איך האב געהערט די מעשה פינעם קדושת יו"ט וואס עס איז פארגעגאנגען ביי די לויה פון זיין טאטען הגה"צ מאוהל זצוק"ל עס איז מיר א חידוש אז מען האט נאך נישט ברייט באשריבען די מעשה, איך וועל עס אראפשרייבען בערך ווי אזוי איך געדענק עס, און אדרבה זאלן די היסטאריקער דא קומען און מיר אויסבעסערן אויב איך האב געמאכט א טעות, אדער אויב איך האב עפעס פארפעלט,
ווען דער קדושת יו"ט פאטער איז נפטר געווארן, האט קודם גענימען צוויי טעג ביז דער קדושת יו"ט איז אנגעקומען צי די לויה
דעמלאטס איז איז דער בית החיים געווען צוטיילט, די נעלאגן האבן געהאט בחזקה די אלטע בית החיים, און די ערליכע אידן האב זיך גע'ענפענט א אייגענע בית החיים, ווען דער קדושת יו"ט איז אנגעקימען, שוין נאך צוויי טעג נישט לייעגען קיין תפילין זייענדיג א אונן, האט ער זיך געבעטן ביי די נעלאגן וואס זיי האבן געהאט די אלטע ביה"ח, אז זיי זאלן לאזן באגרבן זיין טאטען זצוק"ל אינאיינעם מיט זיינע עלטערן און זיידעס אינעם אלטען ביה"ח, זיי האבן אבער מיט זייער וויסטע שנאה בשו"א נישט געלאזט, האט ער זיך געבעטן ביי זיי אז ער האט שוין אפאר טעג נישט געלייגט קיין תפילין, און זיי אים לאזן באגראבן אינעם אלטן ביה"ח במקום אבותיו, זיי האבן אבער בשון אופן נישט געוואלט, בצר לו, זענענדיג אז דא וועט ער נישט קענענן ליגעם במקום אביתיו, האט ער מוותר געעון געווען אויף נאך א טאג תפילין לייגען און מען איז געפארן קיין סיגעט, לייגן דארט ביי די עלטערן, באטש אז און אוהל איז געווען א ערליכע ביה"ח, דאך האט דער קדושת יו"ט פארשטאנען, אז ליגען במקום אביתיו, איז ווערט אויפצוהאלטן די קבורה מיט נאך א טאג, עס איז ווערט צו פארפאסן א טאג תפילין לייגען!, און עס איז ווערט צי ליגען ביי די נ-ע-ל-א-ג-ע-ן און ביה"ח, אבי אז מען ליגט מיט די עלטערן!!!!!!
כך שמעתי, אויב איינער ווייסט די מעשה אנדערש, אויב איך האב געמאכט טעותים, קען מען עס פארעכטן
אדרבה איך בין זיכער אז , וואלןסח, אדער יענקעלע11 אדער אנדערע וועלן וויסען מער פרטים
איך הער אז די מעשה איז אויך באשריבען און די תולדות
וואס זעט פון די מעשה??
אז ליגען מיט די עלטערן איז ווערט אפילו צי ליגען מיט די נעלאגן!
עס איז ווערט אויפציהאלטן די קבורה מיט נאך א טאג!
עס איז מער ווערט ווי א קינדס תפילין לייגען!
ווי אנדערש האלטן מיר היינט!!!
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 09/01/2011 18:40:25