוזען צוקומען צו זייערע שונאים, אפי' ס'וועט זיי געלנוגן צו פראגראמען ביי זייער עולם אז אלעס איז איינס אין אלעס בלייבט ביים אלטען איז עס קיינמאל נישט ריפלעיסבל
אין וועגן דעם דארף מען דאנקען אין לויבן דעם אייבירשטן
בהודי' על העבר ובקשה על העתיד עד הנה עזרנו רחמיך כו'
תוקן על ידי rebyankel ב- 17/01/2011 02:43:36