פון ווען איך בין אויפגעוואקסן מוטשע איך זיך שוין צו פארשטיין דעם הגיון אונטער די טענה: עטס זענטס מתנגדים, האלטס נישט פון ברך משה.
נו אם כן, איז וואס?
איז דאס דאכט זיך מער א פראבלעם פארן ברך משה אז מען האלט נישט פון אים, ווי אויפן אדם פרטי וואס האלט נישט פון אים, ווייל דאס אז סאיז דא געוויסע וואס האלטן נישט פון א מענטש, איז לעסט טשעקד נישט קיין מעלה פאר א מענטש.
און דאס אז איך האלט נישט פון איינעם מאכט דאך מיר נישט קיין סענט ווייניגער, אמער איך בין דאך נישט מחויב צו האלטן פון איינעם וואס לפי שכלי ברויך מען פון אים נישט צו האלטן.
אגב, איך בין ח"ו נישט קיין שונא פארן ברך משה געווען, קיינמאל אדרבה איך האב זיך תמיד אידענטיפיצירט מיט אים, הגם אפשר נישט ווי א פארברענטער חסיד נאר ענדערש ווי א שטיצער.
נאר וואזשע, דיין לעצטע פארגראף איז ביי מיר זייער חשוב, איך לייג דאס מיר אוועק.
אזוי שרייבסטו:
יא מיר זענען שטאלץ אז דאס זענען אונזערע שפילן, דאס איז וואס די קינדער און בחורים זעהן אגאנצן צייט, לערנען, ברך משה, און אונז זענען שטאלץ דערמיט. עטץ נעבעך טארטס נישט לערנען ווייל אהרן הייסט לערנען, דעם ברך משה האבן ענק אויך נישט געהאט.
א רחמנות אויף ענק
יא טאקע נעבעך, מיר האבן נאר געהאט דעם דברי יואל, און ביי אונז רעדט מען די גאנצע צייט פונעם "דברי יואל".
טאקע א גרויס רחמנות אויף אונז...
איך האף דו ביסט דא וואלונטיריש... איך גלייב נישט איינער וואלט דיר געצאלט א דאלער פאר דיין ארבעט. אויב יא, ביטע שיק מיר יענעמס נאמען אין אישי, עס לוינט זיך צו ארבעטן פאר יענעם...