דער בעלזער פראקלארמירט ווי פאלגענד:
די מצב פון די שוואכע באציאונגען פון די מדינה (זייט ווען איז בעלז איינס מיט 'ציונות'? איינער געשענקט נאך ווען בעלז אין געווען 'אגודה'?) מיט די אראבישע לענדער זענען זייער גוט!!
פארוואס? הערט אויס:
1) קיינער איז לויטן יעצטיגן מצב נישט אין קיין סכנה, ווייל ס'איז פאָרט נישט א שעת מלחמה.
אזוי? איר זענט זיכער? הייסטאס אז די אלע אומגעקומענע אין מומביי - למשל - זענען אומגעקומען פון א שעת מלחמה? די אלע ראקעטן וועלכע פליען "היינט און נעכטן" אין די מדינה, דאס איז פון א שעת מלחמה? אצינד איז אלעס פיין און וואויל? קיינער איז נישט אין סכנה? געוואלדיג!
2) ממילא איז דאס א טובה, ווייל ווען מען איז אין א ווארימע שלום צושטאנד איז פאראן א חשש התבוללות!...
שוטה ורשע!
א שוטה זענט איר, ווייל זייט ווען האט פריוואטע התבוללות צוטוהן מיט די צושטאנד צווישן די טאטעס? איר זענט זיכער אז אייערע חסידים זינדיגן נישט ווייל זיי גלייכן נישט ערבים?!... (סארי פארן רעדן אזוי).
און א רשע זענט איר, ווייל אין די צייט וואס אייער הוראה איז געווען פאר די חברי הכנסת אז מען זאל "נאכגעבן" די חוק הגיור, לייען: חוק "התבוללות"!, כדי צולעבן בשלום מיט די "פרייע", און אצינד האט מען זיך נישט קעגנגעשטעלט קעגן די "התגייסות חרדים" געזעץ, כדי צו געפעלן פאר די פרייע שקצים, שטעלט זיך די פראגע:
ווער האט אייך פארציילט אז צו זיין אין גוטן מיט די גויים ברענגט מער שלעכטס ווי צו זיין אין גוטן מיט די פרייע שקצים???
יעדער וואס האט אביסל שכל פארשטייט אז צו זיין אין גוטן און לעבן "באחדות" מיט פרייע שקצים וועלכע רופן זיך אויך "ישראלים" פונקט ווי אונז, איז אסאאך א גרעסערע סכנה ווי צו זיין אין נאנטן מיט א גוי, ווייל א גוי ווייסט מען אז מיינע מנהגים טארן נישט אויסזעהן ווי זינע, משא"כ א פרייער איד וואס איז דאך אייגנטליך מיינס גלייכן..
איז פארוואס מיט די פרייע מוז מען זיין בשלום, און אפילו צאלן דערפאר א פרייז פון "התבוללות", און מיט די אומות העולם אויף וועלכע מיר זענען געשיקט געווארן אין גלות זיך צו אונטערטעניגן אונטער זיי און ניש מורד זיין אין זיי, מיט זיי איז בעסער ווען מען איז נישט אין גוטן, צוליב א נייער המצאה פון חשש התבוללות??!!
============
איך וואלט מיך נישט צוטוהן געמאכט פון דעם היפאריטישן ציוני, ווייל סוועט זיין אין לדבר סוף, אבער ס'איז גוט ארויסצוברענגען פון וואספארא פערזאן מען רעדט, איןד י צייט וואס ער פרובירט מיט אלע כוחות זיך אהערצושטעלן אויף די וועלט ווי ער איז שוין נישט דאס וואס ער איז געווען...