געלעכטער: חתן פון קרית יואל, כלה פון בארא פארק, חתונה אין וויליאמסבורג
לעצטענס האבן זיך ב"ה אנגעהויבן מערן שמחות ביים עם הארץ אין שטוב ווי די פרעש, אלע געטרייע נכדי רבינו בעל ברך משה וואס האבן אונטערגעשריבן קעגן זייער זיידע אין קאורט, מאכן שמחות, און דער עקסטאז וועפט אויס, דער עולם ווערט קלענער, די בילדער זענען שוואכער א.א.וו.
דער עם הארץ האט אויסגעדרוקט זיין גרויס ווייטאג און באדויער צו דעם דאזיגן פאקט, ער טענה'ט אז דאס ברענגט אים ארויף די קאשמארע זכרונות אז ער איז פאקטיש נישט דער רשכבה"ג וואס ער האט זיך זיין גאנץ לעבן גע'חלומ'ט אז ער גייט זיין, עס דערמאנט אים ווידער אז ער איז נישט דער איינציגסטער בעל הבית אויף דעם טיטל "אדמו"ר מסאטמאר", און דאס איז די סיבה פארוואס זיינע אייניקלעך'ס שמחות ווערן נישט דורכגעפירט מיט אזא פאמפע ווי עס ווערן דורכגעפירט די שמחות ביי זיין שוואגער דער סקווערער, אדער ביי זיין פעטער פון וויזניץ מאנסי.
דעריבער האט מען באשלאסן אז די יעצטיגע חתונה פון זיין אייניקל, גייט מען אריינברענגן קיין וויליאמסבורג - טראץ וואס דער חתן וואוינט אין קרית יואל, און די כלה וואוינט אין בארא פארק - און דורכדעם אויפפרישן דעם ציבור לבבות נשברות, וואו מ'וועט טאנצן מיט התלהבות אין א שול געבויעט אין א קורצע צייט אפשניט פון צוויי וואכן, וועלכער געפינט זיך ביים הייוועי וואס פירט קיין בארא פארק.
מיר וואונטשן א הארציגן מזל טוב פאר דעם עם הארץ, ער זאל זיך עלטערן אין פריידן, מאכן ווי מער שמחות אין בית המדרש הגדול אויף... הופפער סט.

תוקן על ידי דזשיגאן ב- 13/01/2011 20:58:31